רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

לינדזן זענען צווישן די געזינטסטע שפּײַזן אין דער וועלט. 1 טעפּל פֿון געקאָכטע לינדזן פֿאַרמאָגט 18 גראַם פּראָטעיִן, 16 גראַם פֿיברע און 37% פֿונעם סכום אײַזן, וואָס אַ מענטש דאַרף אײַננעמען יעדן טאָג.

אָבער אָפּקאָכן אַ טעפּל לינדזן איז בײַ ס׳רובֿ מענטשן נישט זייער אינטערעסאַנט. דערפֿאַר וואָלט איר געמעגט אויספּרוּוון דעם רעצעפּט. די גרינסן און געווירצן גיבן עס צו נישט בלויז אַ גוטן טעם, נאָר אַ געשמאַקן ריח אויך. דערלאַנגט עס צום טיש מיט רײַז און אַ סאַלאַט, האָט איר שוין אַ גאָר געזונטע מאָלצײַט.


1/2 פֿונט (225 גראַם) גרינע לינדזן

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

2 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע

2 טעפּלעך פּאָרע־ציבעלעס (leeks)

1 לעפֿעלע פֿרישע טימיאַן־בלעטלעך

זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק

3/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

1 לעפֿל צעהאַקטער קנאָבל

1/2־1 טעפּלעך צעשניטענע סעלעריע

1/2־1 טעפּלעך צעשניטענע מערן

1/2־1 טעפּלעך יויך

2 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע

2 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק


ווייקט די לינדזן אין זודיק וואַסער 15 מינוט לאַנג. דערנאָך זיפּט אָפּ דאָס וואַסער.

דערווײַל הייצט אָן דעם בוימל אין אַ פּאַטעלניע. גיט אַרײַן די ציבעלע, פּאָרע־ציבעלע, טימיאַן, זאַלץ און פֿעפֿער, און קאָך איבער אַ מיטעלן פֿײַער 10 מינוט, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק