וויקטאָר פּעלעווין.
אַנאַנאַסן־וואַסער
פֿאַר דער שיינער דאַמע.
מאָסקווע׃ "עקסמאָ", 2010
דער שרײַבער וויקטאָר פּעלעווין איז איינער פֿון די ווייניקע הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטן מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן שם, אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז ער אַ יוצא־דופֿן. פּעלעווין איז אַ געהיימניספֿולע פֿיגור. ער באַווײַזט זיך ניט אויף די עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען, גיט ניט קיין אינטערוויוען און זאָגט ניט אַרויס קיין מבֿינות וועגן פּאָליטישע אָדער קולטורעלע ענינים. פֿון דעסטוועגן, איז ער אפֿשר דער סאַמע שאַרפֿזיניקער אָבסערוואַטאָר און קריטיקער פֿונעם הײַנטיקן רוסישן לעבן. זײַנע ביכער שפּיגלען אָפּ די ווירקלעכקייט בעסער פֿון נײַעס־באַריכטן אָדער רעפּאָרטאַזשן.
פּעלעווין פֿיקסירט דעם צײַטגײַסט אין גראָטעסקע אימאַזשן און סאַטירישע געשטאַלטן מיט אַ זעלטענער שאַרפֿזיניקייט און איראָניע. אין איין זאַץ קאָן ער באַהאַנדלען טיפֿע מעטאַפֿיזישע ענינים און אויסלאַכן באַקאַנטע פּאָליטישע פּערסאָנאַזשן. ער פֿאַרמאָגט אַן אויסגעצייכענטן חוש פֿאַר דער רוסישער שפּראַך, און זײַנע טרעפֿלעכע ווערטלעך ווערן דערנאָך איבערגעחזרט אין משך פֿון יאָרן.
אָבער אין די לעצטע פּאָר יאָר האָבן די חסידים פֿון פּעלעווינס ליטעראַרישן טאַלאַנט אָנגעהויבן צו שמועסן וועגן אַ ירידה פֿון זײַן כּוח־הדמיון. עטלעכע לעצטע ווערק זײַנע האָבן ניט פֿאַרמאָגט אַזאַ מין כּישוף און חן, ווי זײַנע ווערק פֿון די 1990ער יאָרן. דערפֿאַר האָט מען מיט אַ סך אומגעדולד אַרויסגעקוקט אויף פּעלעווינס נײַעם זאַמלבוך, וואָס איז סוף־כּל־סוף אַרויס אין מאָסקווע ערבֿ דעם נײַעם יאָר. מען האָט געוואַרט, אַז פּעלעווין וועט געבן דעם לייענער אַ ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרצענדליק, אויסמאָלן רוסלאַנד אונטער פּוטינס שליטה אַזוי ווי ער האָט עס אַ מאָל געטאָן מיט דער יעלצין־תּקופֿה.
דאַכט זיך, אַז דאָס נײַע בוך איז אַרויס אַ געראָטענע. עס איז דערבײַ מערקווירדיק, אַז דער הויפּט־העלד פֿון דער ערשטער און דער גרעסטער דערציילונג אינעם בוך איז אַ ייִד. פּעלעווין האָט אויסגעקליבן אַן אָדעסער ייִד מיטן נאָמען סעמיאָן לעוויטאַן, כּדי צו פֿאַרקערפּערן דעם עצם פֿון רוסלאַנד אינעם 21סטן יאָרהונדערט. לעוויטאַן האָט ניט געהאַט קיין סך מזל אין די 1990ער יאָרן, ווען ער האָט קוים־קוים געקאָנט זיך אונטערהאַלטן מיט לעקציעס פֿון דער ענגלישער שפּראַך.
אָבער לעוויטאַנס לעבן האָט זיך אין גאַנצן געביטן מיטן אויפֿקום פֿון די אָפֿיצירן פֿון געהיים־דינסטן אונטער פּוטין. די נײַע באַלעבאַטים פֿון רוסלאַנד האָבן זיך גענייטיקט אין לעוויטאַנס אוניקאַלן טאַלאַנט צו רעדן מיט דער שטים פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטישן ראַדיאָ־דיקטאָר יורי לעוויטאַן, וועלכער איז באַרימט געוואָרן מיט זײַנע אַנאָנסן בעת דער מלחמה.
דער נײַער גילגול פֿון לעוויטאַנס שטים האָט באַקומען זייער אַ וויכטיקן און שטרענג געהיימען שליחות. ער האָט געדאַרפֿט שפּילן די ראָלע פֿון גאָט, רעדנדיק צו דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש דורך אַ ספּעצילן ראַדיאָ־מכשיר, וואָס אַ סאָוועטישער אַגענט־דאַנטיסט האָט אַרײַנגעפֿלאַנצט אין בושס צאָן.
