- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ נײַע פּראָגראַם אויף אונדזער ווידעאָ־קאַנאַל
"הערט מיך אויס" דער פּסיכאַאַנאַליטיקער פֿון פּאַריז ד׳ר מאַקס כּהן שמועסט מיט זײַנע געסט ערשטע פּראָגראַם: אינטערוויו מיט ר. פֿײַנזילבערג, דירעקטאָר פֿון OSE, אויפֿזיכט־אָרגאַניזאַציע איבער קינדער, פּאַריז.
A New Program On Our Video-Channel
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, מאָנטיק און דינסטיק איז אין וואַשינגטאָן דורכגעגאַנגען דער "נוקלעאַרער סאָמיט", וואָס אויף אים האָבן זיך צונויפֿגענומען 47 לענדער. צוויי הויפּט־טעמעס זײַנען אויף דער וויכטיקער אַסיפֿה אַרומגערעדט געוואָרן: ווי אַזוי צו פֿאַרזיכערן די נוקלעאַרע אָביעקטן איבער דער וועלט; און ווי אַזוי אויסצומײַדן, אַז דער נוקלעאַרער שטאָף און טעכנאָלאָגיע פֿון פּראָדוצירן אַטאָם־געווער זאָלן נישט אַרײַנפֿאַלן אין טעראָריסטישע הענט (לייענט ז' 2). אויף דער ייִדישער גאַס האָט זיך הײַנט באַוויזן אַ מאָדנע סיטואַציע. הגם אַלע זענען מסכּים, אַז ס׳ווערט פֿינאַנציעל אַלץ שווערער פֿאַר אַ ייִדישער משפּחה צו פֿירן אַן אַקטיוו ייִדיש לעבן און צו שיקן די קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול, האָבן די ייִדישע פֿעדעראַציעס און אַנדערע גרויסע ייִדישע אַמעריקאַנער אינסטיטוציעס ביז איצט אַרויסגעוויזן ווייניק אינטערעס צו העלפֿן די משפּחות באַצאָלן דעם אַבסורדיש־שטײַגנדיקן שׂכר־לימוד. דער מצבֿ איז ספּעציעל אָנגעווייטיקט בײַ די משפּחות, וווּ איינער אָדער ביידע עלטערן האָבן פֿאַרלוירן די שטעלע אָדער מוזן איצט אַרבעטן טייל־צײַטיק. (אַן אויסצוג פֿון אַ גרעסערן אַרטיקל "דערמאָנונגען וועגן דעם גיהנום") אין די 1960ער יאָרן האָט מען אין מאָסקווע געהאַלטן, אַז פּוילן איז דער פֿריילעכסטער באַראַק אינעם סאָציאַליסטישן לאַגער. פֿאַר אַ סאָוועטישן בירגער, דערצו נאָך, אַ יונגן מענטש, האָט וואַרשע זיך געמאָלט ווי אַן אויסלענדישער גן־עדן. שפּעטער בין איך געווען אין בערלין, פּאַריז, ניו־יאָרק. נאָר אַלץ האָט אויסגעזען ווי אַ שאָטן, אין פֿאַרגלײַך מיט יענע זעלטענע געפֿילן, איבערגעלעבט אין וואַרשע; אַזוי גיריק אײַנזאַפּן אַ פֿרעמדן לעבנס־שטייגער, קולטור, שפּראַך איז מיר מער קיין מאָל נישט אויסגעקומען. איך פֿאָלג נאָך כּסדר טבֿיה טענענבוימס טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען! אַ סך מאָל שרײַב איך וועגן זיי און אַ סך מאָל, ווען זיי כאַפּן איבער די מאָס, שרײַב איך נישט. די צרה, אָדער די מעלה, איז דאָס, וואָס איך קען דעם דראַמאַטורג שוין אַ קײַמא־לן מיט יאָרן, און איך ווייס אַז ער איז פֿעיִק אויף — אָדער צונויפֿצופֿירן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט, אָדער דווקא טרעפֿן אין פּינטל. אָבער זינט ער האָט געטראָפֿן אין פּינטל ביז הײַנט איז אין אים אַרײַן עפּעס אַ דיבוק, אַ רוגזה צו דער וועלט און, דער עיקר, צו דער פֿרומער עדה.
