חורבן
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לעבן־געבליבענע פֿונעם קעלצער פּאָגראָם וואַרטן אויף זייער
פֿאַרלאָזן פּוילן — קעלץ, פּוילן, זומער 1946
לעבן־געבליבענע פֿונעם קעלצער פּאָגראָם וואַרטן אויף זייער
פֿאַרלאָזן פּוילן — קעלץ, פּוילן, זומער 1946
Credit: Yad VaShem

דער חורבן פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום אין אייראָפּע איז און וועט פֿאַרבלײַבן לדור־דורות אַ יחיד־במינודיקייט אין דער וועלט־געשיכטע. נישט געקוקט דערויף וואָס די אַכזריותדיקע מערדערײַען זײַנען געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג און ווערן זייער אָפֿט באַצייכנט מיטן נאָמען "האָלאָקאָסט", אײַנגעשלאָסן יחידים און קרײַזן וואָס פֿאַרלייקענען דעם חורבן בכלל — איז עס אָבער אַ פֿאַקט, אַז דער חורבן שטייט נאָך אַלץ אויפֿן סדר־היום, אויף דעם געוויסן פֿון דער וועלט. די צאָל ביכער, מעמואַרן און דראַמאַטישע אויפֿפֿירונגען זאָגן עדות, אַז דווקא דער נאָך־מלחמהדיקער דור זוכט ענטפֿערס אויף די ביז איצט נישט־געשטעלטע פֿראַגעס, און האָט דעם מוט אויסצופֿאָרשן די מעשׂי־אָבֿות בשעת דער מלחמה. די פֿעלקער פֿון אייראָפּעיִשן קאָנטינענט — פֿון מערבֿ ביז מיזרח און פֿון צפֿון ביז דרום — האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער שוידערלעכער דראַמע סײַ ווי אַקטיווע אָנטייל־נעמער אין דער רציחה, סײַ ווי פּאַסיווע אומברחמנותדיקע עדות. אין צענטער פֿון דער גרויזאַמער תּקופֿה שטייען צוויי לענדער — דײַטשלאַנד און פּוילן. דײַטשלאַנד געפֿינט זיך אין דער קאַטעגאָריע פֿון אַבֿ־הטומאה — דער מקור פֿון אַל דאָס בייז און רשעות, וואָס וועט ביזן סוף פֿון אַלע דורות טראָגן דעם קין־שאַנדצייכן אויף זײַן פּרצוף.

עס מוז געזאָגט ווערן, אַז דער נײַער דור פֿון דײַטשישע וואָרטזאָגער ווײַזן אַרויס אמתדיקע חרטה. אַ סך יונגע דײַטשן האָבן דעם מוט עפֿנטלעך צו באַשולדיקן זייערע עלטערן און זיי דעמאַסקירן פֿאַר זייערע מעשׂים במשך דער מלחמה. די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן פֿון הײַנטיקן דײַטשלאַנד פֿילן זיך פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם וואָס איז געשען, און ווײַזן אַרויס פּאָזיטיווע שטעלונגען כּלפּי דעם ייִדישן קיבוץ אין דײַטשלאַנד און ספּעציעל כּלפּי מדינת־ישׂראל. וואָס שייך פּוילן, שטייען מיר פֿאַר אַ זעלטענעם פֿענאָמען. פּוילן איז בלי־ספֿק אַ קרבן פֿון נאַציזם און דער הויפּט־פֿאַקטאָר אין דעם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די דײַטשישע שׂינאה און פֿאַראַכטונג פֿאַר דעם פּוילישן פֿאָלק איז געווען נישט אַ סך קלענער, ווי כּלפּי ייִדן. די נאַציס האָבן פּלאַנירט צו רעדוצירן דאָס פּוילישע פֿאָלק צום סטאַטוס פֿון קנעכטשאַפֿט. די אויסראָטונג פֿון דער פּוילישער אינטעליגענץ און די פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון מאַסן פּאָליאַקן אין די אַרבעט־ און קאָנצענטראַצי־לאַגערן איז באַקאַנט. און דאָך, איז פּוילן דאָס איינציקע לאַנד און פֿאָלק, וואָס האָט פֿאַרשוועכט איר מאַרטירער־סטאַטוס ווי אַ קרבן פֿון נאַציזם און געוואָרן אַ נעסט פֿון אָפֿענער שׂינאה און מערדערישע פּאָגראָמען קעגן די רעשטלעך ייִדן, וואָס האָבן זיך אומגעקערט "אַהיים" נאָך דער מלחמה. דאָס איינציקע לאַנד אין אייראָפּע, וווּ אַ ייִד האָט זיך געפֿילט באַדראָט און אומזיכער!

