|
די "וואַנט" פֿון אַלע ישׂראלדיקע פּרעמיער־מיניסטאָרן |
Credit: Getty Images |
דאָס נײַע יאָר 2011 עפֿנט זיך פֿאַר דער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל אָן אילוזיעס און אָן דערוואַרטונגען. די צווייטע רעגירונג פֿון נתניהו — די 32סטע רעגירונג פֿון דער מדינה — איז ארײַנגעטראָטן אינעם דריטן יאָר פֿון איר הערשאַפֿט נאָך אַ יאָר פֿון אָנגעשטרענגטער פּאָליטישער בטלנות: כאָטש נתניהו האָט זיך מתחייבֿ געווען, אַז די ערשטע פּריִאָריטעט אויפֿן סדר־היום פֿון זײַן נײַער קאַדענץ וועט זײַן דאָס דערגרייכן אַ סטאַבילן שלום פֿאַר מדינת־ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח, איז אָבער זײַן גאַנצער אָנשטרענג געווענדט אין דער ריכטונג פֿון צוימען און האַמעווען דעם גאַנג צו אַ שלום, שטרויכלענדיק די בעסטע געלעגנהייט, וואָס האָט זיך ווען־עס־איז געעפֿנט פֿאַר דער מדינה.
און דאָס, אין זכות פֿון די זייער גינציקע נײַ־געשאַפֿענע פּאָליטישע אומשטענדן אין דעם ראַיאָן און מחמת דער ווענדונג אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק מיטן אויסוואַל פֿון באַראַק אָבאַמאַ ווי דעם פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ זאַך, וואָס איז אָבער שטאַרק נישט צום גונסטן פֿון דער איצט הערשנדיקער רעגירונג, וועלכע איז באַזירט אויף דער סאַמע עקסטרעם־רעכטסטער קאָאַליציע אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל.
די איצטיקע רעגירונג פֿון נתניהו, איז אויפֿגעקומען דעם ערשטן אַפּריל 2009, צען יאָר נאָכן פֿאַלן פֿון זײַן ערשטער רעגירונג, און איז מיט אירע 30 מיניסטאָרן און 9 וויצע־מיניסטאָרן געוואָרן די גרעסטע רעגירונג אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה און, ווי עס ווײַזט אויס, די גרעסטע אויף דער גאָרער וועלט. אַ האַלב יאָר פֿאַר דעם איז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע אויסגעוויילט געוואָרן דער שוואַרצער באַראַק כוסיין אָבאַמאַ ווי דער פּרעדיענט פֿון יענעם לאַנד, און דער דאָזיקער אויסוואַל איז אויפֿגענומען געוואָרן אויף דער וועלט ווי אַ רעוואָלוציע אין דער געשיכטע פֿון דער ערשטער גרויסמאַכט.
אויב דער אויסוואַל פֿון בנימין נתניהו צום צווײַטן מאָל איז אויפֿגענומען געוואָרן אין ישׂראל מיט געמישטע געפֿילן, איז אָבער זײַן — אמת, אַרויסגעפּרעסטע — הסכּמה אויף "צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער", באַטראַכט געוואָרן ווי אַ היסטאָרישע ווענדונג אין דער אידעאָלאָגישער געשיכטע פֿון דעם רעוויזיאָניסטישן רעכטן "ליכּוד" און פֿון דער אָפֿיציעלער מלוכישער אײַנשטעלונג פֿון דער מדינה. דער דאָזיקער אַקט איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ וועזנטלעכער שטויספּונקט פֿאַר אַ באַנײַטן שוווּנג פֿון אַן אמתדיקן פֿאָרשריט אויפֿן וועג צו אַ יושרדיקן שלום אין דעם ראַיאָן.
נאָך מער: נתניהו האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן ציל אַרײַנצוטרעטן אין דער געשיכטע ווי דער מאַן, וואָס וועט ברענגען דעם שלום אין מיטעלן מיזרח; און דאָס טאַקע אין משך פֿון דער בליצקורצער צײַט פֿון איין יאָר, אין אָנבליק פֿון די אויבנדערמאָנטע גינציקע פּאָליטישע אומשטאַנדן און דעם ברייט צעעפֿנטן "פֿענצטער פֿון די געלעגנהייטן".
