"געטאָ" איז שוין געווען בײַ אונדז אויפֿגעפֿירט פֿריִער מיט 26 יאָר צוריק; נאָך יענער פּרעמיערע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין חיפֿה, אונטער דער רעזשי פֿון גדליה בעסער, האָט מען אָנגעהויבן אויפֿצופֿירן "געטאָ" איבער דער גאָרער וועלט. די פּרעסטיזשפֿולסטע רעזשיסאָרן פֿון באַוווּסטע אייראָפּעיִשע טעאַטערס האָבן געשטעלט "געטאָ" אויף זייערע בינעס; יעדע פֿאָרשטעלונג מיט איר באַזונדערער אויפֿפֿאַסונג לויטן רעזשיסאָרס פֿאַרשטאַנד און צוגאַנג, איז בדרך־כּלל געווען אַ געשעעניש אינעם טעאַטער־לעבן.
מיר רעדן דאָ, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דער פּיעסע "געטאָ", פֿון דעם פֿרוכטבאַרן ישׂראלדיקן דראַמאַטורג יהושע סאָבאָל, וועלכער ווייסט גאַנץ גוט דעם באַטײַט פֿון דערפֿאָלג אין טעאַטער ווי אויך פֿונעם דורכפֿאַל. סאָבאָל, אַ געבוירענער אין ישׂראל אין 1939, און דער מחבר פֿון אַ סך פּיעסעס אויפֿגעפֿירט דאָ אין לאַנד, ווי אויך אין אויסלאַנד, פֿאַרמאָגט אַן אויסגעשפּראָכענעם דערקענצייכן וואָס אונטערשיידט אים פֿון אַנדערע ישׂראלדיקע טעאַטער־שרײַבער: סאָבאָל איז אַן אידעאָלאָג. אין זײַנע פֿריִע יוגנטלעכע יאָרן איז ער געווען אָנגעשלאָסן אין "השומר־הצעיר" (און דאָס בלײַבט אויף שטענדיק), געווען אַ קיבוץ־מיטגליד, זיך געלערנט פֿילאָסאָפֿיע אין דעם סאָרבאָן־אוניווערסיטעט אין פּאַריז. פֿון שטענדיק אָן באַהאַנדלט ער אין זײַנע פּיעסעס די פֿראַגעס פֿון סאָציאַלער גערעכטיקייט, און אַקטועלע פּאָליטישע פּראָבלעמען. אין זײַן פֿריסטער הצלחה, "די נאַכט פֿון 1920", ווערט באַהאַנדלט דער קאָנפֿליקט, אין וועלכן עס געפֿינען זיך די יונגע חלוצים, וואָס גאַנץ פֿרי וועלן זיי גיין באַזעצן אַ נײַעם שטח. און נוצן אויס די לעצטע נאַכט, איידער עס קומען די לאַסט־אויטאָס זיי אַריבערצופֿירן צום נײַעם קאָלאָניזאַציע־פּונקט, צו מאַכן אַן אידעאָלאָגישן און פּערזענלעכן חשבון־הנפֿש, וואָס באַשטייט, אין דער אמתן, פֿון אויסטאָן זיך נאַקעט — פֿיזיש און גײַסטיק — כּדי זיך אַראָפּצורעדן פֿון האַרצן, צו באַפֿרײַען זיך פֿון דעם געוויסן־פּײַן, מחמת דער שטח איז דאָך אַן אַראַבישער. סוף נאַכט גייען זיי אַלע אַרויף אויף די לאַסט־אויטאָס.
"געטאָ", דער איצטיקער נײַער שלאַגער פֿון "קאַמרי"־טעאַטער, רעזשיסירט דורכן אײַנפֿאַלערישן קונסט־דירעקטאָר פֿון "קאַמרי" עומרי ניצן (ניצאַן), האָט סאָבאָל געשאַפֿן אין 1983 און איז אייגנטלעך איינע פֿון די געציילטע ישׂראלדיקע פּיעסעס, וואָס איז זוכה געווען צו אַן אינטערנאַציאָנאַלן דערפֿאָלג: זי איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף צענדליקער שפּראַכן, האָט באַקומען גלענצנדיקע קריטיק־אָפּרופֿן, ווי אויך אָן אַ שיעור פּרײַזן. "געטאָ" איז די ערשטע פּיעסע פֿון סאָבאָלס געטאָ־טרילאָגיע וואָס קומט אויסשליסלעך פֿאָר אין ווילנער געטאָ; די אַנדערע צוויי פּיעסעס זײַנען "אָדם" און "אין קעלער".
