פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, אַזוי ווי ער האָט צוגעזאָגט די ייִדישע אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ.

משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געגאַנגען צו פּרעה, בעטנדיק אַ רשות פֿאַר די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; בײַם אָנהייב, האָבן זיי נישט געפֿאָדערט צו באַפֿרײַען די ייִדן אינגאַנצן.

אַהרן האָט געוויזן פּרעהן אַ מופֿת: זײַן שטעקן, וועלכן ער האָט געוואָרפֿן אויף דער ערד, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ שלאַנג. ווען פּרעהס מכשפֿים האָבן געוויזן, אַז זיי קאָנען טאָן די זעלבע זאַך מיט זייער כּישוף, האָט אַהרנס שטעקן אויפֿגעגעסן זייערע שטעקנס. פּרעה איז אָבער נישט נתפּעל געוואָרן פֿונעם דאָזיקן נס, און האָט זיך אָפּגעזאָגט אַרויסצולאָזן די ייִדן אינעם מידבר.

נאָכדעם, האָט דער אייבערשטער אָנגעהויבן באַשטראָפֿן מצרים מיט די משונהדיקע מכּות: דאָס וואַסער אינעם טײַך ניל האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין בלוט; זשאַבעס, לײַז און סטײַעס פֿון ווילדע סכּנותדיקע חיות האָבן פֿאַרפֿלייצט דאָס גאַנצע לאַנד; אַ טויטלעכע פּעסט האָט אומגעבראַכט אַלע שטוב־חיות, און די מענטשן האָבן געליטן פֿון אַ פּײַנלעכער הויט־קראַנקייט. בײַ דער זיבעטער מכּה איז אַ געמיש פֿון פֿײַער און אײַז אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם הימל, און אומגעבראַכט די גאַנצע תּבֿואה אינעם לאַנד. פֿונדעסטוועגן, אַפֿילו נאָך אַ גאַנצער ריי משונהדיקע מכּות, האָט פּרעה זיך אײַנגעעקשנט און זיך נישט צוגעהערט צו משהס פֿאָדערונגען.

די פֿאָריקע פּרשה האָט געהייסן "שמות" — "נעמען". די טעמע פֿון ג־טלעכע און מענטשלעכע נעמען, ווי אויך פֿון די שפּראַך־פֿאַרבינדונגען צווישן רוחניות און גשמיות, פֿאַרנעמט אין איר אַ וויכטיק אָרט. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משהן, אַז ער הייסט "א־הי־ה אַשר א־הי־ה" — "איך בין וואָס איך בין". פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די פֿראַזע "משה רבינו" די זעלבע גימטריא ווי "ה׳ אלוקי ישׂראל" — אַ סימן, אַז משה איז, אין אַ געוויסן זין, דער קאָלעקטיווער ג־טלעכער עצם פֿון ייִדישע נשמות. די חז״ל זאָגן, אַז יעדער תּורה־חידוש, וואָס אַ תּלמיד־חכם מאַכט אין יעדן דור, האָט משה רבינו שוין באַקומען אויפֿן באַרג־סיני. דאָס הייסט, אַז דער "קאָלעקטיווער משה", משה רבינוס נבֿיאישער גײַסט פֿון תּורה־חידושים, בלײַבט שטענדיק דער לעבעדיקער "טרײַב־כּוח" פֿון ייִדישקייט.

בתיה — פּרעהס טאָכטער, וועלכע האָט געפֿונען אינעם טײַך דאָס קוישל מיטן קליינעם משהן, און אויפֿגעהאָדעוועט אים אין איר שטוב — טראָגט אויך אַן אינטערעסאַנטן נאָמען, וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "אַ טאָכטער פֿון ג־ט". זי סימבאָליזירט די הייליקע שכינה, די ג־טלעכע אַנטפּלעקונג אין דער וועלט, וואָס ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט ווײַבלעכקייט. הגם בתיה האָט, בײַם אָנהייב, נישט געהאַט קיין שײַכות צו די ייִדן און איז געווען אַ טאָכטער פֿון פּרעהן, דעם גרעסטן שׂונא־ישׂראל, איז זי געווען אַ גרויסע צדיקת, וועלכע האָט געראַטעווען דעם קומענדיקן אויסלייזער פֿון די ייִדן, האָט זיך מגייר געווען און איר נאָמען — בתיה — קלינגט הײַנט גאַנץ היימיש־ייִדישלעך.