אין דעם איינעם יאָר האָט אָבער דער שלום, וועלכער איז געווען ווי מיט דער האַנט צו דערלאַנגען, זיך דערווײַטערט אויף אומצאָליקע מײַלן און פֿאַרלוירן זײַן צויבער, זײַן גלאַנץ. דאָס פֿאַרהייליקטע וואָרט "שלום" איז געוואָרן וואָכעדיק, ווי אַ ביליקע, אַן אָפּגעריבענע מטבע.
ווען נתניהו האָט אין יולי 1999, פֿאַרלירנדיק אין די וואַלן דעם צוטרוי פֿון די בירגער, פֿאַרלאָזט די רעגירונג און מיט איר די מאַכט, האָט ער זיך אָבער געטרייסט און אַפֿילן באַרימט, אַז ער האָט מצליח געווען, מיט זײַן פּאָליטיק, אַראָפּצונידערן די דערוואַרטונגען בײַ די פּאַלעסטינער; דאָס מאָל האָט ער אין דעם אָפּטרעטנדיקן יאָר "מצליח געווען" אַראָפּצונידערן די דערוואַרטונגען בײַ די ייִדן, בײַ די בירגער פֿון דער "ייִדישער און דעמאָקראַטישער" מדינת־ישׂראל.
דאָס יאָר פֿון די צוגעזאָגטע דערגרייכונגען איז געוואָרן אַ יאָר פֿון פֿאַרלוירענע האָפֿענונגען. נאָך מער, עס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אומצאָליקע הבֿטחות, און האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט דער קאַטאַסטראָפֿע אויפֿן כּרמל, אין וועלכער די צוזאָגענישן זײַנען געוואָרן פֿאַרברענט אין דער שׂריפֿה, וועלכע האָט אַרויסגעשטעלט "דעם שטאַרקסטן כּוח אויפֿן מיטעלן מזרח" אין איר נאַקעטער אומבאַהאָלפֿנקייט.
און אין דעם יאָר, אין וועלכן עס האָט געדאַרפֿט זיך אויסוואַרעמען און אויספּיקן דער ליכטיקער שלום, האָט זיך אומגעהויער פֿאַרשטאַרקט אין לאַנד די פֿינצטערע רעאַקציע. אויפֿן אינערלעכן "פֿראָנט" האָט געראָיעט ווי אין אַ געזעלשאַפֿטלעכן בינשטאָק. עס איז אויסגעוואַקסן דער פּאָפּוליסטישער ראַסיזם צוזאַמען מיט דער אַנטי־סאָציאַלער און קלעריקאַלער געזעצגעבונג פֿון דער כּנסת, און צוזאַמען מיט דער עקסטרעמער פֿאַרטיפֿונג פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן. די אָפֿענסיווע פֿון דעם רעכטן, דעם אַזוי גערופֿענעם "נאַציאָנאַלן" לאַגער, האָט זיך אָנגענומען מיט פֿולן שוווּנג און דעסטרוקטיווער ענערגיע, וואָס האָט דערגרייכט איר הויכפּונקט אין די לעצטע טעג, אויף דער שוועל פֿון דעם נײַעם קאַלענדאַרישן יאָר.
דער שלום־פּראָצעס איז אין משך פֿון דעם יאָר געווען פֿאַרשטעקט אויפֿן זאַמדבאַנק פֿון דעם סטאַטוסקוואָ און דעם פּאָליטישן וואַקום אין די אויסערלעכע באַציִונגען מיט די לענדער פֿון דער וועלט. אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון דער אויסגעוואַקסענער קאָלאָניזאַציע און פֿון דער "פּאַטריִאָטישער" קאָאַליציע, האָט נתניהו זיך קעגנגעשטעלט אָבאַמאַס פֿאָרגעלייגטער טראַנזאַקציע וועגן אַן אויסטויש צווישן די סאַמע מאָדערנסטע קריגס־עראָפּאַנען מיט די ווײַטגייענדיקסטע פּאָליטישע קאָנצעסיעס פֿאַר ישׂראל. און דאָס פֿאַר באַנײַען אויף נאָך צוויי אָדער דרײַ חדשים די אײַנפֿרירונג פֿון דעם בוי אויפֿן שטח פֿון די קאָלאָניעס, וואָס זאָל דערמעגלעכן דאָס באַנײַען די דירעקטע געשפּרעכן מיט דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, נאָך דעם ווי די צען חדשים פֿון דער גאַנץ לעכערדיקער בוי־פֿאַרפֿרירונג האָבן זיך פֿאַרענדיקט אָן רעזולטאַטן.