ס׳איז אַ פֿאַקט, אַז אין סאַמע שוידער פֿון חורבן, אין די יאָרן 1942—1943 איז אין ווילנער געטאָ געווען טעטיק אַ טעאַטער. די דראַמע פֿאַררופֿט זיך אויף די געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער ווירקלעכקייט, נאָר די האַנדלונג קאָן מען באַשרײַבן ווי זכרונות, וואָס קומען אויף כאַאָטיש אינעם זכּרון פֿון דעם דערציילער — דעם לעבן־געבליבענעם שׂרואַליק סעגאַל, דער דירעקטאָר פֿון טעאַטער אין געטאָ. אָט די ראָלע ווערט אויסגעפֿירט מיט אַ באַזונדערער מענטשלעכער וואַרעמקייט דורכן דערפֿאַרענעם אַקטיאָר גדי יגיל. ער איז אָבער נישט אַליין. צוזאַמען מיט אים געפֿינט זיך די חוצפּהדיקע ליאַלקע־מאַריאָנעטקע, אַ וווּנדערלעכע אויספֿירונג פֿון דער יונגער אַקטריסע חני פֿירסטענבערג, וואָס אין דער ראָלע פֿון אַ רעדעוודיקער ליאַלקע דערלויבט זי זיך צו זאָגן דאָס, וואָס די אַנדערע טראַכטן, אָבער עס פֿעלט זיי דער קוראַזש דאָס אַרויסצוזאָגן.
די ערשטע סצענעס באַווײַזן, אַז דאָס וואָס מיר זעען אויף דער בינע, איז נישט דאָס זעלבע וואָס איז פֿאָרגעקומען, נאָר ווי אַזוי שׂרואַליק, דער דערציילער, געדענקט עס. אַלע פּערסאָנאַזשן: קיטל, ווײַסקאָפּ, קרוק, גענז, חיה זײַנען אַקטיאָרן פֿון דעם אַנסאַמבל, וואָס לעבן אויף שׂרואַליקס זכרונות. דעריבער דאַרף מען נישט זען "געטאָ" ווי אַ דאָקומענטאַרע פּיעסע וואָס שילדערט און דאָקומענטירט עפּיזאָדן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען; נאָר אַז זיי ווײַזן די געשעענישן אויף אַ ריין סוביעקטיוון אופֿן פֿון אַ לעבן־געבליבענעם פֿונעם חורבן.
די פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן פֿון אַ רעאַליסטישער סצענע אין דער תּל־אָבֿיבֿער דירה פֿונעם דערציילער. די פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן פֿאַרנעמען זיך מיט דער טעמע פֿון אויפֿשטעלן דעם טעאַטער אין דער געטאָ. דער אָנפֿירער פֿון ייִדנראַט יעקבֿ גענז, (די דילעמע פֿון אויספֿירן די באַפֿעלן פֿון דעם נאַצי־קאָמענדאַנט אים צוצושטעלן די באַשטימטע צאָל ייִדן און גלײַכצײַטיק ראַטעווען אַנדערע, ווערט אויסגעצייכנט אויסגעפֿירט דורך נתן דאַטנער), לייגט אַרויף אויף שׂרואַליקן, אַן אַקטיאָר וואָס אַרבעט צוזאַמען מיט אַ רעדעוודיקער ליאַלקע, די אויפֿגאַבע אויפֿצושטעלן אין געטאָ אַ טעאַטער. שׂרואַליק פּרוּווט זיך אַרויסצודרייען פֿון דעם: "ווי אַזוי וועלן מיר דאָ שפּילן טעאַטער, ווען אָקאָרשט איז דאָ פֿאָרגעקומען אַ שרעקלעכע בלוט־פֿאַרגיסונג"; גענז טענהט דאַקעגן, אַז דווקא אין אַזאַ שווערער שעה קאָנען די ייִדישע אַקטיאָרן דורך זייער קונסט אויפֿהייבן די מאָראַל בײַ די מענטשן; פֿאַרשאַפֿן זיי הנאה. דער בונדיסט הערמאַן קרוק (איינע פֿון די בעסטע ראָלעס פֿון פֿעיִקן אלי גאָרנשטיין), דער אַרכיוו־אויפֿזעער און ביבליאָטעקער, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט דאָקומענטירן די געשעענישן אין געטאָ, שטעלט זיך אויך קעגן דעם פֿאָרשלאָג. ער איז אַזוי טיף איבערצײַגט אין זײַן קעמפֿערישער שטעלונג, אַז דאָס אַ סאָרט קאָלאַבאָראַציע מיטן שׂונא, אַז ער הענגט אויף איבערן גאַנצן געטאָ פּלאַקאַטן מיטן אויפֿשריפֿט: "אין בית־הקבֿרות שפּילט מען נישט קיין טעאַטער". אָבער שוין נאָענט צום סוף פֿון דער פֿאָרשטעלונג, איז קרוק זיך מודה, אַז ער איז נישט געווען גערעכט, אַז די קולטורעלע טעטיקייטן אין געטאָ — צווישן זיי אויך דער טעאַטער — זײַנען געווען אַ טייל פֿון קאַמף אויפֿצוהיטן דעם צלם־אָדם.
