חורבן

הײַיאָר האָט אַן אַמעריקאַנער משפּחה אין קאַליפֿאָרניע אָפּגעמערקט קרישטאָלנאַכט מיט אַ ספּעציעלער צערעמאָניע: אַ ספֿר־תּורה, וואָס זייער קרובֿ, דוד האַמבורגער, האָט געהאַט געראַטעוועט פֿון פֿויערשטענאַו, דײַטשלאַנד, עטלעכע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט, איז מיט אַ חודש צוריק איבערגעגעבן געוואָרן צו "אַלמאַ־וויאַ" — אַ וווין־אָרט פֿאַר עלטערע לײַט, דורך האַבורגערס אור־אור־אייניקל, שאַרלאָט סמיט. אויפֿן בילד: שאַרלאָט און ראַבינער דזשערי לוי, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון "אַלמאַ־וויאַ", בעת דער הכנסת־ספֿר־תּורה אין סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע.
הײַיאָר האָט אַן אַמעריקאַנער משפּחה אין קאַליפֿאָרניע אָפּגעמערקט קרישטאָלנאַכט מיט אַ ספּעציעלער צערעמאָניע: אַ ספֿר־תּורה, וואָס זייער קרובֿ, דוד האַמבורגער, האָט געהאַט געראַטעוועט פֿון פֿויערשטענאַו, דײַטשלאַנד, עטלעכע טעג נאָך קרישטאָלנאַכט, איז מיט אַ חודש צוריק איבערגעגעבן געוואָרן צו "אַלמאַ־וויאַ" — אַ וווין־אָרט פֿאַר עלטערע לײַט, דורך האַבורגערס אור־אור־אייניקל, שאַרלאָט סמיט. אויפֿן בילד: שאַרלאָט און ראַבינער דזשערי לוי, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון "אַלמאַ־וויאַ", בעת דער הכנסת־ספֿר־תּורה אין סאַן־ראַפֿאַעל, קאַליפֿאָרניע.
Credit: Julie Ann Kodmur
פֿינף און זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרלאָפֿן זינט דער היטלער־רעזשים האָט אָרגאַניזירט אַ טעראָר־אַטאַק אויף זײַנע ייִדישע בירגער, וואָס האָט ניט קיין גלײַכנס אין דער מענטשלעכער געשיכטע. שולן און ספֿרי־תּורות געשענדט און פֿאַרברענט און זײַנע ייִדישע בירגער אַטאַקירט און אויסגעשטעלט צו שאַנד און שפּאָט.
ווען מיר באַטראַכטן איצט מיט וואָס דאָס האָט זיך געענדיקט קאָנען מיר באַשטימען אַז "די קרישטאָל־נאַכט איז געווען דער אָנהייב פֿון דעם סוף".
"געדענקען — זכירה" איז אַ הייליקע אויפֿגאַבע און מיר ייִדן זײַנען, מער ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער מקיים די מיצווה. געדענקען מיינט אויך עפּעס צו לערנען, קומען צו געוויסע מסקנות און באַשטימען אַ ריכטונג פֿאַר דער צוקונפֿט. אין רעטראָספּעקט, ווען מיר באַטראַכטן די לאַגע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, מוזן מיר מיט ווייטיק מודה זײַן, אַז קיין אויסוועג איז נישט געווען בנימצא. אייניקע געדאַנקען וועגן דעם מצבֿ וויל איך דאָ באַטאָנען:
א) די ייִדן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע זײַנען געווען אין אַ פּאַסטקע, פֿאַרמאַכט און פֿאַרשלאָסן. דאָס "ווײַסע פּאַפּיר" האָט כּמעט פֿאַרשלאָסן די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל, און די טויערן פֿון אַמעריקע זײַנען ענלעך ניט געווען אָפֿן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן.
ב) דער אַנטיסעמיטיזם אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער האָט אָנגענומען ווילדע פֿאָרמען, צום טייל אונטער דעם אײַנפֿלוס פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און דער פֿאַשיסטישער איטאַליע.
ג) דער אומדערוואַרטער ניצחון פֿון די נאַצי־אַרמייען און די אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך, בעלגיע, האָלאַנד און נאָרוועגיע און שפּעטער כּמעט דעם גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט האָבן פֿאַרשלאָסן אַלע וועגן. דער גורל פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום איז געוואָרן געחתמעט.
ד) די ראָלע פֿון אַמעריקע און אַמעריקאַנער ייִדן האָט נאָך געדאַרפֿט וואַרטן עטלעכע יאָר ביז זיי זײַנען געוואָרן פֿאַקטאָרן אין דער מלחמה און דער הצלה. צו שפּעט און צו ווייניק.
ה) צוויי אויסערגעוויינטלעכע געשיכטלעכע געשעענישן זײַנען דערשינען ווי די הויפּט־עלעמענטן אין פֿאָרמירן דעם נײַעם ייִדישן זעלבסט־באַוווּסטזײַן נאָך דער מלחמה. זיי זײַנען: די שואה און די תּקומת־מדינת־ישׂראל. זײַנען מיר געוואָרן דער סוביעקט פֿון געשיכטע אַנשטאָט איר אָביעקט (גלות).