דעריבער איז קיין חידוש נישט, אַז זינט נתניהו האָט דעקלאַרירט דעם פּרינציפּ פֿון "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער", ווייסט נישט קיינער — און עס איז אַ ספֿק אויב ער אַליין ווייסט — אין וואָס, אייגנטלעך, ער צילט. די פּאַלעסטינער האָבן זייערע פֿאָדערונגען שוין קלאָר פֿאָרמולירט, אָבער זיי האָבן זיך אויך פֿאַרפֿליכטעט צו גיין אויפֿן וועג פֿון פֿרידלעכע אונטערהאַנדלונגען, אויפֿגעבנדיק זייער פֿריִערדיקן וועג פֿון טעראָר. די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע איז גענייגט צו שטיצן אַ טייל פֿון די עיקרדיקע פֿאָדערונגען פֿון די פּאַלעסטינער וועגן אַ שלום, באַזירט אויף דער "גרינער ליניע" — די גרענעצן פֿון דעם וואָפֿנשטילשטאַנד (פֿון מערץ 1949 ביז יוני 1967), מיט דער צעטיילונג פֿון ירושלים אדג"ל.
קלאָר, אַז די רעגירונג פֿון ישׂראל איז נישט מחוייבֿ אָנצונעמען פֿון פֿריִער אַלע פֿאָדערונגען פֿון די פּאַלעסטינער, ווי גערעכט זיי זאָלן אפֿשר נישט זײַן. זי האָט אָבער זיך פֿאַרפֿליכטעט, אונטערן אַמעריקאַנישן דרוק, צו פֿאַרהאַנדלען מיט זיי וועגן אַ פּשרה. דאָך איז נתניהו נישט געקומען צו אָט די אונטערהאַנדלונגען מיט קיין אייגענער ישׂראלדיקער שלום־איניציאַטיוו. אָנשטאָט דעם ווענדט ער אָן די טאַקטיק פֿון תּירוצים, וואָס זאָלן אים דערמעגלעכן נישט צו דערפֿילן זײַנע התחייבותן. ער שטעלט אַרויס יעדעס מאָל נײַע פֿאָדערונגען און באַדינגונגען, ווי למשל, דעם באַדינג, אַז דאָס באַהאַנדלען דעם ענין ירושלים קומט נישט אין באַטראַכט; און שפּעטער די פֿאָדערונג, אַז די פּאַלעסטינער זאָלן פֿון פֿריִער אָנערקענען מדינת־ישׂראל ווי "אַ ייִדישע דעמאָקראַטישע מדינה" — ווי זי וואָלט נישט געוואָרן שוין אָנערקענט ווי אַזעלכע זינט דער באַלפֿור־דעקלאַראַציע.
צום סוף, אָבער האָט נתניהו געפֿונען דעם סאַמע געלונגסטן תּירוץ אין דעם פּאַלעסטינער אָפּזאָג צו באַנײַען די דירעקטע געשפּרעכן כּל־זמן עס וועט נישט אויפֿגעהערט ווערן דער בוי אויף די באַזעצטע שטחים. פֿאַר די פּאַלעסטינער איז דער בוי אין די קאָלאָניעס דער עיקרדיקער סימן, אַז די רעגירונג פֿון ישׂראל האָט בכלל נישט בדעה אויפֿצוגעבן די אַקופּאַציע, אין דער צײַט ווען דער ציל פֿון די געשפּרעכן איז צו מאַכן צו איר א סוף. אָבער, אַרויפֿוואַרפנדיק די שולד אויף דעם פּאַלעסטינער צד, געפֿינט די רעגירונג פֿון נתניהו אין דעם אַ גוטן תּירוץ, כּדי אין דער זעלבער צײַט אַקטיוו ממשיך צו זײַן די אויסברייטערונג און פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער קאָלאָניזאַציע.
