אינעם לעצטן לייט־אַרטיקל פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם קאַלענדאַר־יאָר, וואָלטן מיר געוואָלט זיך אָפּשטעלן אויף דער געשעעניש, וואָס איז געשען ממש אין די לעצטע טעג פֿון דעצעמבער, אין מאָסקווע. די רייד גייט וועגן דעם באַשולדיקונג־אורטייל פֿאַר מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי און פּלאַטאָן לעבעדיעוו, צוויי פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, קרבנות פֿון פּוטין־רעזשים.
דער דאָזיקער געריכט קאָן מיט פֿולער רעכט געשטעלט ווערן אין איין ריי מיט די אומגעזעצלעכע אינסצענירטע פּראָצעסן, דורכגעפֿירט פֿון די טאָטאַליטאַרע רעזשימען סײַ אינעם קאָמוניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און סײַ אין נאַצי־דײַטשלאַנד. די געקראַכטע "אימפּעריע פֿון בייז" האָט אויף אירע חורבֿות, במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר אויפֿגעשטעלט נײַע טאָטאַליטאַרע לענדער, וואָס האָבן זיך פֿאַרשטעלט מיטן שילד פֿון דעמאָקראַטיע, ווי מיט אַ פֿײַגן־בלעטל.
אין די טעג האָט אַ זין ווידער צו דערמאָנען די ווערטער פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, ראָנאַלד רייגען וועגן די טאָטאַליטאַרע לענדער. "די שרעקלעכסטע בייזע מעשׂים ווערן דורכגעפֿירט אַפֿילו נישט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, וווּ מיר זעען בלויז דעם לעצטן סך־הכּל פֿון בייז. דאָס בייזע ווערט צוגעטראַכט און געהייסן דורכגעפֿירט צו ווערן דווקא אין די געראַמע, ליכטיקע און וואַרעמע ביוראָען פֿון די מענטשן, וועלכע רעדן שטיל און העפֿלעך. אָבער צוליב דעם, וואָס די שטילע מענטשן דאַרפֿן נישט העכערן זייער שטים; צוליב דעם וואָס זיי, פּונקט ווי די פֿריִערדיקע דיקטאַטאָרן, פֿאָדערן בלויז אַ באַזונדערע טעריטאָריע, מיינען אייניקע, אַז ס'איז כּדאַי מיר זאָלן זיי אויפֿנעמען אַזעלכע ווי זיי זײַנען".
אַזוי איז בפֿירוש געשען במשך פֿון דער צײַט, זינט די "אימפּעריע פֿון בייז" האָט געקראַכט; אַזוי האָט אין משך פֿון די לעצטע 10 יאָר וולאַדימיר פּוטין אויסגעפֿורעמט זײַן דיקטאַטאָרישע "טעריטאָריע"; און אַזוי האָבן די מערבֿדיקע רעגירונגען זי אויפֿגענומען.
נאָך איידער דער אורטייל איבער כאָדאָרקאָווסקין און לעבעדיעוון איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן, האָט פּוטין אויף קול־רם דערקלערט, אַז "אַ גנבֿ דאַרף זיצן אין תּפֿיסה", געמיינט מיטן "גנבֿ" מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקין. פּרעזידענט מעדוועדיעוו האָט שפּעטער אין זײַן אינטערוויו באַטאָנט, אַז קיין שום טשינאָווניק, ווי הויך עס זאָל נישט זײַן זײַן פּאָזיציע, טאָר נישט אַרויסברענגען זײַן אייגענעם "אורטייל", איידער דאָס טוט דאָס געריכט. מעדוועדיעווס זאָג האָט אַרײַנגעבראַכט אין די אָפּאָזיציע־כּוחות צו דער מאַכט אַ געוויסע האָפֿענונג...
נאָך דעם אָבער ווי דער ריכטער האָט דערקלערט דעם ענדגילטיקן אורטייל, וואָס האָט פֿאַקטיש באַשטעטיקט פּוטינס "אורטייל", איז שוין מער נישט געבליבן קיין ספֿקות, אַז דער איצטיקער פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד, דמיטרי מעדוועדיעוו, איז טאַקע נישט מער ווי דאָס פֿײַגן־בלעטל פֿון דער רוסלענדישער "דעמאָקראַטיע".
ווי מיר האָבן פֿריִער געזאָגט, טראָגט דער מאָסקווער געריכט־פּראָצעס דעם צייכן פֿון די גרעסטע דיקטאַטאָרישע מישפּטים אין 20סטן יאָרהונדערט. דעמאָלט, ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען פֿון די הויכע געריכט־טריבונעס אין סטאַלינס מאָסקווע און היטלערס בערלין פֿלעגט די מאַכט דורך אירע געטרײַע ריכטערס אַרויסברענגען די פֿאַרברעכערישע, אַנטי־געזעצלעכע אורטיילן, האָט די דעמאָקראַטישע וועלט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק און נישט־הערנדיק.
וואָס איז געווען דער סוף פֿון אַזאַ שטרויס־פּאָליטיק ווייסן מיר שוין גוט. צי האָט מען עפּעס דערפֿון אָפּגעלערנט? דער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע וועט געוויס זיך געבן וועגן זיך צו הערן אינעם קומענדיקן יאָר 2011.
זײַט זשע אונדז, טײַערע לייענער, געזונט און שטאַרק; קיין צרות, ווי מע זאָגט, וועלן נישט אויספֿעלן.