די טענה, אַז די אַנטי־ייִדישע פּאָליטיק איז געווען דיקטירט פֿון די קאָמוניסטן, איז פֿאַלש און ווילד. די נאַציאָנאַליסטישע פּוילישע קרײַזן האָבן איבערגעשטיגן די קאָמוניסטן מיט זייערע ביטערע אַטאַקעס אויף ייִדן. די נאַציאָנאַליסטן האָבן געטענהט, אַז דער רעזשים איז אין די הענט פֿון דער "זשידאָ־קאָמונאַ" — די ייִדישע קאָמוניסטן. דער אמת איז, אַז דאָס פֿאָלק האָט זיך ניט דערהויבן צו דער מדרגה פֿון סימפּאַטיע כּלפּי די רעשטלעך פֿון זייערע אַמאָליקע שכנים און מיטבירגער, די קרבנות פֿון דעם געמיינזאַמען אַכזריותדיקן היטלער־רעזשים.

די הויפּט־סיבה איז געווען די גײַציקייט פֿון די פּאָליאַקן וואָס האָבן "געירשנט" דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס, זייערע הײַזער און געשעפֿטן. דער ייִד האָט ווידער "באַדראָט" דעם פּאָליאַק. אַ סך ייִדן האָבן אויסדערוויילט צו ווערן "מאַראַנען", באַהאַלטענע ייִדן. ס׳רובֿ האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן. די רעשטלעך וואָס האָבן געהאָפֿט זיך אײַנצוגלידערן אין דעם נײַעם, באַפֿרײַטן פּוילן, זײַנען ענדלעך געצוווּנגען געוואָרן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, ווען גאָמולקאַ איז געוואָרן דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי אין 1956. איך באַגרענעץ זיך מיט געציילטע פּרטים פֿון דער געשיכטע פֿון יענער תּקופֿה, ווײַל דאָס איז ניט מײַן טעמע פֿאַר דעם דאָזיקן אַרטיקל.

מײַן טעמע איז צו באַריכטן, אַז אויך אין פּוילן איז ענדלעך אויפֿגעשטאַנען אַ נײַער דור, ספּעציעל אין די אַקאַדעמישע קרײַזן (אמת, די נחמה איז קליין און קאָן בשום־אופֿן ניט לינדערן אונדזערע אָפֿענע, ניט אויסגעהיילטע וווּנדן), וואָס פֿרעגט אָפּ די באַציִונגען צו דער ייִדן־פֿראַגע אין דעם נאָך־מלחמהדיקן פּוילן. דער סטאַטוס־קוואָ פֿון "וואָס איז געווען און איז מער ניטאָ" (אַגבֿ, איז דאָס דער נאָמען פֿון אַ פֿילם־קאַסעטע וואָס איך האָב מיט יאָרן צוריק געקויפֿט אין טרעבלינקע), און אַז דאָס לעבן גייט אָן בשלום־ובֿשלווה כּאילו אַלץ איז כּשר־וישר, איז אומדערטרעגלעך, עס פֿאַרהוילט דעם אמת און איז היפּאָקריטיש. פּוילן קאָן ניט שפּילן די ראָלע פֿון אַ קרבן און אין דער זעלבער צײַט זײַן דער רוצח. מיר ייִדן האָבן אַ תּלמודישן אויסדרוק: "אין קטיגור נעשׂה סניגור" — דער קריגער קאָן ניט זײַן קיין שלום־מאַכער.


