- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם לעצטן לייט־אַרטיקל פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם קאַלענדאַר־יאָר, וואָלטן מיר געוואָלט זיך אָפּשטעלן אויף דער געשעעניש, וואָס איז געשען ממש אין די לעצטע טעג פֿון דעצעמבער, אין מאָסקווע. די רייד גייט וועגן דעם באַשולדיקונג־אורטייל פֿאַר מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי און פּלאַטאָן לעבעדיעוו, צוויי פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, קרבנות פֿון פּוטין־רעזשים.
ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך בין דער לעצטער, ווער עס האָט באַמערקט דאָס דאָזיקע ווינקעלע אין אינטערנעץ:
http://www.gazetaeao.ru/ Dan Miron. From Continuity to Contiguity. Toward a New Jewish Literary Thinking. Stanford University Press, 2010. דער באַגריף "ייִדישע ליטעראַטור" איז פֿולגעפּאַקט מיט אומקלאָרע און צומאָל סתּירותדיקע באַטײַטן. צי נעמט ער אַרײַן בלויז ליטעראַרישע ווערק אויף די ייִדישע שפּראַכן, אַזעלכע ווי ייִדיש, העברעיִש, לאַדינאָ און אפֿשר נאָך אַ פּאָר אַנדערע שפּראַכן און דיאַלעקטן, וואָס ייִדן האָבן געהאַלטן פֿאַר זייערע אין משך פֿון טויזנטער יאָרן? אָדער ס׳איז כּולל אַלץ, וואָס ייִדן האָבן אָנגעשריבן אויף וואָסער ניט איז שפּראַך? אָדער בלויז די ווערק, וואָס זײַנען טאַקע באַצוועקט געוואָרן פֿאַרן ייִדישן עולם? צי אפֿשר ווערט די "ייִדישקייט" באַשטימט טעמאַטיש? און לעצנטנס, איז די ייִדישע ליטעראַטור בכלל נאַציאָנאַל, לויטן שטייגער פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן, אַזעלכע ווי די ענגלישע, די פֿראַנצויזישע אָדער די רוסישע?
וויקטאָר פּעלעווין. דער שרײַבער וויקטאָר פּעלעווין איז איינער פֿון די ווייניקע הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטן מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן שם, אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז ער אַ יוצא־דופֿן. פּעלעווין איז אַ געהיימניספֿולע פֿיגור. ער באַווײַזט זיך ניט אויף די עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען, גיט ניט קיין אינטערוויוען און זאָגט ניט אַרויס קיין מבֿינות וועגן פּאָליטישע אָדער קולטורעלע ענינים. פֿון דעסטוועגן, איז ער אפֿשר דער סאַמע שאַרפֿזיניקער אָבסערוואַטאָר און קריטיקער פֿונעם הײַנטיקן רוסישן לעבן. זײַנע ביכער שפּיגלען אָפּ די ווירקלעכקייט בעסער פֿון נײַעס־באַריכטן אָדער רעפּאָרטאַזשן. דאָס נײַע יאָר 2011 עפֿנט זיך פֿאַר דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל אָן אילוזיעס און אָן דערוואַרטונגען. די צווייטע רעגירונג פֿון נתניהו — די 32סטע רעגירונג פֿון דער מדינה — איז ארײַנגעטראָטן אינעם דריטן יאָר פֿון איר הערשאַפֿט נאָך אַ יאָר פֿון אָנגעשטרענגטער פּאָליטישער בטלנות: כאָטש נתניהו האָט זיך מתחייבֿ געווען, אַז די ערשטע פּריִאָריטעט אויפֿן סדר־היום פֿון זײַן נײַער קאַדענץ וועט זײַן דאָס דערגרייכן אַ סטאַבילן שלום פֿאַר מדינת־ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח, איז אָבער זײַן גאַנצער אָנשטרענג געווענדט אין דער ריכטונג פֿון צוימען און האַמעווען דעם גאַנג צו אַ שלום, שטרויכלענדיק די בעסטע געלעגנהייט, וואָס האָט זיך ווען־עס־איז געעפֿנט פֿאַר דער מדינה. דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, אַזוי ווי ער האָט צוגעזאָגט די ייִדישע אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ. משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געגאַנגען צו פּרעה, בעטנדיק אַ רשות פֿאַר די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; בײַם אָנהייב, האָבן זיי נישט געפֿאָדערט צו באַפֿרײַען די ייִדן אינגאַנצן. אַזוי ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך — און מיט דעם ווערטל וועלן מיר אָנהייבן אונדזער איבערבליק איבער די בעסטע רעקאָרדירונגען פֿון דער