דאָס פֿעלן פֿון אַ פּאָליטישער איניציאַטיוו איז אַ זיכערער רעצעפּט פֿאַר אַלע מעגלעכע געפֿאַרן פֿון דרויסן. אויב נישט די געפֿאַר פֿון אַ נײַער מלחמה אויפֿן נישט ווײַטן האָריזאָנט, איז דאָס די אַלץ מער און מער זיך אָפּשוואַכנדיקע פּאָזיציע פֿון מדינת־ישׂראל אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע און איר זיך אויסברייטערנדיקע דעלעגיטימאַציע אויף דער וועלט. זעקס מדינות פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנישן קאָנטינענט האָבן שוין פּראָקלאַמירט זייער אָנערקענונג פֿאַר דער נאָך נישט אויפֿגעקומענער פּאַלעסטינער מדינה, און עס ווערט געגרייט קעגן ישׂראל אַ שאַרפֿע טאַדלונג אין דעם זיכערהייטס־ראַט פֿון דער "יו־ען", בעת אַן אַמעריקאַנער וועטאָ איז איצט שוין מער נישט אַבסאָלוט פֿאַרזיכערט.
אין אָט דער וואַקסנדיקער דעלעגיטימאַציע פֿון מדינת־ישׂראל האָט אַ היפּשן חלק די אויפֿפֿירונג פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, אין וועלכער עס האָבן די אויבערהאַנט דער שאָוויניסטיש־ראַסיסטישער ש"ס, בראָש מיט זײַן גײַסטיקן מנהיג הרב הגאָון עובֿדיה יוסף און דעם פּאַרלאַמענטאַרישן מנהיג, דעם אינערן־מיניסטער אלי ישי; און פֿון דער אַנדערער זײַט, די סעקולער־וועלטלעכע פּאַרטיי "ישׂראל ביתנו", בראָש מיטן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור (איוועט) ליבערמאַן, דעם קאָריפֿיי פֿון דער זידלערישער פֿויסט־דיפּלאָמאַטיע. מיט זיי און מיט אַנדערע ראַדיקאַל־עקסטרעמיסטישע באַוועגונגען (און מיט אַ צודעק־בלעטל פֿון אהוד ברקס "עבודה") האָט זיך נתניהו אַרומגעפּאַנצערט אין זײַן קאָאַליציע, כּדי זיך צו פֿאַרזיכערן דאָס אויסצודויערן די פֿולע פֿיר־יאָריקע קאַדענץ פֿון זײַן רעגירונג, נישט מוזנדיק מקיים זײַן די תחייבותן, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען.
ביידע, אלי ישי און אַבֿיגדור ליבערמאַן, האָבן אויף דער שוועל פֿון דעם נײַעם יאָר זיך אַרויסגעשטעלט ווי די, וואָס האָבן די פֿאַקטישע דעה אין דער רעגירונג, און נישט נתניהו, ווײַל פֿון זיי — פֿון יעדערן פֿון זיי באַזונדער — איז אָפּהענגיק די אויסדויער־מעגלעכקייט פֿון נתניהוס רעגירונג. נתניהו האָט פֿון זיי נישט קיין נחת, ווײַל ער איז געצוווּנגען, פֿאַרן פּרײַז פֿון זײַן אָפּהענגיקייט, זיך אײַנצופּעקלען פֿאַר יעדן פֿון זיי און אַראָפּצושלינגען זייער אויפֿפֿירונג, וואָס האָט אָפּגענידערט די פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע קולטור פֿון דעם ראָיענדיקן בינשטאָק צום ראַנג פֿון דעם אומרייניקן רינשטאָק.
צוערשט, איז דאָס געווען דער אינערן־מיניסטער, דער מנהיג פֿון ש"ס אלי ישי, וועלכער האָט זיך געשטעלט אין שוץ פֿון די 200 "קאַזיאָנע" שטאָטישע רבנים, וואָס האָבן אָנגעצונדן די ראַסיסטישע העץ קאַמפּאַניע קעגן די אַראַבער און אַלע פֿרעמנע, רופֿנדיק נישט צו פֿאַרדינגען זיי קיין וווינונגען און נישט צו קומען מיט זיי אין באַריר. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיטן "פּסק פון דער הלכה", פֿון דעם שטאָטישן הויפּט־רבֿ פֿון צפֿת, וואָס פֿאַרווערט אין נאָמען פֿון דער תּורה צו פֿאַרדינגען וווינונגען די אַראַבישע סטודענטן פֿון גליל, וועלכע שטודירן אין דעם קאָלעדזש, וואָס איז געעפֿנט געוואָרן אין דער שטאָט.