* * *

די אינספּיראַציע פֿאַר דעם אַרטיקל שטאַמט פֿון אַ ריי פֿאָרש־אַרבעטן וועגן אַנטיסעמיטיזם, ווי אויך באַריכטן וועגן אַ זייער אינטערעסאַנטער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים צווישן דעם 3טן און 6סטן אָקטאָבער אין "יד־ושם", אין די ראַמען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג און דעם דיאַנאַ זבאָראָווסקי־צענטער צו שטודירן די נאָכווייענישן פֿונעם חורבן. דער צענטער איז עטאַבלירט געוואָרן פֿון אלי זבאָראָווסקי און זײַנע קינדער, ד״ר לילי זבאָראָווסקי־נווה און מאָרי זבאָראָווסקי, אין אָנדענק פֿון דער פֿרוי און זייער מוטער. עס איז פּאַסיק צו באַמערקן, אַז אלי זבאָראָווסקי איז ניט קיין פּנים־חדשות אין אונדזער ייִדישער וועלט. ער איז דער פֿאָרזיצער פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע "יד־ושם"־געזעלשאַפֿטן, וואָס ווידמעט זײַן לעבן צו פֿאַרזיכערן דעם זכּרון־עולם פֿון אונדזערע קדושים.

22 פּוילישע געלערנטע, פֿאָרשער, אַנטראָפּאָלאָגן און היסטאָריקער האָבן געלייענט זייערע רעפֿעראַטן. מיר וועלן בלויז דערמאָנען אייניקע פֿון זיי. דער איניציאַטאָר פֿון דער היסטאָרישער באַגעגעניש איז פּראָפֿעסאָר פֿעליקס טיק, אַ מיטגליד פֿון דער פּוילישער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטן און געוועזענער הויפּט פֿון דעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע, אַליין איינער פֿון דער שארית־הפּליטה. ער האָט דערקלערט: "די געשיכטע פֿון דעם חורבן מוז ווערן אויסגעברייטערט און אײַנשליסן די נאָך־מלחמהדיקע פּאַסירונגען. דאָס אומקערן זיך אַהיים און די באַגעגענישן מיט זייערע קריסטלעכע שכנים. אַפֿילו נאָכן סוף פֿון קאָמוניזם האָט וועגן דעם ענין געהערשט אַן אומגלייבלעכע שטילקייט". טאָקאַרסקאַ־באַקיר, אַ מיטגליד פֿון דער דעלעגאַציע האָט דערקלערט: "קיינער וויל מיר ניט גלייבן, אַז מײַנע אַנטדעקונגען זײַנען באַזירט אויף עמפּירישע פֿאָרשונגען". דער סדר־היום פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט אײַנגעשלאָסן די פֿאָלגנדיקע טעמעס: די באַרויבונג און רציחות אויף ייִדן, די עלילת־דם־באַשולדיקונגען, אַנאַליזן און סיבות פֿון מאַסן־עמיגראַציע, ייִדישע קולטור, די שטעלונג פֿון דער קאַטוילישער קירך וואָס שייך דער ייִדן־פֿראַגע און צום סוף, די איבערמענטשלעכע, פּשוט העראָיִשע, אָפֿט פֿאַטאַלע באַמיִונגען צוריקצוקריגן דאָס אייגנטום און ירושות: ד״ר חוי דרײַפֿוס, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט קאָמענטירט וועגן דער דעלעגאַציע בזה־הלשון: "זײַענדיק אַ יונגער פּוילישער וויסנשאַפֿטלער וועט איר ניט באַרירן אַזעלכע פּראָבלעמען און פֿראַגעס וועגן אײַער אייגענער געזעלשאַפֿט, אויב איר זײַט ניט־לײַדנשאַפֿטלעך באַהערשט פֿון אַ באַגער צו דערגיין דעם אמת. איר, פֿאָרשער, טוט אײַער אַרבעט בלבֿ־ונפֿש".

די הויפּט־רעדע האָט געהאַלטן ד״ר יאַן ט. גראָס, אַ געבוירענער אין פּוילן אין אַ געמישטער משפּחה — די מוטער אַ קאַטוילישע און דער פֿאָטער אַ ייִד. די מוטער האָט בשעת דער מלחמה געהערט צום פּוילישן אונטערגרונט. אין זײַנע אייגענע ווערטער באַטראַכט ער זיך ווי אַ פּאָליאַק, ווײַל רעליגיע האָט ניט געשפּילט קיין באַזונדערע ראָלע אין דעם משפּחה־לעבן. קודם־כּל, האָט ער דערמאָנט ווי דער אויסבראָך פֿון ווילדן אַנטיסעמיטיזם אין 1968 האָט באַווויגן דער משפּחה צו פֿאַרלאָזן פּוילן. אין עלטער פֿון 22 יאָר איז ער אָנגעקומען קיין אַמעריקע. נאָך זײַענדיק אין וואַרשע, האָט ער געהערט צו דער אָפּאָזיציע און ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, באַזײַטיקט געוואָרן פֿונעם אוניווערסיטעט און אָפּגעזעסן עטלעכע חדשים אין תּפֿיסה.