ייִדישער מוזיק בעתן יאָר 2010. ס׳איז געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ די מוזיק־, פֿילם־ און ביכער־קריטיקערס פֿון דער וועלט צונויפֿצושטעלן אַזוינע רשימות, וועלן מיר דאָס אויך טאָן. אָבער אין אונדזער פֿאַל, ווערט נישט פּראָדוצירט גענוג "סחורה", וואָס זאָל באַרעכטיקן אַזאַ ליסטע פֿון "די בעסטע"; וועלן מיר אַרײַננעמען עטלעכע קאָמפּאַקטלעך וואָס זענען אַרויס אין 2009, וועלכע זענען צו אונדז ערשט דערגאַנגען אין 2010. דער חורבן פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום אין אייראָפּע איז און וועט פֿאַרבלײַבן לדור־דורות אַ יחיד־במינודיקייט אין דער וועלט־געשיכטע. נישט געקוקט דערויף וואָס די אַכזריותדיקע מערדערײַען זײַנען געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע דערשײַנונג און ווערן זייער אָפֿט באַצייכנט מיטן נאָמען "האָלאָקאָסט", אײַנגעשלאָסן יחידים און קרײַזן וואָס פֿאַרלייקענען דעם חורבן בכלל — איז עס אָבער אַ פֿאַקט, אַז דער חורבן שטייט נאָך אַלץ אויפֿן סדר־היום, אויף דעם געוויסן פֿון דער וועלט. די צאָל ביכער, מעמואַרן און דראַמאַטישע אויפֿפֿירונגען זאָגן עדות, אַז דווקא דער נאָך־מלחמהדיקער דור זוכט ענטפֿערס אויף די ביז איצט נישט־געשטעלטע פֿראַגעס, און האָט דעם מוט אויסצופֿאָרשן די מעשׂי־אָבֿות בשעת דער מלחמה. אַרויסגעבראַכט האָט אונדז די אויסנעמלעכע געשטאַלט פֿון גליקל פֿון האַמעל פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי, בעת איר פֿאָרטראָג אין די ראַמען פֿונעם קולטור־פֿרימאָרגן אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג". גיט נאָר אַ קוק וויפֿל מזל מיר האָבן! וויפֿל מ׳זאָל נישט רעדן וועגן שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט, געניסן מיר פֿון דענסטוועגן פֿון אויסגעצייכנטע אינטעלעקטואַלן, וואָס ייִדיש איז נאָך אַלץ פֿאַר זיי דער מקור פֿון וויסן, די היים וואָס שטענדיק קאָן מען זיך צו איר אומקערן און אפֿילו בלײַבן דאָרט אויף שטענדיק. פֿאַרשטעדלעך אַז אַזעלכע מחשבֿות האָט בײַ אונדז דערוועקט פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי, בעת איר באַלערנדיקער לעקציע, וווּ ס׳איז איר געלונגען אײַנפֿאַלעריש צוזאַמענבינדן וויסנשאַפֿט מיט ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט. אַ מאָל האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרמאָגן אַ ראַדיאָ פֿאַר "קורצע כוואַליעס", כּדי צו הערן די ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען איבער דער וועלט. הײַנט, האָט זיך שטאַרק געביטן דער מצבֿ צום גוטן — דהײַנו, מע דאַרף נאָר אַ קאָמפּיוטער, קען מען שוין הערן כּמעט אַלע פּראָגראַמען וואָס מע וויל און ווען מע וויל. די פּראָגראַמען אויף דער ראַדיאָ דערמעגלעכן דעם דרויסנדיקן צוהערער צו האָבן אַן אַרײַנבליק אין דעם הײַנטיקן געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן פֿון די ייִדיש־רעדנערס פֿון אומעטום. אָפֿט קען מען הערן זעלטענע אינטערוויוען מיט אָרטיקע פּערזענלעכקייטן, אָדער אַ דיסקוסיע וועגן אַן ענין, אַ פּראָבלעם, וואָס איז נאָר שייך צו אַ לאָקאַל אָרט. אַ מאָל שטעלט מיט זיך פֿאָר די ראַדיאָ־פּראָגראַם די איינציקע אָרטיקע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג, און דעריבער איז וויכטיק נאָכצוהאַלטן דאָס וואָס מע קען דאָרטן הערן. לינדזן זענען צווישן די געזינטסטע שפּײַזן אין דער וועלט. 1 טעפּל פֿון געקאָכטע לינדזן פֿאַרמאָגט 18 גראַם פּראָטעיִן, 16 גראַם פֿיברע און 37% פֿונעם סכום אײַזן, וואָס אַ מענטש דאַרף אײַננעמען יעדן טאָג. אָבער אָפּקאָכן אַ טעפּל לינדזן איז בײַ ס׳רובֿ מענטשן נישט זייער אינטערעסאַנט. דערפֿאַר וואָלט איר געמעגט אויספּרוּוון דעם רעצעפּט. די גרינסן און געווירצן גיבן עס צו נישט בלויז אַ גוטן טעם, נאָר אַ געשמאַקן ריח אויך. דערלאַנגט עס צום טיש מיט רײַז און אַ סאַלאַט, האָט איר שוין אַ גאָר געזונטע מאָלצײַט. |