אין רעזולטאַט פֿון דעם "פּסק ההלכה" האָבן די ייִדישע יונגע־לייט אָנגעהויבן אַטאַקירן די אַראַבער, געוואָרפֿן שטיינער און אויסגעזעצט די שויבן אין די פֿענצטער פֿון זייערע וווינונגען און געשאַפֿן אַ פּאָגראָם־שטימונג, וואָס האָט זיך אויסגעשפּרייט קעגן די פֿרעמדע אין לאַנד. אין דער רעגירונג איז דער מיניסטער ישי אַרויסגעטראָטן קעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט פֿון אַ כּנסת־דעפּוטאַט פֿון "ישׂראל ביתנו".
די ביידע עקסטרעם קעגנערישע פּאַרטיי־מנהיגים, האָבן ערבֿ דער אָפּשטימונג איבער דעם צוויי־יאָריקן מדינה־בודזשעט אין דער כּנסת, געדראָט מיט שטימען קעגן דעם בודזשעט, וואָס וואָלט געפֿירט צום אויפֿלייזן די רעגירונג־קאָאַליציע. נתניהו האָט דעם מנהיג פֿון ש"ס שטיל געמאַכט מיט צוטיילן פֿאַרגרעסערטע סובסידיעס פֿאַר די ישיבֿה־תּלמידים און נאָך אַ רייע פּריווילעגיעס פֿאַר די פֿרומע. דאַן איז געקומען דער נײַער גוט־געפּלאַנטער אויסברוך פֿון דער זידלערישער דיפּלאָמאַטיע פֿון דעם אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן, וועלכער האָט אויף אַ כּינוס פֿון זײַן פּאַרלאַמענטאַרישער פֿראַקציע, צוזאַמען מיט אַלע אַמבאַסאַדאָרן און דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייער אין לאַנד דערקלערט, אַז ער גלייבט נישט אין קיין שלום מיט די אַראַבער, ער טרויט זיי נישט און ער נעגירט די שלום־געשפּרעכן. אַ שאָד די טירחה. דאָס און נאָך אַ סך האָט ער געזאָגט ערבֿ דער אָנגעזאָגטער באַגעגעניש צווישן נתניהו און דעם עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק, וועלכער איז געווען דער ערשטער "קרבן" פֿון ליבערמאַנס זידלערײַען, ווען ער, נאָך ווי אַ דעפּוטאַט אין דער כּנסת, האָט אים געשיקט "צו אַלדי רוחות" און גערופֿן צו פֿאַרניכטן די אַסואַן־דאַמבע. און אין דער צײַט, ווען נתניהו זוכט אַ וועג צו אַן איבערבעטונג מיט טערקײַ ווי אַ סטראַטעגישע נויטווענדיקייט, האָט ליבערמאַן אים שאַרף אויסגעזידלט מיט ווערטער פֿון זײַן ליבערמאַנישן "דיפּלאָמאַטישן" לעקסיקאָן.
נתניהו, אַנשטאָט אים צו באַזײַטיקן פֿון דער רעגירונג און צו שאַפֿן אַ קאָאַליציע מיט "קדימה", האָט בלויז דערקלערט, אַז דער אויסערן־מיניסטער האָט אויסגעדריקט זײַן "פּערזענלעכע שטעלונג און נישט די שטעלונג פֿון דער רעגירונג". אָבער דעם אַנדערן טאָג האָט ער זיך שוין אידענטיפֿיצירט מיט אַ טייל פֿון ליבערמאַנס פּאָליטישע אויפֿפֿאַסונגען. עס איז פֿאַר אַלעמען הײַנט קלאָר, אַז סײַ ישי און סײַ לעבערמאַן וועלן זיך נישט לאָזן אַרויסוואַרפֿן פֿון דעם הערשערישן גן־עדן.
מיט אָט דעם־אָ "נדן" טרעט אַרײַן די רעגירונג פֿון נתניהו אין דעם נײַעם קאַלענדאַר־יאָר 2011 — "לתפארת מדינת־ישׂראל" — צום רום פֿון מדינת־ישׂראל...
תּל־אָבֿיבֿ, 28סטער דעצעמבער, 2010