נאַטירלעך, מוז לעוויטאַנס "בת־קול" זאָגן צו זײַן געטרײַעם קנעכט "דזשאָרדזשײַה" (אַ נאָמען, וואָס ער האָט געגעבן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אויפֿן שטייגער פֿון די תּנ״כישע נבֿיאים) דווקא דאָס, וואָס עס וויל די רוסישע געהיים־דינסט. אַזוי אַרום באַקומט זיך, אַז אַלע באַשלוסן פֿון בושס אַדמיניסטראַציע, אַזלעכע ווי די מלחמות אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, זײַנען געווען באַפֿעלן פֿון דער רוסישער געהיים־דינסט.
אָבער דאָס איז נאָך ניט דער סוף. בעת בוש האָט געגלייבט, אַז ער פֿירט טאַקע דירעקטע שמועסן מיטן רבונו־של־עולם, כּבֿיכול, זײַנען די רוסישע הערשער, פֿון סטאַלין ביז פּוטין, געווען זיכער, אַז זיי האָבן אַ דירעקטן קאָנטאַקט מיטן ניט־גוטן להבֿדיל. פֿאַר די דאָזיקע שמועסן האָבן זיי אַפֿילו געהאַט אַ ספּעציעל צימער אין קרעמל, אָבער דער דאָזיקער קאַנאַל איז שוין לאַנג געווען אין די הענט פֿון דעם אַמעריקאַנישן "סי־אײַ־איי". איצט אָבער האָט אַ גענעראַל פֿון דער רוסישער געהיים־דינסט איבערגעכאַפּט די דאָזיקע פֿאַרבינדונג און שיִער ניט באַקומען אַ פֿולע שליטה איבער די ביידע גרויס־מאַכטן.
דער אָדעסער שלימזל לעוויטאַן, אַ נײַער מנחם־מענדל, שפּילט אין פּעלעווינס פֿאַנטאַסטישער סאַטירע די שליסל־ראָלע. ער איז אַ פֿאַרמיטלער ניט נאָר צווישן רוסלאַנד און אַמעריקע, נאָר אויך צווישן גאָט און טײַוול, וואָס לסוף ווײַזן זיך אַרויס ווי צוויי פּנימער פֿון דער רוסישער געהיים־דינסט. קיין וועלט־מאַכט איז ניט בכּוח צו אָפּערירן אָן אַזאַ מין ייִדל מיט אַ באַזונדערן טאַלאַנט צו רעדן ווי אַ בת־קול.
און לעוויטאַן איז תּמיד גרייט צוצושטעלן זײַן טאַלאַנט דעם, וואָס וועט אים באַצאָלן פֿאַר זײַן אַרבעט׃ "די רעכטע רעליגיעזע פּאָליטיק אין אַמעריקע איז ניט געקומען צום סוף מיט בושס אַוועקגיין. עמעצער פֿון אַזעלכע מענטשן קאָן נאָך קומען צו דער מאַכט שפּעטער. קיין טעכנישע פּראָבלעם מיט איבערגעבן סיגנאַלן אין זייערע קעפּ איז הײַנט ניטאָ. די פֿראַגע איז וואָס צו טאָן דערמיט. און איך האָב שוין דערוויזן, אַז איך קאָן אַרבעטן ווי אַדון־צבֿאות אין יעדן אַמעריקאַנער קאָפּ. דערפֿאַר אויב איר דאַרפֿט אַ ריכטיקן מומחה, בין איך גרייט צו אײַער דינסט."
דער ציל פֿון פּעלעווינס שאַרפֿער סאַטירע איז צו ווײַזן די ווילדע פּאָליטישע אַמביציע פֿון דער נײַער רוסישער פֿירערשאַפֿט. אָבער פֿאַרן אַמעריקאַנער לייענער קאָן דאָס דאָזיקע בוך האָבן אַן אַנדערן מיין. פּעלעווין מאַכט חוזק פֿון וואָסער ניט איז פּרעטענזיע פֿון פֿירן פּאָליטיק אין גאָטס נאָמען. דאָס אויפֿלעבן אַזאַ מין כאַריזמאַטישע פּאָליטיק, סײַ אין דער קריסטלעכער און סײַ אין דער איסלאַמישער וועלט, איז די ירושה פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרצענדליק, וועלכע מע וועט דאַרפֿן גובֿר זײַן אין די קומעדיקע יאָרן.