בקיצור, די טעמע פֿון נעמען־אַסאָציאַציעס פֿאַרנעמט אין דער פֿאָריקער פּרשה אַ וויכטיק אָרט. די נעמען פֿון מענטשן זענען מרמז אויף זייער הויכן ג־טלעכן שורש, און די ג־טלעכע שמות ווײַזן אָן אויף די טיפֿע סודות פֿונעם וועלט־באַשאַף. דער הייליקער שם "א־הי־ה אַשר א־הי־ה" איז בעצם אַ פּאַראַדאָקסישער. ווען מע מאַכט אַ דעפֿיניציע פֿון עפּעס אַ זאַך, מוז מען זיך פֿאַררופֿן אויף אַנדערע באַגריפֿן, וועלכע העלפֿן זי צו באַשרײַבן. למשל, ווען מע באַשרײַבט אַ טיש, קאָן מען זאָגן, אַז ס׳איז אַ מין מעבל מיט פֿיסלעך און אַ האָריזאָנטאַלער פֿלאַכער אויבערפֿלאַך. וואָס הייסט אָבער "מעבל", "האָריזאָנטאַל" אָדער "אויבערפֿלאַך"? כּדי צו דעפֿינירן די דאָזיקע באַגריפֿן, מוז מען זיך פֿאַררופֿן אויף אַנדערע ווערטער. די מענטשלעכע שפּראַך איז אַ ריזיקע נעץ פֿון פֿאַרשיידענע באַגריפֿן, וואָס דערקלערן איינער דעם צווייטן.

דער מיסטישער שם "א־הי־ה אַשר א־הי־ה", וועלכן דער באַשעפֿער האָט אַנטפּלעקט משהן אין דער פֿאָריקער פּרשה, איז אָבער דווקא אַזאַ מין דעפֿיניציע. אַזאַ נאָמען איז דווקא צוגעפּאַסט צום בורא־עולם, וועלכער איז העכער פֿון אַלע קאַטעגאָריעס קאָנצעפּציעס. אַדרבה, אַזאַ באַשרײַבונג — "ער איז וואָס ער איז" — איז גאַנץ נאָענט צו דער פֿילאָסאָפֿישער דעפֿיניציע פֿונעם אַבסאָלוט — דער שורש פֿונעם גאַנצן וועזן, וואָס קאָן נישט אַדעקוואַט באַצייכנט ווערן דורך אַנדערע ווערטער. "א־הי־ה אַשר א־הי־ה" איז, מסתּמא, דער סאַמע פֿילאָסאָפֿישער ג־טלעכער נאָמען אינעם גאַנצן תּנ״ך. דער געוויינטלעכער שם־השם, "י־הו־ה", האָט אויך אַ פֿילאָסאָפֿישן טעם; דער מהר״ל פֿון פּראָג דערקלערט, אַז ער מיינט "הויה פּשוטה" — דאָס עצם־וועזן, וואָס לאָזן זיך נישט באַשריבן צו ווערן דורך קאָנקרעטע דעפֿיניציעס.

