- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך בין דער לעצטער, ווער עס האָט באַמערקט דאָס דאָזיקע ווינקעלע אין אינטערנעץ:
http://www.gazetaeao.ru/ ס’רובֿ יאָרן איז די ביראָבידזשאַנער צײַטונג אַרויסגעגאַנגען אין גאַנצן אויף ייִדיש, אַפֿילו אויב דאָס איז געווען אָפֿט מאָל אַ געהרגעטער ייִדיש. הײַנט איז אַנדערש. די צײַטונג גייט אַרויס, דער עיקר, אויף רוסיש, אָבער זי היט אויך אָפּ אַ ייִדישן אָפּטייל. פֿירן פֿירט אים אַ רוסישע פֿרוי, יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, וועלכע האָט אויסגעלערנט ייִדיש אין דעם היגן פּעדאַגאָגישן קאָלעדזש. אָט איז אַ פֿרישער מוסטער פֿון איר זשורנאַליסטיק: אין אלבאניע איז באשטימט דער ערשטער אין דער געשיכטע הויפּט־ראָוו. אף דער צערעמאָניע, וועלכע איז דורכגעגאן אין דער הויפּט-שטאָטישער סינאגאָגע זײַנען בײַגעווען דער פּרעמיער-מיניסטער פון אלבאניע סאלי בארישא און דער ספארדישער הויפּט-ראָוו פון ייִסראָעל שלאָמאָ אמאר. דער ראָוו דזשאָעל קאפּלאן, וועלכער האָט פארנומען די נײַגעשאפענע שטעלע, איז געוואָרן אן אָפיציִעלער הויפּט פון א קליינער שטאָטישער ייִדישער קעהילע, די געשיכטע פון וועלכער אין אָט דעם באלקאנער לאנד ציילט אָן 1300 יאָר. לויט אייניקע אָנגאבן, וווינען דאָרטן הײַנט ארום 150 ייִדן. עס טיילט זיך מיט, אז די שטעלע פונעם הויפּט-ראָוו פון אלבאניע איז געווען געשאפן דורך די אָרטיקע מאכטהאָבער לויט דער באקאָשע פונעם ראבאָנים-צענטער פון אייראָפּע, וועלכער באזירט זיך אין בריסל. קעדיי באהאנדלען אָט די פראגע, האָבן די פאָרשטייער פונעם דאָזיקן צענטער פריִער דורכגעפירט א באגעגעניש מיטן פּרעמיער-מיניסטער סאלי בארישא. איך וואָלט געקענט זיך צוטשעפּען צו אייניקע סטיליסטישע אייגנאַרטיקייטן פֿון אָט דעם טעקסט (דער שבת-גוייִשער אויסדרוק "עס טיילט זיך מיט"!), אָבער מיר ווילט זיך ניט דאָס צו טאָן. אַדרבה, בײַ מיר רופֿן אַרויס די דאָזיקע שורות נאָסטאַלגישע געפֿילן. זיי זײַנען דאָך אָנגעשריבן אין דעם סקאַרבאָוונעם סאָוועטישן אויסלייג, וועלכן איך האָב געלייענט און געשריבן אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. נאָך מיט אַ וואָך צוריק (ווען איך האָב זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אויפֿן וועבזײַטל) בין איך זיכער געווען, אַז דער דאָזיקער נוסח איז שוין לחלוטין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. אָבער ער לעבט! אַזוי אַז איך נעם אַראָפּ מײַן יאַרמלקע (וועלכע איך טראָג סײַ-ווי-סײַ ניט) און פֿאַרנייג מײַן קאָפּ פֿאַר יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, וואָס האָט גענומען אויף זיך די טירחה אונטערצוהאַלטן דאָס פֿײַערל פֿון ייִדיש אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פֿון רוסלאַנד. מאָלאָדיעץ! וויפֿל מאָל האָב איך שוין באַגעגנט אַזעלכע ניט-ייִדישע ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש, אָן וועלכע ייִדיש וואָלט געווען אין גאָר אַן ערגערן מצבֿ. צי הייסט עס, אַז דאָרטן, אין ביראָבידזשאַן, מער ווי 8,000 קילאָמעטער פֿון מאָסקווע, זײַנען שוין קיין ייִדן ניט פֿאַרבליבן? אַוודאי זײַנען דאָ דאָרטן ייִדן. אָבער זיי ווילן ניט זיך באַשעפֿטיקן מיט ייִדיש. דאָס זאָלן טאָן אַנדערע. אין דער זעלבער צײַט, לערנט מען ייִדיש אין אַ היגער לערנשול. מע פֿירט דורך אונטערנעמונגען. אָפֿט מאָל טוט עס, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, די זעלבע עלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ. די ייִדן, וועלכע וווינען אין ביראָבידזשאַן, געהערן, דאַכט זיך, צו צוויי קאַטעגאָריעס, דהײַנו: די, וועלכע וווינען זיך דאָרטן לאַנגע יאָרן, און די, וועלכע זײַנען געווען אַוועקגעפֿאָרן און דערנאָך זיך אומגעקערט. אַ מאָל, אין די 1990ער יאָרן, האָבן די ביראָבידזשאַנער ייִדן זיך טויזנטערווײַז געלאָזט קיין ישׂראל. מע דערמאָנט זיך, אַז אַ היפּשע ראָליע אין דעם ביראָבידזשנער חלק פֿון דער עליה אין יענע יאָרן האָט געשפּילט דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן" לעאָניד שקאָלניק. עמעצער האָט פֿאַרגעדענקט, ווי שקאָלניק האָט ממש געפּלעפֿט די היגע ייִדענעס מיט דער אינפֿאָרמאַציע, אַז אין ישׂראל האָט ער אין אַ קראָם געזען אַזש זעכצן סאָרטן זייף. דאָס קלינגט מער ווי אַן אַנעקדאָט. עפּעס גלייבט זיך מיר ניט, אַז שקאָלניק (כ’האָב אים אַ מאָל געקענט) זאָל שטיין אין אַ געשעפֿט און אַנאַליזירן אַ פּאָליצע מיט זייף. אָבער אייניקע פֿון די לײַט, וועלכע האָבן זיך געהאַט געלאָזט אין דעם זייער לאַנגן וועג אַרײַן, פֿון ווײַטן מיזרח צום מיטל-מיזרח, האָבן שפּעטער זיך אומגעקערט. מע זאָגט, אַז פֿאַראַיאָרן זײַנען פֿון ביראָבידזשאַן קיין ישׂראל אַוועקגעפֿאָרן 80 משפּחות, און 120 משפּחות זײַנען געקומען פֿון ישׂראל קיין ביראָבידזשאַן. און עס זעט אויס, אַז מיט ייִדיש טוט מען דאָרטן עפּעס — מע טוט, בלי-ספֿק, מער איידער אין ס’רובֿ אַנדערע ערטער.
|