דער עולם אינעם געפּאַקטן זאַל פֿון "יד־ושם" האָט מיט גרויס נײַגעריקייט זיך צוגעהערט צו זײַן פֿאָרטראַג אויף דער טעמע: "אָפּאָרטוניסטישע מערדערײַען און באַרויבונגען פֿון ייִדן דורך זייערע שכנים — אַ נאָרמע אָדער אַן אויסנאַם אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט בשעת דער מלחמה?" אויפֿן עקראַן, ווי אַ הינטערגרונט האָט מען געזען אַ גרופּע מענטשן, מן־הסתּם פּויערים, וואָס פֿאַרברענגען געמיטלעך אין פֿעלד מיט זייערע כּלים און לאָפּעטעס. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַרום זיי אין פֿעלד זעט מען נישט קיין גערעטעניש פֿון געשניטענער תּבֿואה, נאָר אַ פֿעלד פֿול מיט אַש און מענטשלעכע ביינער. דאָס איז דאָס אַש פֿון די 800,000 טויזנט ייִדן, וואָס זײַנען פֿאַרגאַזט און פֿאַרברענט געוואָרן אין טרעבלינקע, צווישן יולי 1942 און אָקטאָבער 1943. די פּויערים אויפֿן בילד זײַנען פֿאַרטאָן אינעם זוכן גאָלד און טײַערע שטיינער, וואָס די דײַטשן האָבן אפֿשר פֿאַרזען, הגם די קערפּער פֿון די קרבנות זײַנען גענוי קאָנטראָלירט געוואָרן פֿאַרן קרעמירן. ער איז ממשיך: "ניט נאָר פּאָליאַקן, אַ סך אַנדערע פֿעלקער אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט האָבן גענאָסן פֿון די דײַטשישע אַנטי־ייִדישע געזעצן, קודם־כּל, צו באַזײַטיקן זיי פֿונעם עפֿנטלעכן לעבן און אַוועקנעמען די ציווילע רעכט, באַרויבן זייער אייגנטום און צום סוף זיי פֿאַרטיליקן." ווענדנדיק זיך צום בילד אויפֿן עקראַן, שטעלט ער די פֿראַגע: "וואָס האָט אַ שווייצאַרישער באַנקיר און אַ פּוילישער פּויער געמיינזאַם?" — דער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע איז: "אַ גאָלדענער צאָן, אַרויסגעריסן פֿון מויל פֿון אַ ייִדישן קערפּער".

ער איז געוואָרן באַקאַנט אין דער וועלט צוליב זײַנע צוויי ביכער וואָס האָבן געצוווּנגען די פּוילישע בירגער צו מאַכן אַ חשבון־הנפֿש, אַרײַנקוקנדיק אין שפּיגל פֿון זייער אייגענער געשיכטע. די צוויי ביכער זײַנען: "די שכנים", אַרויס אין ענגליש אין 2001 און אין פּויליש אין 2002. דאָס בוך האָט אַנטדעקט די שוידערלעכע געשיכטע פֿון די ייִדן אין יעדוואַבנע, וואָס זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן אין 1941 ניט דורך די דײַטשן, נאָר דורך זייערע פּוילישע שכנים־מיטבירגער. אין 2006 איז אַרויס דאָס בוך "די מורא — אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן נאָך אוישוויץ". דאָס בוך איז זיך עוסק מיט דעם פּאָגראָם אויף די ייִדן אין קעלץ אין יולי 1946, וווּ די פּאָליאַקן האָבן דערמאָרדעט 37 ייִדן. גראָס זעט אײַן, אַז די דיסקוסיע וועגן דעם קאַפּיטל אין דער פּוילישער געשיכטע איז פּײַנלעך, אָבער זי איז נויטווענדיק.

