"על־אלה אני בוכיה עיני, עיני ירדה מים —
דערויף טו איך וויינען, מײַן אויג,
מײַן אויג רינט וואַסער"
(איכה א’, ט״ו, ייִדיש יהואש)
מײַן לעצטער אַרטיקל "ייִדישע געדענקטעג", ("פֿאָרווערטס", פֿעברואַר 19—25), קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די געדענקטעג וואָס הייבן זיך אָן די ערשטע סדר־נאַכט — דער טראַגיש־העראָיִשער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און כ״ז ניסן — דער יום־השואה.
צענדליקער יאָרן פֿאַרן חורבן האָט מענדעלע מוכר־ספֿרים, דער "זיידע" פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, אַרויסגעזאָגט אַ ווערטל וואָס האָט אַזוי קריטיש געשילדערט דעם גורל פֿונעם ייִדישן קינד: "עס זײַנען ניט פֿאַראַן קיין ייִדישע קינדער, נאָר קליינע ייִדן און גרויסע (דערוואַקסענע) ייִדן". דער אַרויסזאָג איז נעבעך געקומען צום פֿולן אויסדרוק בעת דער מלחמה ווען מיר באַטראַכטן דעם ביטערן גורל פֿון ייִדישן קינד.
אין דער געשיכטע פֿון דער נאַצישער, ברוטאַלער, הערשאַפֿט איז די באַהאַנדלונג פֿון ייִדישן קינד דאָס גרויזאַמסטע קאַפּיטל. פֿאַריתומט, היימלאָז און פֿאַרוואָרלאָזט, נאַקעט און באָרוועס, געשוואָלן פֿון הונגער און קעלט, האָבן ייִדישע קינדער געוואַנדערט אין די געטאָס, געזוכט אַ מקום־מיקלט אויף דער אַרישער זײַט און אָנגעפֿילט די וואַגאָנען וואָס האָבן זיי געפֿירט צו די גאַזקאַמערן אין די פֿאַרניכטונגס־לאַגערן. קיין רחמנות, קיין מענטשלעך געפֿיל איז זיי ניט באַשערט געווען צו דערלעבן. אויף דער פֿראַגע פֿון אַ נאַיִוון לייענער פֿון דער האָלענדישער פּראָ־נאַציסטישער צײַטונג "פֿאָלק און פֿאָטערלאַנד", צי עס איז ניט מעגלעך צו ראַטעווען אומגליקלעכע קינדער, אויב זיי זײַנען אַפֿילו ייִדן, איז דער ענטפֿער געווען: "ייִדישע קינדער טראָגן מיט זיך די ירושה פֿון זייער ראַסע, זײַנען די 'באַהאַלטענע סכּנה’ וואָס קאָן אויסגעמיטן ווערן נאָר מיט זייער פֿאַרשווינדונג". די היטלער־יוגנט האָט גענוצט ייִדישע קינדער ווי אַ צילברעט אויף צו שיסן.
פֿון דעם ערשטן טאָג ווען די צווייטע וועלט־מלחמה איז אויסגעבראָכן, דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939, האָבן אַלע ייִדישע שול־סיסטעמען אין פּוילן אויפֿגעהערט צו פֿונקציאָנירן. די שול־פֿאַרבאַנדן "תּרבות", "ציש״אָ", "יבֿנה", "בית־ און בנות־יעקבֿ", ווי אויך אומצייליקע חדרים, תּלמוד־תּורהס און ישיבֿות; זייערע קולות זײַנען פּלוצעם פֿאַרשטומט געוואָרן. נאָך ערגער און טראַגישער איז געוואָרן די לאַגע פֿון בתּי־יתומים און אַ סך אַנדערע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זייער מיסיע איז געווען די טראַדיציאָנאַלע ייִדישע זאָרג פֿאַר נויטווענדיקע ייִדישע קינדער. איבערמענטשלעכע אָנשטרענגונגען זײַנען אָרגאַניזירט געוואָרן צו העלפֿן די אומגליקלעכע קינדער. מיט דער הילף פֿון אַמעריקאַנער "דזשוינט" און אַנדערע הילף־אָרגאַניזאַציעס איז געשאַפֿן געוואָרן אַ צענטראַלע אַגענץ מיטן פּוילישן נאָמען "זשיטאָס", אַן אַקראָנים: ייִדישע סאָציאַלע באַדינונג.
צו באַקומען אַן אַנונג פֿון דעם מצבֿ איז גענוג צו באַמערקן, אַז פֿון די 100 טויזנט קינדער אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס האָבן זיך גענייטיקט אין הילף, האָבן בלויז ווייניקער פֿון אַ דריטל, דאָס הייסט, 28,422, באַקומען שטיצע.
