הרבֿ פּנחס טייץ בײַ דער ערשטער ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "דף השבֿוע", "פֿאָרווערטס"־סטאַנציע WEVD, 1953. די "דף השבֿוע"־פּראָגראַם האָט מען טראַנסמיטירט 36 יאָר. |
Credit: Forward Association |
אַ מאָל האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרמאָגן אַ ראַדיאָ פֿאַר "קורצע כוואַליעס", כּדי צו הערן די ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען איבער דער וועלט. הײַנט, האָט זיך שטאַרק געביטן דער מצבֿ צום גוטן — דהײַנו, מע דאַרף נאָר אַ קאָמפּיוטער, קען מען שוין הערן כּמעט אַלע פּראָגראַמען וואָס מע וויל און ווען מע וויל. די פּראָגראַמען אויף דער ראַדיאָ דערמעגלעכן דעם דרויסנדיקן צוהערער צו האָבן אַן אַרײַנבליק אין דעם הײַנטיקן געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן פֿון די ייִדיש־רעדנערס פֿון אומעטום. אָפֿט קען מען הערן זעלטענע אינטערוויוען מיט אָרטיקע פּערזענלעכקייטן, אָדער אַ דיסקוסיע וועגן אַן ענין, אַ פּראָבלעם, וואָס איז נאָר שייך צו אַ לאָקאַל אָרט. אַ מאָל שטעלט מיט זיך פֿאָר די ראַדיאָ־פּראָגראַם די איינציקע אָרטיקע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג, און דעריבער איז וויכטיק נאָכצוהאַלטן דאָס וואָס מע קען דאָרטן הערן.
עס זענען פֿאַראַן מער פּראָגראַמען ווי מע קען אין איין אַרטיקל אויסרעכענען, און אויב מע וואָלט אַרײַנענומען אויף דער ליסטע די פּראָגראַמען וואָס ווערן דווקא נישט אָנגעפֿירט אויף ייִדיש, אָבער שפּילן ייִדישע לידער און קלעזמער־מוזיק, וואָלט די רשימה געוואָרן נאָך לענגער. מיר וועלן שטעלן דעם טראָפּ אויף די פּראָגראַמען, אין וועלכע מע הערט נישט נאָר אַ ייִדיש ליד, נאָר אויך אַ ייִדיש וואָרט.
פֿאַרן מענטש וואָס איז אַ בעלן צו וויסן וועגן דער געשיכטע פֿון דעם ייִדישן ראַדיאָ אין אַמעריקע, איז כּדאַי צו הערן די אַלטע פּראָגראַמען וואָס מע קאָן געפֿינען בײַם "ייִדישן ראַדיאָ־פּראָיעקט", וואָס הענעך סאַפּאָזשניק און דוד איסיי האַבן געגרינדעט — yiddishradioproject.org . פֿון די אַלטע ראַדיאָ־טאַשמעס וואָס סאַפּאָזשניק האָט געפֿונען — מע קען באמת זאָגן "געראַטעוועט" — האָט מען צונויפֿגעשטעלט אַ ראַדיאָ־סעריע, וואָס מיליאָנען אַמעריקאַנער האָבן געהערט אויף די מלוכישע ראַדיאָ־סטאַנציעס אין 2002. אין דער סעריע, וואָס שפּיגלט אָפּ "די גאָלדענע תּקופֿה פֿון דעם ייִדישן ראַדיאָ, הערט מען די אַלטע רעקלאַמעס, ראַדיאָ־מעלאָדראַמעס אויף ייִדיש, מוזיק, און פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע ראַדיאָ־פּראָגראַמען. אַנדערע אַלטע פּראָגראַמען פֿונעם "ראַדיאָ־פּראָויעקט"־אַרכיוו, וואָס שטאַמען פֿון מיאַמי, קען מען הערן אויף דער וועבזײַט פֿונעם "דאָראַ־טייטלבוים"־צענטער:
http://www.yiddishculture.org/radio.html
די עלטסטע פֿון אַלע ראַדיאָ־פּראָגראַמען, וואָס מע קען הײַנט הערן, איז "די פֿאָרווערטס־שעה". צענדליקער יאָרן איז זי טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער "פֿאָרווערטס"־ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD אין ניו־יאָרק, און ווערט הײַנט ווײַטער געשאַפֿן און געשפּילט אויף דער "פֿאָרווערטס"־וועבזײַט. אינעם ראַדיאָ־אַרכיוו אויף דער דאָזיקער וועבזײַט קען מען הערן הונדערטער אַלטע פּראָגראַמען, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 2005. פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן נישט קיין קאָמפּיוטער, און וווינען אין ניו־יאָרק און אַרום ניו־יאָרק, איז דער "פֿאָרווערטס" גרייט זיי צו שיקן בחינם אַ קאָמפּאַקט־דיסק יעדע וואָך מיט דער לעצטער פּראָגראַם.
אין באָסטאָן עקזיסטירט שוין יאָרן לאַנג "דאָס ייִדישע קול", אָנגעפֿירט פֿון מאיר דוד. די שעה־לאַנגע פּראָגראַם קען מען הערן אויף דעם ראַדיאָ יעדן מיטוואָך, פֿון 7:30 ביז 8:30 אין אוונט אויף WUNR, 1600 AM. ספּעציעל אינטערעסאַנט זענען די אינטערוויוען, וואָס מע קען נאָך הערן אין זייער אַרכיוו, מיט אַ סך ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער, ווי דער זינגער מישאַ אַלעקסאַנדראָוויטש, די אַקטריסע מינאַ בערן, דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, און כּלל־טוער לילקע מײַזנער. דער וועב־אַדרעס איז: http://www.yiddishvoice.com
אין מאָנטרעאָל, זעט אויס, איז נישטאָ מער קיין ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף ייִדיש, אָבער אין וויניפּעג, קאַנאַדע, קען מען הערן רעכל צוקערס "וויניפּעגער ייִדישע ראַדיאָ־שעה" יעדן זונטיק, פֿון 1:30 ביז 2:30, אין וועלכער די צווייטע העלפֿט ווערט געפֿירט אויף ייִדיש. www.ckjs.com געוויינטלעך, קלײַבט צוקער יעדע וואָך אויס אַן אַנדער טעמע פֿאַר די לידער.
