ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אַזוי ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך — און מיט דעם ווערטל וועלן מיר אָנהייבן אונדזער איבערבליק איבער די בעסטע רעקאָרדירונגען פֿון דער ייִדישער מוזיק בעתן יאָר 2010. ס׳איז געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ די מוזיק־, פֿילם־ און ביכער־קריטיקערס פֿון דער וועלט צונויפֿצושטעלן אַזוינע רשימות, וועלן מיר דאָס אויך טאָן. אָבער אין אונדזער פֿאַל, ווערט נישט פּראָדוצירט גענוג "סחורה", וואָס זאָל באַרעכטיקן אַזאַ ליסטע פֿון "די בעסטע"; וועלן מיר אַרײַננעמען עטלעכע קאָמפּאַקטלעך וואָס זענען אַרויס אין 2009, וועלכע זענען צו אונדז ערשט דערגאַנגען אין 2010.

לויט אונדזער מיינונג, איז די וויכטיקסטע רעקאָרדירונג בעתן יאָר אָנגעקומען פֿון אייראָפּע. "זאָל זײַן" [Sol Sein] — די 4־טייליקע געשיכטע פֿון "דער ייִדישער מוזיק אין דײַטשלאַנד און איר אײַנפֿלוס, 1953—2009". זי נעמט אַרײַן 12 קאָמפּאַקטלעך און 256 לידער. אַזאַ אַרומנעמיקן פּראָיעקט אין שײַכות מיט אַשכּנזישער רעקאָרדירטער מוזיק האָט מען, דאַכט זיך, ביז אַהער קיין מאָל נישט דורכגעפֿירט. בעצם שטעלט מיט זיך פֿאָר "זאָל זײַן" אַ געשיכטע פֿון ייִדישן ליד און קלעזמער־מוזיק, בכלל, נישט נאָר אין דײַשלאַנד, נאָכן חורבן. אין די באַגלייט־ביכלעך וועט סײַ דער אַקאַדעמיקער, סײַ דער סתּם ליבהאָבער געפֿינען אַן אוצר פֿון אינפֿאָרמאַציע. נישט אַלע לידער וועלן יעדן געפֿעלן; מיט אַזוי פֿיל קינסטלער, סטילן און זשאַנערס, איז דאָס פּשוט אוממעגלעך, אָבער אין יעדן טייל קען מען הנאה האָבן פֿון ס׳רובֿ לידער און ניגונים.

"זאָל זײַן" שטעלט דעם טראָפּ אויף דער שאַפֿערישקייט פֿון די דורות נאָכן חורבן און אויף די פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע ריכטונגען, אין וועלכע די מוזיקער האָבן געזוכט אַ תּיקון. די איראָניע, אַז דווקא פֿון דײַטשלאַנד זאָל אַרויסקומען אַזאַ אויסשעפּיקע, פּרטימדיקע געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק, ווערט נישט פֿאַרלוירן, אָבער דער פֿאַקט שפּיגלט אָפּ דעם נײַעם פֿענאָמען, אַז קלעזמער־מוזיק און אַפֿילו ייִדישע לידער, זענען געוואָרן אַ טייל פֿון דער נײַער בחינה — "וועלט־מוזיק".

דאָס שאַפֿן נײַע ניגונים אינעם טראַדיציאָנעלן סטיל איז געווען איינע פֿון די מוזיקאַלישע ריכטונגען, וואָס האָט אונדז הנאה געטאָן דאָס יאָר. אין סטיוו גרינמאַנס קאָמפּאַקטל "סטעמפּעניוס נשמה" [Stempenyu’s Neshome] האָט דער פֿידלער ממשיך געווען זײַנע אָריגינעלע קלעזמער־שאַפֿונגען, וואָס מיר האָבן געהערט אין זײַן ערשטער רעקאָרדירונג "סטעמפּעניוס חלום". גרינמאַן באַווײַזט זײַן פֿאַרשטאַנד פֿאַרן אַלטן שטעטלדיקן קלאַנג מיטן פֿידל און צימבל אין צענטער; אַ קאָמבינאַציע וואָס ציט זײַן ייִחוס פֿון ייִדן הונדערטער יאָרן צוריק.

צו דער זעלבער שיטה — נײַע שאַפֿונגען אינעם אַלטן סטיל — געהערט אויך די ענגלישע (הײַנט אין קעלן, דײַטשלאַנד) קלאַרנעטיסטקע עמאַ סטימאַן. אין איר קאָמפּאַקטל ״Queen Esther Trio״ הערט מען כּמעט נאָר נײַע קלעזמערישע שטיקלעך, וואָס קלינגען, אָבער, גאָר אַלט. צוזאַמען מיטן פֿידלער, מאַרק קאָוונאַצקי פֿון מאָסקווע, און דעם אַקאָרדיאָניסט איליאַ שנייווײַס פֿון ריגע, פֿאָרמירן זיי אַן אויסערגעוויינטלעכן טריאָ. מע הערט אין סטימאַנס שפּילן אַ ביסל השפּעה פֿון דער קלאַסישער מוזיק, אָבער די שאַפֿונגען ווערן געבויט אויף פֿאָלקישע מוסטערן.