וואָס דאַרפֿן מיר לערנען פֿון דעם גרעסטן בראָך און דעם גרעסטן נס, וואָס מיר, קינדער פֿון איין דור, האָבן איבערגעלעבט און דערלעבט?
מאַי קאָ משמע לן — וואָס לאָזט אונדז דאָס צו הערן?
די צענטראַלקייט פֿון מדינת־ישׂראל אין אונדזער עקזיסטענץ ווי אַ פֿאָלק איז אָן ספֿק אַן אַקסיאָם. אַרטור הערצבערג, אַ באַקאַנטער רבֿ און היסטאָריקער, האָט געמאַכט אַ דרייסטע באַמערקונג אויף דער טעמע: אַ ייִד וואָס לעסטערט מדינת־ישׂראל בפֿרהסיא איז מער עלול אַרײַנגעלייגט צו ווערן אין חרם בזמן הזה ווי אַ כּופֿר־בעיקר. והאָ־ראַיה: מיניסטערס און אומצאָליקע פּראָמינענטע ייִדן געהערן אין דער קאַטעגאָריע! אונדזער הויפּט־דאגה איז צו פֿאַרזיכערן דעם קיום און וווילזײַן פֿון מדינת־ישׂראל. זי איז דער ראָש־שׂימחתנו. מער ווי אַ העלפֿט פֿון אונדזער פֿאָלק לעבן איצט אין אַ פֿרײַער, דעמאָקראַטישער מדינה. איר ייִדישער כאַראַקטער איז אַ גרונט־יסוד פֿון איר עקזיסטענץ.
דער מצבֿ פֿון די ייִדישע קהילות אין די תּפֿוצות האָט פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע אַספּעקטן. דער רובֿ פֿון די תּפֿוצות־ישׂראל לעבן אין דעמאָקאַטישע לענדער. מיר רעדן נישט מער וועגן גלות ווײַל זיי קאָנען שטענדיק עולה זײַן קיין ישׂראל. אין די לענדער זײַנען זיי לעגאַלע מיטגלידער פֿון דער נאַציע וווּ זיי לעבן. זייער אידענטיפֿיקאַציע ווי ייִדן ווערט מיינסטנס באַצייכנט אין רעליגיעזע טערמינען. אַזוי ווי אין ישׂראל זײַנען ייִדן אַ פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט. דער נעגאַטיווער אַספּעקט פֿון דער לאַגע איז די אַסימילאַציע און פֿאַרלוסט פֿון ייִדישן אורח־חיים און ייִדישער אייגנאַרטיקייט. אָן ייִדישער דערציִונג איז פּשוט אוממעגלעך צו דערוואַרטן פֿולבלוטיקע ייִדישע דורות. סײַ לשון־הקודש (עבֿרית) און סײַ דאָס לשון־הקדוש (ייִדיש) זײַנע נישט תּמיד דער אויסדרוק פֿון זייער ייִדישקייט אָדער קולטור.
מדינת־ישׂראל צוזאַמען מיט די אָנפֿירנדיקע אינסטיטוציעס אין דער וועלט דאַרפֿן צוזאַמענאַרבטן בכדי צו פֿאַרזיכערן, אַז ייִדישע דערציִונג זאָל ווערן די צענטראַלע אויפֿגאַבע פֿון ייִדישע קהילות און זי פֿינאַנצירן. מדינת־ישׂראל נייטיקט זיך אין די תּפֿוצות און די תּפֿוצות נייטיקן זיך אין אַ שטאַרקער, בליִענדיקער מלכות־ישׂראל.
איך וויל פֿאַרענדיקן מײַן אַרטיקל מיט אַ ציטאַטע פֿון אַ פֿאָרטראָג וואָס מנחם אוסישקין, דער לאַנג־יאָריקער ראָש פֿון קק"ל, האָט געהאַלטן פֿאַר די מחנכים פֿון ארץ־ישׂראל, לאַנג פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מדינה. ער האָט זיי גערופֿן אָפּצוהיטן דעם חוט־המשולש וואָס גאַראַנטירט אונדזער קיום — די תּורה, אונדזער לשון עבֿרית און דעם באָדן פֿון אונדזער היימלאַנד. יעדע איינע פֿון די דרײַ האָט אין געוויסע צײַטן געשפּילט די הויפּט־ראָלע, ווי דער אויסשליסלעכער הויפּט־יסוד פֿאַר אונדזער קיום: די טראַדיציע (תּורה), לשון־קודש (קולטור־השׂכּלה) און לאַנד (ציוניזם). אוסישקינס לערע איז הײַנט ווי דעמאָלט ביז גאָר קריטיש צו דינען ווי אַ מורה־דרך אויף אונדזער היסטאָרישן וועג.