אפֿשר די נײַסטע פּראָגראַם אין אַמעריקע איז די אינטערנעץ־ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿונעם "נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר"־טעאַטער, וואָס ווערט פֿאַרשריבן און טראַנסמיטירט יעדן צווייטן זונטיק. די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 2010. לייזער בורקאָ און מאַנדעלבאַום פֿירן מיט איר אָן.
http://www.newyiddishrep.org/RadioPage.htmlאין אייראָפּע איז אפֿשר די נײַסטע פּראָגראַם, די וואַרשעווער "נײַע כוואַליעס", וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין 2008 און האָט אַן אַרכיוו פֿון אַלע פּראָגראַמען אויף זייער וועבזײַטל: http://www2.polskieradio.pl/zagranica/il/news/archiwum.aspx?s=271&k=0 אויף דער פּראָגראַם קען מען אויך הערן אינטערעסאַנטע אינטערוויוען אויף ייִדיש, מיט אייראָפּעיִשע ייִדישיסטן. די סטאַנציע איז אַ טייל פֿון דעם העברעיִשן אָפּטייל בײַ דער מלוכישער ראַדיאָ־אינסטאַנץ — "ראַדיאָ־פּאָלסקי".
אין ישׂראל, זעט אויס, איז געבליבן די איינציקע טעגלעכע ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם — "קול ישׂראל" — אָבער זי איז נאָר 15 מינוט לאַנג (לויט דער וועבזײַט פֿון דער ישׂראלדיקער ראַדיאָ־אינסטאַנץ, קען מען הערן יעדן טאָג מער אַמהאַריש און פּערסיש, ווי ייִדיש). אַ ווייטיקלעכער פֿאַקט, אויב זיך דערמאָנען, ווי גרויס און רײַך זײַנען אָמאַל געווען די ייִדישע אוידיציעס אויף "קול־ישׂראל". http://www.kol-israel.com
"ראַדיאָ־שלום" פֿון קאָפּענהאַגען, דענמאַרק, קען מען הערן אין דער שטאָט דעם דריטן מיטוואָך פֿון יעדן חודש, 6:30 אויף די כוואַליעס 87.6. אין זייער אַרכיוו געפֿינען זיך אויך די אַלטע פּראָגראַמען:
אַלעקס דאַפֿנער פֿירט אָן מיט אַן אויסטראַליער ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף ייִדיש |
די ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון דער SBS־סטאַנציע אין אויסטראַליע, אונטער דער אויפֿפֿירונג פֿון אַלעקס דאַפֿנער, פֿאַרנעמט הײַנט אַן אָנגעזעען אָרט צווישן די ייִדיש־שפּראַכיקע פּראָגראַמען. קודם־כּל, קען מען לייענען זייער וועבזײַט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש. די פּראָגאַם באַמיט זיך צו זײַן אין קאָנטאַקט מיט פֿאַרשידענע פּערזענלעכקייטן און פֿאָרצושטעלן די ייִדישע קולטורעלע אַנטוויקלונגען סײַ אין אויסטראַליע, סײַ איבער דער וועלט.
http://www.sbs.com.au/yourlanguage/yiddish/home/page/in/
language
עס איז פֿאַראַן נאָך אַ צווייטע ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם אין אויסטראַליע, אין מעלבורן, וואָס מע קען זי הערן פֿון 11:00 ביז 11:30 יעדן זונטיק אין דער פֿרי אויף דער סטאַנציע 3zzz. דעם אַרכיוו קען מען געפֿינען אין http://www.3zzz.com.au.
אין בוענאָס־אײַרעס און אין ראָזאָריאָ קען מען הערן "די נײַע ייִדישע שעה", אויף דער "חי" ראַדיאָ־סטאַנציע, יעדן זונטיק, פֿון 9:00 ביז 10:00 אין דער פֿרי: אַ פּראָגראַם פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ.
http://www.radiojai.com.ar/OnLine/
אין פּאַריז טראַנסמיטירט דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם ביבליאָטעק" די פּראָגראַם "די ייִדישע שעה", יעדן דינסטיק פֿון 3:30 ביז 4:30 אויף Radio J, 94.8 FM. מע קען דאָס אויך הערן אויף דער וועבזײַט פֿונעם "צענטער:
http://www.yiddishweb.com/Yidishe_sho.html
נאָך אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אין פּאַריז הייסט "אונדזער מאַגאַזין" אויף דער ייִדישער ראַדיאָ־סטאַנציע, judaiques FM מיט די כוואַליעס 94.8:
לעצטנס, האָבן זיך אָרגאַניזירט די כּלל־טוער פֿון די ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַמען און מע קוקט אַרויס אויף אַ מער קאָאָרדינירטער מיטאַרבעט צווישן די פּראָגראַמען אַרום דער וועלט. מיט דער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע קען מען הײַנט פֿירן אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון דער היים, און די מעגלעכקייטן פֿאַר אַ ברייטערער אַרבעט אין דעם פֿעלד פֿון דער ייִדישער קולטור וועט זיכער וואַקסן.