פֿונעם אייביקן קוואַל

אין דער פּרשה "מטות" ווערט דער­ציילט וועגן דער מלחמה, וואָס די ייִדן האָבן געהאַלטן קעגן מדין, לויט דעם אייבערשטנס באַפֿעל, כּדי צו באַשטראָפֿן די מדינים פֿאַר די גרויסע צרות, וואָס זיי האָבן געבראַכט די ייִדן. די מפֿרשים זענען מסביר, אַז ווען די מואבֿישע פֿרויען האָבן פֿאַרפֿירט די ייִדן צו דינען עבֿודה-זרה, זײַענדיק גורם אַ שרעקלעכע מגיפֿה, האָבן זיי דאָס געטאָן צוליב דעם צוואַנג פֿון די מדינים, דעריבער האָט דווקא מדין, און נישט מואבֿ, געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער פֿאַרפֿירונג.

משה רבינו האָט געהייסן דעם פֿאָלק אויסקלײַבן די סאָלדאַטן, "החלצו מאתּכם אנשים לצבֿא", וועלכע זאָלן אויספֿירן "דעם אייבערשטנס נקמה" קעגן מדין. ס׳איז אָבער כּדאַי דאָ צו דערמאָנען, אַז אַלע "מיליטע­רישע ענינים" אין תּנ״ך האָבן צו טאָן בלויז מיט געוויסע אוניקאַלע פֿאַלן, וואָס האָבן פּאַסירט בלויז אין יענער צײַט; הגם יעדעס וואָרט אין דער תּורה האָט אַן אייביקע ווערט, באַשטייט דער אייביקער באַדײַט פֿון דער דאָזיקער מלחמה קעגן מדין, דער עיקר, אינעם אינערלעכן קאַמף קעגן דעם יצר-הרע, און נישט אין אַ פֿיזישן צוזאַמענשטויס. ווי מיר האָבן שוין דער­מאָנט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט אַפֿילו די נבֿואה וועגן דער צוקונפֿטיקער "מלחמה" קעגן עמלק אָפּגעטײַטשט אין די חסידישע ספֿרים אויף אַ גײַסטיקן אופֿן, ווי אַ נצחון איבער אַ געוויסער אַנטי-רעלי­גיעזער אידעאָלאָגיע; ווי עס שטייט אין אַ פּסוק, זענען "אַלע וועגן פֿון דער תּורה שלום".

די פֿראַזע "החלצו מאתּכם", "קלײַבט אויס" אָדער "מאָביליזירט", האָט אויך אַ צווייטן טײַטש: "טיילט אָפּ פֿון זיך". דער "דגל מחנה אפֿרים", איינער פֿון די וויכטיקסטע חסידישע ספֿרים, דערקלערט, אַז דער דאָזיקער פּסוק גיט אונדז אָנצו­הערן, אַז כּדי מנצח צו זײַן די "מלחמה" קעגן די נסיונות פֿונעם עולם-הזה און צו דינען דעם אייבערשטן בשלימות, דאַרף דער ייִד זיך פֿאָרשטעלן, ווי ער וואָלט געווען דער איינציקער מענטש אין דער וועלט, באַפֿרײַט און אָפּגעטיילט פֿון אַלע זײַטיקע כּוחות און השפּעות. כּדי צו זײַן אַ אמתער עובֿד-השם, מוז מען זײַן אינגאַנצן פֿרײַ — פֿאַרשטייט זיך, אינעם גײַס­טיקן זין פֿונעם וואָרט. אין שײַכות מיט דער הײַנטי­קער פּרשה, האָט דער "דגל מחנה אפֿרים" מסביר געווען אויף אַן אומגע­וויינטלעכן אופֿן די באַ­קאַנטע משנה פֿון פּרקי-אָבֿות, "במקום שאין אַנשים השתּדל להיות איש" ("אין אַן אָרט, וווּ עס איז נישטאָ קיין מענטשן, שטרעב צו זײַן אַ מענטש"): כּדי צו זײַן אַן עכטער מענטש, שטרעב צו זײַן דווקא אין אַן אָרט, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין מענטשן — דאָס הייסט, זײַ אַ "גײַסטיקער אינדי­ווידואַליסט".