"מײַן אידענטיטעט ווי אַ פּאָליאַק שליסט אײַן מײַן נאַטירלעכן חוש פֿאַר מיטלייד מיט די גערודפֿטע. ווייניק אין צאָל זײַנען די, וואָס זײַנען מער באַרעכטיקט זיך צו באַטראַכטן ווי גערודפֿטע ווי די פּאָליאַקן. אָבער זײַן אַ פּאָליאַק טראָגט מיט זיך אַן אַחריות, ברצון אָדער באונס, זיך מודה צו זײַן וואָס מיר האָבן געטאָן. אונדזער אידענטיטעט קאָן ניט זײַן באַזירט אויף כּזבֿ־ושקר: 'מיר האָבן דאָס געטאָן!’ די אַלע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אין די גאַסן און דערפֿער, אין שטעטלעך, וווּ די באַפֿעלקערונג האָט בײַגעוווינט און עס געזען מיט זייערע אייגענע אויגן. דער אַנטיסעמיטיזם איז אומפֿאַרשטענדלעך, למעלה־מן־השׂכל. ער איז אַ פּגם אויף אונדזער מענטשלעכקייט, אַ סקאַנדאַליעזער אַטאַק אויף אונדזער שׂכל־הישר. ער וואַרפֿט אָפּ דעם באַגריף פֿון קאָלעקטיווער אַחריות. עס איז מעגלעך צו זײַן סײַ אַן איידעלער גיבור און סײַ אַן אויסוואָרף פֿון דער געזעלשאַפֿט אין דער זעלבער צײַט. מיר פּאָליאַקן טראָגן אין זיך ביידע זאַכן. מיר מוזן זיך עפֿנטלעך צו דעם מודה זײַן".

אויף אַ באַמערקונג, אַז אַ סך ייִדן טענהן, אַז די פּאָליאַקן זײַנען געווען ערגער ווי די דײַטשן צו ייִדן, ענטפֿערט ער מיט אַ זיפֿץ: "אַלע ווייסן, אַז די דײַטשן האָבן צוגעגרייט קעמפּס און אויפֿגעשטעלט אַ מלוכישן אַפּאַראַט צו פֿאַרניכטן מיליאָנען. אָבער ווען עס רעדט זיך וועגן פֿאַרראַט, זײַנען די פּוילישע מאַסן אַ סך מער שולדיק ווי די דײַטשן. גײַציקייט און פֿאַרראַט האָבן גורם געווען צו מערדערײַען און באַרבאַרישע אַקטן לגבי די מענטשן וואָס זיי האָבן געקענט. אַ סך ייִדן זײַנען געווען געטרײַע בירגער פֿון פּוילן, וואָס האָבן באַטראַכט דאָס לאַנד ווי זייער היימלאַנד דורות־לאַנג".

גראָס איז אין פּראָצעס פֿון שרײַבן די געשיכטע פֿונעם חורבן פֿון שטאַנדפּונקט פֿון ייִדיש־פּוילישע באַציִונגען פֿאַר דער מלחמה, אין דער צײַט פֿון דער מלחמה און נאָך איר סוף. די אומגעהײַערע געשיכטעס זײַנען ניט תּופֿס צו זײַן. די לעבן־געבליבענע אַליין גלייבן ניט, אַז דאָס האָט געקאָנט פּאַסירן און זייער אָפֿט באַטראַכטן זיי די פֿאַרגאַנגענהייט ווי אַ חלום. וואָס ס׳איז יאָ נייטיק איז אַ נײַע היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון דעם חורבן. פּוילישע היסטאָריקער האָבן ניט אינטעגרירט דעם חורבן ווי אַ טייל פֿון דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און אַפֿילו די ייִדישע היסטאָריקער האָבן צום מייסטנס באַהאַנדלט די טראַגעדיע ווי אַן אויסשליסלעך באַזונדערע, אוניקאַלע ייִדישע טראַגעדיע. זײַן צוגאַנג שטיצט זיך אויף גבֿית־עדותן און מענטשלעכע דערפֿאַרונגען. אינסטיטוציאָנעלע און אָפֿיציעלע מקורים זײַנען טענדענציעז און אַנטפּלעקן ניט דעם גרויזאַמען אמת.

וועגן זיך אַליין און זײַן פֿאַמיליע זאָגט ער, אַז זיי זײַנען געווען זייער אַסימילירט און עס וואָלט געווען אַ העזה פֿון זײַן זײַט זיך צו באַטראַכטן ווי אַ ייִד. אַ באַזוך אין מדינת־ישׂראל איז פֿאַר אים אַ וווּנדערלעכע איבערלעבונג.