"קינדער אין די געטאָס זײַנען איבער נאַכט געוואָרן דערוואַקסענע. זיי האָבן אינסטינקטיוו, דערפֿילט אַז בכדי צו בלײַבן לעבן, מוז מען אויפֿהערן צו זײַן אַ קינד".
נאָך איידער די דײַטשן האָבן אויפֿגעפֿאָדערט די יודענראַטן צו עפֿענען שולן פֿאַר קינדער, האָט שוין אַ סך פֿריִער עקזיסטירט אַן "אומלעגאַלע" שול־סיסטעם. די קיכן־סטאַנציעס וווּ די קינדער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט צו באַקומען אַ מאָלצײַט, זײַנען געוואָרן נעסטן פֿאַר דערציִונג. דאָרט האָט מען געפֿײַערט יום־טובֿים און דאָרט האָט מען געהערט מעשׂיות פֿון ייִדישער מוטיקייט און גבֿורה. צו מאָל האָט די קרן־קימת־פּושקע אויף אַ ממשותדיקן אופֿן פֿאַרבונדן די קינדער מיט ארץ־ישׂראל.
אין וואַרשע, אין ביאַליסטאָק, ווילנע און קראָקע און אין אַזוי פֿיל גרעסערע און קלענערע ייִדישע ייִשובֿים האָבן לערער געלערנט, היסטאָריקער רעקאָרדירט די געשעענישן. מען האָט אויך אָרגאַניזירט פּראָגראַמען. דאָס אַלץ צו־להכעיס דעם שׂונא און טראָץ דער ברוטאַלער, אומברחמנותדיקער ווירקלעכקייט.
צווישן די גרויסע העראָיִשע געראַנגלען איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער דערציִונג אין די געטאָס די הערלעכסטע, ווײַל זי האָט אויסגעדריקט די גרויסע ליבע און זאָרג פֿאַר די צום מיינסטן אומבאַשיצטע, פֿאַרוואָרלאָזטע קרבנות — די ייִדישע קינדער. געניע סילקעס, אַ לעבן־געבליבענע, אַ לערערין פֿון וואַרשעווער געטאָ, וואָס איך האָב געהאַט דעם זכות צו באַקענען אין ניו־יאָרק אין די זיבעציקער יאָרן, ווען איך בין געווען אַ קאָנסולטאַנט אין ייִדישן דערציִונג־קאָמיטעט (Journal of Education), שרײַבט אין אַן אַרטיקל "די בלוי־ווײַסע פּושקע אויף גרויע געטאָווענט" ("טאָג־מאָרגן־זשורנאַל", פֿרײַטיק, דעם 17טן יוני 1966): "ייִדישע דערציִונג איז אָנגעגאַנגען אין קעלערס און בונקערס און אַפֿילו אויף דער אַרישער זײַט. אַפֿילו די קורצע צײַט ווען די דײַטשן האָבן דערלויבט צו עפֿענען קלאַסן און לערנען אויסשליסלעך פֿון זיי דערלויבטע קעגנשטאַנדן האָט מען אונטער דעם מאַנטל פֿון לעגאַליטעט; געלערנט ייִדישע לימודים וואָס האָבן געגעבן די קינדער מוט און דערהויבן זייער גײַסט! עס איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז די באַגרענעצונגען זײַנען אויך חל געווען אויף דעם פּוילישן שולוועזן".
דעם 31סטן אויגוסט 1940 האָבן די דײַטשן פֿאַראָרדנט דעם וואַרשעווער יודענראַט צו עפֿענען שולן. אַ דעפּאַרטאַמענט פֿאַר דערציִונג איז געעפֿנט געוואָרן און געמאַכט צוגרייטונגען צו עפֿענען עלעמענטאַר־ און מיטלשולן. צוויי אָרגאַניזאַציעס "אָרט" און "טאַפּאָראָל" (די צווייטע האָט פּראָטעזשירט לאַנדאַרבעט) האָבן נושׂא־חן געווען בײַ די דײַטשן, ווײַל זיי האָבן צוגעגרייט די יוגנט צו "פּראָדוקטיווער אַרבעט". קינדער און יונגע־לײַט האָבן געפֿלאַנצט גרינסן און בלומען בכדי צו פֿאַרשענערן די סבֿיבֿה. אין דער זעלבער צײַט זײַנען אין באַהעלטעניש אָרגאַניזירט געוואָרן גימנאַזיעס וווּ מען האָט געלערנט הומאַניסטישע קעגנשטאַנדן אויפֿן מאָדעל פֿון פֿריִערדיקע העברעיִשע גימנאַזיעס, ווי "תּרבות", "יבֿנה", "בית־יעקבֿ" און "מיזרחי". צווישן די פּראָפֿעסאָרן געפֿינען מיר די הײַנט באַרימטע נעמען, ווי: עמנואל רינגעלבלום, היסטאָריקער; יצחק קאַצענעלסאָן, ייִדיש־העברעיִשער פּאָעט, און יאַנוש קאָרטשאַק.
