װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַלעקסאַנדר אָטסטרוך בײַ דער אַרבעט אין מינסק
אַלעקסאַנדר אָטסטרוך בײַ דער אַרבעט אין מינסק
Photo: Matt Siegel, ITA

מינסק, ווײַסרוסלאַנד. — אַלעקסאַנדר אָסט­רוך איז שולדיק אַ דאַנק לעאָניד ברעזשניעוון פֿאַר זײַן הילף בײַם צונויפֿשטעלן איינעם פֿון די קאָמפּליצירטסטע און אַרומנעמיקסטע ייִדישע ווערטערביכער; אַ ווערטערבוך אין ווײַסרוסיש, אַ שפּראַך וואָס אַפֿילו ס‘רובֿ ווײַסרוסן קענען זי נישט. די ייִדישע איבערזעצונגען פֿון די פֿיל־בענדיקע זכרונות פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטישן פֿירער זענען זייער צוניץ געקומען אָסטרוכן, אַ מינסקער אינטעלעקטואַל, קונסט־רעסטאַוורירער און ייִדישיסט. די בענד האָבן "אונדז געגעבן מאַטעריאַלן צו שאַפֿן אונדזערע אייגענע ווערטערביכער" — האָט ער געזאָגט — "איך האָב חבֿרים, וועלכע געדענקען נאָך גאַנצע אויסצוגן פֿון ברעזשניעווס ביכער אויף ייִדיש". אַגבֿ, האָט מען ברעזשניעווס זכרונות איבערגעזעצט אויף אַלע שפּראַכן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

שוין צען יאָר אַרבעט אָסטרוך אויף זײַן ווערטערבוך־פּראָיעקט. "פֿאַר מיר שטעלט זיך פֿאָר די פֿאָרשונג נישט ווי אַ יום־טובֿ, נישט ווי מײַן פּראָפֿעסיע, נאָר ווי מײַן לעבן" — זאָגט ער — "איך דאַרף עס טאָן פֿאַר מיר אַליין. קיין קאָמערציעלע אונטער­נעמונג צו פֿאַרדינען געלט איז דאָס נישט". אָסטרוך איז אַן אויטאָדידאַקט אין לינגוויס­טיק און קען אוקראַיִניש, ליטוויש און ייִדיש, ווי אויך זײַנע מאַמע־לשונות, רוסיש און ווײַסרוסיש.

זײַן באַשלוס זיך אָפּצוגעבן אין גאַנצן מיט אַ ווערטערבוך, וואָס פֿאַרבינדט די צוויי שפּראַכן "אויף צרות", וואָלט געווען גענוג אינטערעסאַנט, אָבער דערצו איז ער אַפֿילו נישט קיין ייִד. אפֿשר האָט דער טראַגישער גורל וואָס איז באַפֿאַלן סײַ די ווײַסרוסישע ייִדן, סײַ די ווײַסרוסן בעתן חורבן, גורם געווען דעם אינטערעס. נישט זעלטן טרעפֿט זיך אין זײַן לאַנד, אַז אַ ווײַסרוס שאַפֿט קונסטווערק לזכר די אַמאָליקע דאָרטיקע ייִדן. למשל, דער קינסטלער ריטשאַרד גרושאַ שטעלט אויף דענקמעלער אויפֿן אָרט, וווּ מע האָט אומגעבראַכט ייִדן.

"די מענטאַליטעט פֿונעם סאָוועטישן ייִד איז געווען נישט־געוויינטלעך" — האָט געזאָגט אָסטרוך, טראָגנדיק אַ בערדל און ברילן, מיטן אויסזען פֿון אַ סאָוועטישן אינטעלעקטואַל. "מע האָט נישט געקענט פֿירן קיין אייגן געשעפֿט. אָדער מען איז געוואָרן אַ שיכּור, אָדער מע האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַן אַבסטראַקטער וועלט — די וועלט פֿון קונסט, למשל, מוזיק אָדער שפּראַך. מיך האָבן אינטערעסירט שפּראַכן."

אין יולי, 1984, האָט ער געהערט ייִדיש צום ערשטן מאָל, ווען ער און אַנדערע קונסט־סטודענטן זענען געפֿאָרן קיין סלאָנים, אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד, צו רעסטאַוורירן אַ שיל, געבויט אינעם 16טן יאָרהונדערט. בײַם הערן דאָס ייִדישע וואָרט איז ער תּיכּף געוואָרן פֿאַרכאַפּט. "ייִדיש ציט מיך צו, ווײַל עס איז אַזאַ מיש־שפּראַך — דײַטש, לשון־קודש, סלאַוויש. אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווען אַלץ איז געווען געשלאָסן, איז פֿאַר אונדז סטודענטן די ייִדישע שפּראַך געווען אַן אַנטפּלעקונג".