נאָך אַ ריכטונג וואָס די רעקאָרדירונגען פֿון 2010 האָבן אַרויסגעהויבן, און אונדז געפֿריידט, איז געווען דער אינטערעס צו רעקאָרדירן נײַע לידער, אָדער נײַע אויסטײַטשונגען פֿון אַלטע לידער. אַדריאַן קופּערס ״Enchanted״, אַ לאַנג־דערוואַרט קאָמפּאַקטל פֿון איינער פֿון די אָנגעזעענסטע געזאַנג־לערערינס און מדריכים, מאַכט אַ רושם מיט זײַן התפּעלות און נאָוואַטאָרישקייט. די זינגערין אַנדרעאַ פּאַנקור פֿון דײַטשלאַנד האָט אין ״Federmentsh״ בלויז רעקאָרדירט די שאַפֿונגען פֿון נאָך־מלחמהדיקע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי עפֿים טשאָרני, לייבו לעווין, זשעניע לאָפּאַטניק, עמאַ סטימאַן און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. די אַראַנזשירונגען פֿון די לידער אויף קופּערס און פּאַנקורס קאָמפּאַקטל זענען פֿריש און מײַדן אויס טראַדיצאָינעלע קלאַנגען.

מיר האָבן לעצטנס געשריבן וועגן דער וווּנדערלעכער ישׂראלדיקער זינגערין רות לעווין און איר פֿײַנער רעקאָרדירונג "געהיימע געסט", וואָס נעמט אַרײַן די מעלאָדיעס, דער עיקר, פֿון די טשערנאָוויצער קאָמפּאָזיטאָרן לייבו לעווין און עמנואל "מוניע" האַקען. כאָטש אין די לידער הערט מען מער די פֿאַרמלחמהדיקע אייראָפּעיִשע מוזיק, דאַרף מען געדענקען, אַז אין די גרעסערע שטעט איז דער געשמאַק געווען דער כּלל און איז אויך אַ טייל פֿון אונדזער טראַדיציע. עס וואָלט טאַקע געווען אַ פּלאַן, ווען מע וואָלט אַרויסגעלאָזט רעקאָרדירונגען פֿון די ייִדישע (דאָס הייסט, ייִדיש־שפּראַכיקע) קאָמפּאָזיטאָרן פֿאַרן חורבן פֿון וואַרשע, לאָדזש, ביאַליסטאָק, לעמבעריק, קיִעוו, ריגע, מינסק, קעשענעוו און אַזוי ווײַטער, כּדי צו פֿאַרשטיין די ייִדישע מוזיק מיט אַ רעגיאָנאַלן צוגאַנג. דערווײַל האָבן נאָר די ווילנער קאָמפּאָזיטאָרן פֿאַרדינט אַזאַ כּבֿוד.

כאָטש דאָס קאָמפּאַקטל ״Saints &Tzadiks״ פֿון לאָרין סקלאַמבערג און סוסאַן מאַקאַון איז אַרויס סוף 2009, נעמען מיר דאָס אַרײַן אין קאָן, ווײַל די רעקאָרדירונג איז אַ וויכטיקע. עס זענען פֿאַראַן הונדערטער אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער־רעקאָרדירונגען, וואָס געפֿינען זיך אין די אַרכיוון, אָבער די קשיא, ווי אַזוי שטעלט מען פֿאָר דעם מאַטעריאַל פֿאַר אַ ברייטערן עולם וואָס איז צוגעוווינט צו הערן די סקאַרבאָווע, פּאָפּולערע ייִדישע לידער, הייבט מען ערשט אָן דורכצוטראַכטן. אין דער רעקאָרדירונג האָבן די צוויי זינגער, איינער פֿון ייִדישע, די אַנדערע פֿון אירלענדישע פֿאָלקסלידער, געפֿונען ענלעכקייטן אין די צוויי טראַדיציעס און זיי צונויפֿגעפּאָרט — דער סינטעז פֿאַרכאַפּט דעם צוהערער.

די מוזיק אויפֿן קאָמפּאַקטל "בײַם שוואַרצן ים" פֿונעם "טריו קרפּיון" פֿון ישׂראל, אָנגעפֿירט פֿונעם אַקטיאָר און מוזיקער אַפֿישי פֿיש מיטן פֿידלער דניאל האָפֿמאַן און מוזיקער גרשון ווײַסערפֿירער, שטאַמט פֿון דער קאַבערעט־טראַדציע מיט נײַע אַראַנזשירונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער באַקאַנטע לידער. טייל צוהערער וועלן אפֿשר רעאַגירן אויף געוויסע לידער מיטן געפֿיל, אַז מע מאַכט זיך משוגע. אָבער מיר דאַכט, אַז דער טריאָ וואָלט זיך נישט באַליידיקט מיט דער אָפּשאַצונג. ס׳איז אַ גוט אויסגעטראַכט, היציק משוגעת וואָס איז שווער אַרײַנצופּאַסן אין פֿאַרשפּרייטער קאַטעגאָריע.

איידער מיר שליסן אונדזער רשימה פֿון די "בעסטע", זאָל מען אויך געדענקען די קאָמפּאַקטלעך פֿון דער חזנטע חנה בראַון — Eternal Flame — "נר תּמיד", אַ זאַמלונג פֿון באַקאַנטע טעאַטער־לידער, אָבער געזונגען מיט האַרץ און, דער עיקר, מיט אַ וווּנדערלעך קול; און יואל רובינס נײַע רעקאָרדירונג ״The Nign of Reb Mendel״, וואָס שטעלט אַרויס אויבן אָן רובינס מײַסטערישן קלאַרנעט און דאָס פֿאָלקיש, דבֿקותדיקע קול פֿון הרבֿ אלי זילבערשטיין. אַ כּלל — אַ גאַנץ גוט יאָר פֿאַר דער ייִדישער מוזיק!