קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי
פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי
Credit: Werner Braun

אַרויסגעבראַכט האָט אונדז די אויסנעמלעכע געשטאַלט פֿון גליקל פֿון האַמעל פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי, בעת איר פֿאָרטראָג אין די ראַמען פֿונעם קולטור־פֿרימאָרגן אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג".

גיט נאָר אַ קוק וויפֿל מזל מיר האָבן! וויפֿל מ׳זאָל נישט רעדן וועגן שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט, געניסן מיר פֿון דענסטוועגן פֿון אויסגעצייכנטע אינטעלעקטואַלן, וואָס ייִדיש איז נאָך אַלץ פֿאַר זיי דער מקור פֿון וויסן, די היים וואָס שטענדיק קאָן מען זיך צו איר אומקערן און אפֿילו בלײַבן דאָרט אויף שטענדיק. פֿאַרשטעדלעך אַז אַזעלכע מחשבֿות האָט בײַ אונדז דערוועקט פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי, בעת איר באַלערנדיקער לעקציע, וווּ ס׳איז איר געלונגען אײַנפֿאַלעריש צוזאַמענבינדן וויסנשאַפֿט מיט ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט.

אַ לעבן לאַנג געווידמעט לערנען און פֿאָרשן, האָט חוה טורניאַנסקי, אַ געבוירענע אין מעקסיקע, זיך אָפּגעגעבן מיטן פֿאָרשן די ליטעראַטור און די קולטור פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום; זינט 1995 ביז איר אַרויסגיין אויף פּענסיע אין 2005, איז זי געווען לעקטאָר און פֿיל יאָרן אויך הויפּט־אויפֿזעערין אין דעם ייִדיש־אָפּטייל פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים; באַשאָנקען געוואָרן מיט אָן אַ שיעור פּרײַזן פֿאַר איר בײַטראָג צו דער ייִדישער קולטור. פֿון 2007 איז זי אַ מיטגלידערין אין דער ישׂראלדיקער וויסנשאַפֿטלעכער נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע.

די טעמע פֿון איר פֿאָרטראָג האָט חוה טורניאַנסקי געווידמעט דער ייִדישער פֿרוי פֿון 17טן יאָרהונדערט גליקל פֿון האַמעל, אויך באַקאַנט ווי גליקל בת־לבֿ (אויפֿן נאָמען פֿון איר פֿאָטער), און באַלד אונדז פֿאָרויסגעזאָגט, אַז נישט וועגן אַ פֿעמיניסטקע וועט זי אונדז דערציילן, אויב אַזאַ באַגריף האָט גאָר עקזיסטירט אין יענער תּקופֿה. טאָ וווּ געפֿינט זיך יאָ דאָס איבערראַשנדיקס? מיט וואָס האָט זי זיך אויסגעצייכנט, די דאָזיקע פֿרוי, וואָס איר נאָמען האָט איבערגעשפּרײַזט יאָרהונדערטער און מיר לערנען וועגן איר ביזן הײַנטיקן טאָג? דער ענטפֿער איז קודם־כּל, ווײַל זי האָט געשריבן — און געשריבן האָט זי אין ייִדיש! — וועגן איר לעבן און וועגן איר צײַט און דאָס אַליין וואָלט שוין געווען גענוג מ׳זאָל זי דערמאָנען מיט אָנערקענונג.

גליקל פֿון האַמעל
גליקל פֿון האַמעל

כּדאַי צו באַצייכענען, ווי פּראָפֿעסאָר טורניאַנסקי האָט עס געטאָן, אַז גליקל פֿון האַמעל איז אַ היסטאָרישע פֿיגור, געבוירן געוואָרן אין האַמבורג אין 1645 און געשטאָרבן אין מעץ (פֿראַנקרײַך) אין עלטער פֿון 79 יאָר. זי שטאַמט פֿון אַ סוחרישער משפּחה און נאָכן טויט פֿון איר מאַן האָט זי איבערגענומען די ברייט־פֿאַרשפּרייטע געשעפֿטן. אָנגעהויבן שרײַבן אירע זכרונות האָט זי נאָך דעם ווי זי איז געוואָרן אַן אַלמנה, נאָך אַ 30־יאָריקן צוזאַמענלעבן. פֿאַרקנסט האָט מען זי צו 12 יאָר און בײַ 14 — זי חתונה געמאַכט, ווי ס׳איז געווען אָנגענומען אין יענער צײַט. זי האָט געבוירן 14 קינדער, צוויי פֿון זיי זײַנען געשטאָרבן אין גאָר יונגן עלטער.

גליקל איז באַוווּסט געוואָרן פֿיל יאָרן נאָך איר טויט, אַ דאַנק די זכרונות וואָס זי האָט געשריבן אין ייִדיש מיטן צוועק, אַז אירע קינדער און אייניקלעך זאָלן עס לייענען. אירע זכרונות זײַנען אין תּוך אַ גײַסטיקע צוואה און מוסר־רייד. זיי פֿאַרמאָגן אָבער אויך אַ היסטאָרישן הינטערגרונט. אַזוי, למשל, באַשרײַבט גליקל דעם אָפּקלאַנג פֿון דער משיחישער שבתי־צבֿי־באַוועגונג, און וועגן דעם אײַנפֿלוס פֿון דער שוועדישער מלחמה אויפֿן ייִדישן לעבן. אַ וויכטיק אָרט ווערט געשאָנקען ייִדיש, די שפּראַך, אויף וועלכער די מעמואַרן זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן. טורניאַנסקי האָט באַזונדערס אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, אַז דווקא אַ פֿרוי האָט דאָס ווערק אָנגעשריבן, וואָס איז פֿאַר זיך אַליין אַ זעלטענע דערשײַנונג אין יענער תּקופֿה.

פֿאַר איר לאַנג־יאָריקער פֿאָרש־אַרבעט איבער גליקל פֿון האַמעלס זכרונות איז חוה טורניאַנסקי געקרוינט געוואָרן מיטן געגאַרטן מלוכישן ביאַליק־פּרײַז פֿאַרן יאָר 2006.

ווי ס׳געשעט געוויינטלעך אין די קולטור־פֿרימאָרגנס אין "אַרבעטער־רינג", קומט נאָך דעם באַלערנדיקן פֿאָרטראָג, דער קינסטלערישער טייל. דאָס מאָל איז פֿאַרן עולם אויפֿגעטראָטן די ישׂראל־אַמעריקאַנער זינגערין בעטי קליין, וואָס איז געוואָרן אַן אמתע סענסאַציע. כ׳ווייס נישט, צי זי האָט עס אַזוי פּראָגראַמירט פֿון פֿריִער, אָבער אויסגעקומען איז עס, אַז בעטי קליינס פּראָגראַם איז ווי ספּעציעל צוגעפּאַסט געווען צו חוה טורניאַנסקיס פֿאָרטראָג. בעטי קליין פֿאַרמאָגט אַן איינגענעמע שטים, דווקא צוגעפּאַסט צו דעם אייביקן ייִדישן ליד.