"על־אלה אני בוכיה עיני, עיני ירדה מים —
מײַן לעצטער אַרטיקל "ייִדישע געדענקטעג", ("פֿאָרווערטס", פֿעברואַר 19—25), קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די געדענקטעג וואָס הייבן זיך אָן די ערשטע סדר־נאַכט — דער טראַגיש־העראָיִשער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ און כ״ז ניסן — דער יום־השואה. אין ביידע טיילן פֿון דער הײַנטיקע טאָפּלטער סדרה, "תזריע" און "מצורע", ווערן דערקלערט די הלכות פֿון טומאה און טהרה — די ענינים פֿון ריטואַלן "ריינעם" און "אומריינעם" סטאַטוס, וואָס איז געווען אַקטועל, ווען דער בית־המקדש איז געשטאַנען. אַ ייִד, וואָס האָט זיך ניט אויסגערייניקט פֿון זײַן טומאה, האָט ניט געטאָרט אַרײַנקומען אינעם הייליקן אָרט אָדער אָנרירן קרבנות. אין דער געשיכטע פֿון קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש אין 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַרנעמט זייער אַ בכּבֿודיק אָרט שמואל ניגער (1883—1955) — איינער פֿון די סאַמע משפּיעדיקע ייִדישע ליטעראַטור-קריטיקער. זײַן אמתער נאָמען איז געווען שמואל טשאַרני (czarny מיינט "שוואַרץ" אין פּויליש). די ערשטע וועלט-מלחמה האָט אַרויסגעריסן ניגערן פֿון ווילנע און אים פֿאַרוואָרפֿן אין דער רוסישער קרוינשטאָט, פּעטראָגראַד — אַזאַ נאָמען האָט אין יענער צײַט געטראָגן פּעטערבורג. זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך דעמאָלט געדרוקט, דער עיקר, אין רוסיש-ייִדישע אויסגאַבעס, ווײַל די צענזור האָט זעלטן דערלויבט אַרויסצוגעבן אַ בוך צי אַ צײַטשריפֿט אויף ייִדיש צי העברעיִש.
צווישן די לידער אין מײַן באָבעס רעפּערטואַר האָט זי געזונגען אַזאַ קורץ לידל:
די געשיכטע פֿון ייִדיש און דײַטש האָט איר פֿאָרבילד אין ספֿר "בראשית" וווּ עס ווערט דערציילט וועגן הבֿל און קין. די צוויי לשונות האָבן געלעבט איינער לעבן דעם אַנדערן אין משך פֿון אַ טויזנט יאָר, ביז איין "ברודער" האָט דערהרגנעט דעם אַנדערן. עס איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער הײַנטיקער דײַטשישער אינטעליגענץ, וואָס וויל זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון וועגן דעם עבֿר, פֿאַרנעמט ייִדיש אַ גאָר באַזונדער אָרט. פֿאַר אַ צאָל דײַטשן פֿאַרקערפּערט ייִדיש אַן "אַלטערנאַטיוון" דײַטשלאַנד, אַ ווירטועלן בימקום פֿון דעם ווירקלעכן מערדערישן גאַנג פֿון דער דײַטשישער געשיכטע. צו זײַן 50סטן יאָרצײַט שמואל האַלקין, דער סאָוועטישער שרײַבער, דיכטער און דראַמאַטורג, איז געשטאָרבן נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעלעבט תּפֿיסה און קראַנקייטן אין שפּיטאָל. ער איז געוואָרן אַרעסטירט צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿאַרפֿאָלגטע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועט־רוסלאַנד, אָבער מע האָט אים ניט דערשאָסן, ווי די אַנדערע שרײַבער: בערגעלסאָן, מאַרקיש, האָפֿשטיין, קוויטקאָ, פֿעפֿער. צוליב זײַן קראַנק ווערן, און ער איז באַפֿרײַט געוואָרן. אין 1958 איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדן "רויטער אַרבעטס־פֿאָן". ער איז געשטאָרבן אין 1960. "געטאָ" איז שוין געווען בײַ אונדז אויפֿגעפֿירט פֿריִער מיט 26 יאָר צוריק; נאָך יענער פּרעמיערע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין חיפֿה, אונטער דער רעזשי פֿון גדליה בעסער, האָט מען אָנגעהויבן אויפֿצופֿירן "געטאָ" איבער דער גאָרער וועלט. די פּרעסטיזשפֿולסטע רעזשיסאָרן פֿון באַוווּסטע אייראָפּעיִשע טעאַטערס האָבן געשטעלט "געטאָ" אויף זייערע בינעס; יעדע פֿאָרשטעלונג מיט איר באַזונדערער אויפֿפֿאַסונג לויטן רעזשיסאָרס פֿאַרשטאַנד און צוגאַנג, איז בדרך־כּלל געווען אַ געשעעניש אינעם טעאַטער־לעבן. |