אַזאַ אינדיווידואַליסטישער צוגאַנג קען אָבער זײַן זייער סכּנותדיק, אויב מע איגנאָ­רירט די עצות פֿון צדיקים און חכמים. דער "דגל מחנה אפֿרים" ברענגט אינעם זעלבן קאָמענטאַר אויך אַן אַנדער פּסוק פֿון דער הײַנטיקער פּרשה: די פֿירער פֿון דער אַרמיי האָבן געזאָגט משה רבינו, אַז "זײַנע דינער האָבן אָנגעפֿירט מיט דער מלחמה" ("עבֿדיך נשׂאו את ראש אַנשי המלחמה"). כּדי מנצח צו זײַן די נסיונות פֿון יצר-הרע און צו געפֿינען דעם ריכטיקן וועג אין עבֿודת-השם, מוז מען זיך צוהערן צו די צדיקים, וועלכע "פֿירן אָן" מיט דעם גײַס­טיקן "קאַמף". אַדרבה, ווי עס שטייט אינעם "דגל", מוזן די ייִדן דווקא זײַן "בטל" צו די עכטע צדיקים און תּמיד זײַן פֿאַרבונדן איינער מיטן אַנדערן.

דער חסידישער ענין פֿון "ביטול" האָט ווייניק צו טאָן מיט "נישטיקייט" און "אונ­טערגעוואָרפֿנקייט", דערפֿאַר קומט ער נישט אין קיין סתּירה מיטן אויבן-דערמאָנטן "אינדיווידואַליזם". הגם דער חסיד מוז דינען דעם אייבערשטן דווקא דורך זײַן אייגענעם שׂכל און כּוח, מוז ער זיך אויך כּסדר לערנען פֿון די, וואָס געפֿינען זיך אויף אַ הויכער גײַסטיקער מדרגה, שטרעבנדיק צו דערגרייכן דעם גײַסטיקן מצבֿ פֿון "ביטול" — "צעלאָזט" צו ווערן אינעם דבֿקות מיטן אומענדלעכן ג-טלעכן ליכט.

מסעי

אין דער צווייטער פּרשה פֿון דער וואָך, "מסעי", ווערט דערציילט וועגן די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מידבר, און ווערט באַשריבן דער פּינקטלע­כער "מאַרשרוט", וואָס זיי האָבן דורכגע­מאַכט.

ווי מע ווייסט, בלײַבן אַלע ווערטער פֿון דער תּורה תּמיד רעלעוואַנט — פֿאַר יעדן מענטש, אין יעדן אָרט, און אין יעדן מאָמענט. ווי עס שטייט אין די קבלה-ספֿרים, סימבאָליזירט דער דאָזיקער "מאַרש­רוט", וואָס באַשטייט פֿון 42 פֿאַרשיידענע ערטער, אַ מין מיסטישע "מאַפּע" פֿון פֿאַרשיידענע גײַסטיקע צושטאַנדן, וואָס די ייִדישע נשמה קען דורכגיין במשך פֿונעם לעבן. אין די נעמען און די אומ­שטאַנדן, פֿאַרבונדן מיט די דאָזיקע ערטער, זענען באַהאַלטן זייער טיפֿע רמזים און עצות וועגן דעם, ווי אַזוי מע זאָל זיך אויפֿ­פֿירן אין פֿאַרשיידענע פּסיכאָלאָגישע סיטו­אַציעס, און ווי אַזוי מע גייט אַריבער פֿון איין גײַסטיקן מצבֿ צו אַ צווייטן. למשל, הייסט איינער פֿון די ערטער אין דער פּרשה "קבֿרות-התּאוה". דער דאָזיקער נאָ­מען סימבאָליזירט דעם מצבֿ, ווען אַ מענטש ווערט אַזוי נתפּעל, זײַענדיק פֿאַרנו­מען מיט עפּעס אַ גײַסטיק־אינטעלעקטועלער השׂגה, אַז אַלע זײַנע תּאוות צו די אַנדערע זאַכן ווערן "באַגראָבן" — דאָס הייסט, פֿאַר­שוווּנדן; דערפֿאַר איז דאָס לערנען תּורה מסוגל פּטור צו ווערן פֿון די איבעריקע גשמיותדיקע לײַדנשאַפֿטן.