ווילנע, די קרוין פֿון ייִדישער קולטור און לומדות — די ירושלים דליטא — איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די דײַטשישע הענט בלויז צוויי טעג נאָכן אויסבראָך פֿון דײַטשיש־רוסישן קריג דעם 22טן יוני 1941. שוין דעם 6טן סעפּטעמבער זײַנען 40 טויזנט ייִדן פֿאַרשלאָסן געוואָרן אין צוויי געטאָס, וואָס איז אַ ביסל שפּעטער רעדוצירט געוואָרן צו איין געטאָ. דאָ, ווי אין וואַרשע, האָט מען אָרגאַניזירט שולן און לערנקרײַזן, אומלעגאַל. אין דעם ערשטן יאָר פֿון איר עקזיסטענץ האָט מען אין ווילנער געטאָ געעפֿנט 20 לערן־אַנשטאַלטן וווּ 80% קינדער האָבן געלערנט, הגם דערציִונג איז ניט געווען אָבליגאַטאָריש.
ווען די דײַטשן האָבן פֿאַראָרדנט צו עפֿענען שולן האָבן 3,000 קינדער אין עלטער פֿון 6 ביז פֿערצן יאָר זיך רעגיסטרירט. דאָ ווי אין אַנדערע פּלעצער זײַנען אַ סך קינדער ניט געווען אין אַ מצבֿ צו לערנען. זיי האָבן געמוזט העלפֿן אַכטונג געבן אויף די ייִנגערע, אַרויסהעלפֿן בײַ דער אַרבעט, אָדער פּשוט שמוגלען אָדער שנאָרען אין די גאַסן.
עס איז זייער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר ווילנע, אַז צוגאָב־שולן זײַנען געעפֿנט געוואָרן אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון די עלטערן. צוויי ישיבֿות, אַ קטנה און אַ גדולה האָבן עקזיסטירט. אַרום 200 תּלמידים האָבן געלערנט אין די אַנשטאַלטן.
בכדי צו באַפֿרידיקן דעם אינטערעס פֿון דער אַרבעטער־יוגנט האָט מען אָרגאַניזירט קלובן וווּ מען האָט שטודירט פֿאַרשיידענע קעגנשטאַנדן, וואָס האָבן אויך אײַנגעשלאָסן ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור און פֿאָרשטעלונגען.
צו באַקומען אַ באַגריף וועגן דעם מוטיקן, גײַסטיקן קאַמף וואָס ייִדן אין די געטאָס האָבן עקשנותדיק ממשיך געווען, וועלן דינען אַ פּאָר אויסצוגן פֿון די כראָניקעס: אין דעצעמבער 1942 האָט דער געשיכטע־קלוב אָרגאַניזירט אַ שפּאָט־געריכט איבער דעם ייִדישן קעניג הורדוס. אין יאַנואַר 1943 — אַ שלום־עליכם־דראַמאַטיזאַציע, וואָס איז 6 מאָל פּרעזענטירט געוואָרן פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע. דער ייִדישער קלוב אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון איצט, נישט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענעם גרויסן נאַציאָנאַלן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל, האָט אָרגאַניזירט אַן אָוונט אין כּבֿוד פֿון יהואש און אַן אויסשטעלונג וואָס איז געווען אָפֿן צוויי וואָכן. אַזוי שפּעט ווי דעם 12טן מאַרץ 1943 האָט אַ לערער־קרײַז געווידמעט אַן אָוונט לכּבֿוד דעם פּאָעט וווּ ער האָט דאָרט, ווי דער ערן־גאַסט, פֿאָרגעלייענט צום ערשטן מאָל זײַן לעצטע פּאָעמע "כּל־נדרי".
מיר האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף וואַרשע און ווילנע צוליב זייער פּראָמינענץ. דער קאַמף אָנצוהאַלטן דעם צלם־אלוקים, טראָץ דער ברוטאַלער, מיתה־משונהדיקער ווירקלעכקייט, איז אָנגעגאַנגען אין הונדערטער שטעט און שטעטלעך. מען דאַרף דערבײַ געדענקען, אַז פּוילן איז נאָר געווען איין לאַנד אין אייראָפּע אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.