רבי אַבֿרהם אבן עזרא, אַ גרויסער תּנ״ך־קאָמענטאַטאָר, פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער, האָט באַמערקט, אַז דער דאָזיקער פּרינציפּ פֿון אייביקער "זעלבסט־פֿאַררופֿונג" איז קאָדירט אין די גימטריאות פֿון די אותיות, וועלכע שטעקן אין די דאָזיקע צוויי שמות: "אַלף", "האַ", "וואָוו" און "יוד" — 1, 5, 6 און 10. ווען מע רעכנט אויס דעם קוואַדראַט פֿון די דאָזיקע צאָלן, ענדיקט זיך דער רעזולטאַט תּמיד אויף דער זעלבער ציפֿער: 6 מאָל 6 איז 36, 5 מאָל 5 איז 25, און אַזוי ווײַטער. מע קאָן טאָן עס אָן אַ סוף, אָבער די לעצטע ציפֿער, "דער עצם" פֿון דער צאָל, וועט זיך נישט בײַטן. דער דאָזיקער אינטערעסאַנטער פֿאַקט איז אויך מרמז אויף דעם, אַז דער ג־טלעכער אין־סוף איז מחוץ אַלע מענטשלעכע דעפֿיניציעס, וויפֿל מע זאָל נישט "דרייען" די ג-טלעכע שמות.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אויך אָן מיט אַ שמועס וועגן הייליקע שמות. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משהן, אַז ער האָט זיך געוויזן די אָבֿות דורך דעם נאָמען "א־ל ש־די", אָבער מיט דעם נאָמען "י־הו־ה" האָט ער זיך נישט אַנטפּלעקט צו זיי. מע ווייסט אָבער פֿון די פֿריִערדיקע פּרשיות, אַז די ייִדישע אָבֿות האָבן יאָ געקאָנט דעם שם־השם און האָבן עס כּסדר גענוצט אין זייערע תּפֿילות. ווי מע זעט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, זענען זיי אָבער נישט געווען באַקאַנט מיט דעם טיפֿן סוד פֿונעם דאָזיקן נאָמען. דער ווילנער גאָון האָט באַמערקט אַן אַנדער מאַטעמאַטישע אייגנשאַפֿט, וואָס האָט צו טאָן מיטן נאָמען "א־ל ש־די": זײַן גימטריא, "31 314" שטימט מיט די ערשטע ציפֿערן פֿון דער צאָל "פּי" (Pi) — אַ רמז אויף דער "קײַלעכדיקער" נאַטור פֿונעם אוניווערס. הגם די אָבֿות האָבן געזען גרויסע ניסים, האָט זייער אוניווערס זיך געדרייט, בדרך־כּלל, אויפֿן זעלבן קרײַז. דער שם "א־הי־ה אַשר א־הי־ה" סימאָליזירט אָבער דעם שטענדיקן פּראָגרעס, וואָס גייט אָן שטילערהייט אין דער וועלט — אַפֿילו ווען ס׳איז שווער אים צו באַמערקן. אין אבן־עזראס משל מיט די קוואַדראַטן, איז 25 גרעסער ווי 5, הגם ביידע צאָלן ענדיקן זיך אויף דער זעלבער ציפֿער.

פּרעה איז געווען אַ גרויסער עקשן; ווי די אַנדערע מיצרישע רשעים, האָט ער געגלייבט, אַז די וועלט דרייט זיך תּמיד אויפֿן זעלבן אופֿן; אויב אַפֿילו מע פּײַניקט אַכזריותדיק די שקלאַפֿן, וועט די וועלט נישט אַראָפּ פֿון די "רעדער". צוליב דעם, איז מצרים באַשטראָפֿט געוואָרן דווקא מיט אויסטערלישע מכּות. זשאַבע, לײַז, ווילדער חיות, קראַנקייטן, דער רויטלעכער קאָליר פֿונעם וואַסער און אַפֿילו דאָס הימלישע פֿײַער — זענען נאַטירלעכע פֿענאָמענען; עס טרעפֿט זיך צומאָל, אַז אַ וווּלקאַן אָדער אַ מעטעאָריט שיסט אַראָפּ פֿײַער. די גאַנצע נאַטור איז אָבער אַרויס פֿון דער "קײַלעכדיקער" מדרגה פֿון שם "ש־די", און זיך אויפֿגעבונטעוועט קעגן די פֿאַרשקלאַפֿער, אַנטפּלעקנדיק די "פּראָגרעסיווע" מדרגה פֿונעם ג-טלעכן שם־השם.