הונדערטער יאָרן האָבן ייִדן געלעבט אין ווײַסרוסלאַנד. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ייִדיש געווען איינע פֿון די פֿיר אָפֿיציעלע מלוכה־שפּראַכן אין ווײַסרוסלאַנד צוזאַמען מיט רוסיש, ווײַסרוסיש, און פּויליש. אין דער מלחמה זענען אין ווײַסרוס­לאַנד אומגעקומען 2 מיליאָן מענטשן, כּמעט אַ העלפֿט פֿון זיי ייִדן, 90% פֿון דער דאָר­טיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

דער חורבן־דענקמאָל אין מינסק — דער "יאַרמע־דענקמאָל", אויפֿגעשטעלט אויפֿן אָרט פֿון דער מינסקער ייִדישער געטאָ, איז געווען דער ערשטער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט בפֿירוש דערמאָנט די קרבנות ווי ייִדן און נישט "סאָוועטישע בירגער". נאָכן חורבן האָט די שפּראַך־פּאָלי­טיק אין ווײַסרוסלאַנד געפֿאָדערט מען זאָל אונטערדריקן סײַ ייִדיש, סײַ ווײַסרוסיש, און געשטיצט נאָר רוסיש. אין 2005 האָט מען אין קיין איין מלוכה־שול נישט געלערנט ווײַסרוסיש.

דערווײַל האַלט אָסטרוך בײַ אַ טויזנט זײַטן אין זײַן ווערטערבוך. זײַן אַרבעט ווערט געבויט, צום טייל, אויף די פֿריִער־געדרוקטע סאָוועטישע ייִדישע ווערטערביכער פֿון ווײַסרוסיש, ווי דאָס ווערק פֿון שמואל פּלאַווניק און סאָפֿיע ראָכקינד, אַרויס אין 1940. אַ סך פֿון דער פֿאָרשונג אינעם נײַעם ווערטערבוך וואָס שייך פֿראַזעאָלאָגיע, שטאַמט פֿון דעם ווערק. אָסטרוך האָט אויך זיך אַ סך געלערנט בײַם "ווילנער ייִדיש־אינסטיטוט", וווּ ער האָט שטודירט ייִדיש און שפּראַך־געשיכטע פֿון 1998 ביז 2004, ווי אויך די געשיכטע פֿון די ווײַסרוסישע ייִדן.

דער ווערטערבוך, וואָס ווערט געשטיצט פֿונעם רוסישן מנדבֿ אַנדריי גאָרבענקאָ פֿון פּעטערבורג, וועט זײַן אַ פּיאָנעריש לינגוויסטיש ווערק, ווי אויך וויכטיק פֿאַר די באַמיִונגען צו שטאַרקן ייִדיש־שטודיעס אין ווײַסרוסלאַנד. אָסטרוך נעמט אַרײַן אין זײַן פּראָיעקט אַ סך ווערטלעך, אידיאָמען, שפּריכווערטער און עטימאָלאָגישע אינפֿאָר­מאַציע, וואָס איז קיין מאָל נישט געדרוקט געוואָרן.

דער איצטיקער מצבֿ פֿון ייִדיש אין ווײַסרוסלאַנד לײַדט זייער אונטערן דיקטאַ­טאָרישן רעזשים פֿון פּרעזידענט אַלעק­סאַנדר לוקאַשענקאָ. כּמעט אַלע ייִדיש־רעדערס אין לאַנד זענען אָרעמע עלטערע לײַט. דערפֿאַר אַרבעט אָסטרוך לטובֿת ייִדיש אויך אויף אַנדערע אופֿנים. ווי דער לערער אין אַ מינסקער קונסטשול אין די 1990ער יאָרן, האָט ער געבעטן זײַנע תּלמידים אויסצולערנען אויף אויסנווייניק ייִדישע קינדער־לידער. זײַן פֿרוי איז אַ ייִדישע טאָכטער און ער האָט געלערנט זײַנע צוויי קינדער ווי צו רעדן און לייענען ייִדיש; אַ שפּראַך וואָס איז מער אַ טייל פֿון זייער ירושה ווי זײַנע. אָסטרוך פֿאַרשטייט די קריטיק פֿון אַנדערע לגבי זײַן "נישטיקן" פּראָיעקט, אָבער ער דערמאָנט זיך אין עפּעס וואָס דער סאָוועטיש־ייִדישער שרײַבער סאַמויִל מאַרשאַק האָט אַמאָל געזאָגט אין אַן אינטערוויו — "מע דאַרף כאָטש איין זאַך טאָן אויף דער וועלט וואָס מע האַלט, אַז ס׳האָט נישט קיין שום ווערט — אפֿשר וועט דווקא דאָס זײַן דער וויכטיקסטער אויפֿטו אינעם לעבן".

פֿון מאַט סיגאַל, ייִט"אַ