קרוק און גענז, דער אָנפֿירער פֿון ייִדנראַט, זײַנען פֿאָרשטייער פֿון די צוויי קעגנזײַטיקע פּאָליטישע פּאָזיציעס, וואָס הערשן אין געטאָ. קרוק, דער סאָציאַליסט, שטעלט זיך קעגן יעדן שריט וואָס קאָן אויסגעטײַטשט ווערן, אַז מען גיט זיך אונטער די נאַצישע באַפֿעלן, און אָרגאַניזירט אַפֿילו אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן דער געטאָ־אָנפֿירונג; גענז, דער ביתּריסט, האַלט, אַז נישט מיט קעמפֿן, נאָר מיט גוטן קאָן מען פּועלן בײַ די נאַציס זיי זאָלן אײַנשטימען אָנצונעמען אַ קלענערע צאָל ייִדן אויסצוראָטן צו ווערן.
יעדע סצענע באַזונדער פֿאַררופֿט זיך אויף אַן אַנדער אַספּעקט פֿון לעבן אין דער געטאָ און שטעלט אָן דעם פּראָזשעקטאָר אויף אַן אַנדער פּערסאָנאַזש. איינע פֿון זיי חיה, "דער נאַכטיגאַל פֿון געטאָ", ווי מ’רופֿט זי, ווערט געכאַפּט מיט אַ זעקעלע בעבלעך; קיטל, דער נאַצישער געטאָ־קאָמאַנדאַנט, אַנטפּלעקט זי און באַפֿעלט איר צו זינגען אַ ליד, מיט וועלכן זי קאָן זיך ראַטעווען דאָס לעבן אויב איר זינגען וועט אים געפֿעלן ווערן. דווקא חיה, וואָס איז די צענטראַלע פֿיגור אין דעם טעאַטער־אַנסאַמבל, שטעלט זיך אויך אַנטקעגן מ’זאָל שפּילן טעאַטער אין געטאָ. "שפּילן טעאַטער", האַלט זי, "איז פֿאַרנאַכלעסיקן דעם עיקר. און דער עיקר איז: צוצוגרייטן דעם ווידערשטאַנד". נישט אַלע אָבער זײַנען גרייט זיך אָנצושליסן, ווי חיהלע, אינעם קאַמף. פֿאַראַן אויך מיאוסע דערשײַנונגען, ווי ווײַסקאָפּ, למשל (אַ גוטע אויפֿפֿירונג פֿון רמי ברוך), אַ פּשוטער שנײַדער פֿאַר דער מלחמה, שטעלט אויף אין געטאָ אַ וואַרשטאַט צו פֿאַרריכטן די דײַטשע מונדירן, און ווערט אַ מיליאָנער; ער כאַפּט אָבער זייער גיך איבער די מאָס און פֿאַרלירט אַלץ; אויך דאָס לעבן.
אַן אַנדער פּערסאָנאַזש, וועלכער נעמט אַן אַנטשיידנדיקן אָנטייל אין דעם לעבן פֿון געטאָ, איז קיטל (נאָך איינע פֿון די אײַנדרוקספֿולע אויספֿירונגען פֿון טאַלאַנטפֿולן איתאַי טירון), דער יונגער, עלעגאַנטער נאַצי־קאָמענדאַנט, דער הערשער איבערן גורל פֿון די געטאָ־אײַנוווינער, די אינקאַרנאַציע פֿון שלעכטס; ווי אַ שלאַנג באַווײַזט ער זיך פּלוצעם, שטילערהייט, כּדי צו "כאַפּן" די מענטשן אין שטענדיקער "זינד"; זײַן צוויי־ אָדער מער־פּנימדיקייט דריקט זיך אויס דערמיט, וואָס אין איין האַנט האַלט ער אַ סאַקסאָפֿאָן, און אין דער צווייטער — דעם "שמײַסער", שטענדיק גרייט אים צו באַנוצן; אים לאָזן אין גאַנג. ער פֿאַרברענגט אַ סך צײַט אין געטאָ אין כּסדרדיקן פֿלירט מיט די אַקטיאָרן, וואָס פֿאַרווײַלן אים און גיבן אים די געלעגנהייט צו שפּילן דזשאַז מיט חיהלעס פּיאַנע־באַגלייטונג. ער איז טאַקע אַן ענטוזיאַסטישער אָנהענגער אויפֿצושטעלן דעם טעאַטער און מיט דעם איז ער גורם, אַז די פֿאַרשפּאַרטע זאָלן פֿאַרלירן זייער וואַכזאַמקייט, האַלטנדיק, אַז אַזוי ווער ער פֿאָרט אַרויסווײַזן עפּעס מענטשלעכס אין זיך. אָבער בײַם סוף ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס איז נישט אַזוי.
קיטל פֿאַרוואַנדלט זיך אין נאָך אַ פּערסאָנאַזש, ד״ר פֿאַל, קיטלס אַלטער עגאָ, דער פֿילאָסאָף־פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ירושה אָן ייִדן, פֿירט אַ דיאַלאָג מיטן בונדיסט קרוק. צווישן אַנדערן וואַרפֿט פֿאָר ד״ר פֿאַל דעם בונדיסט זײַן קעגנשטעלן זיך דעם ציוניזם.
די לעצטע סצענע ברענגט אונדז צוריק פֿון דער בינע אין געטאָ צו דער תּל־אָבֿיבֿער וווינונג באַלד נאָך דעם ווי קיטל דערהרגעט די אַקטיאָרן, וווּ שׂרואַליק קוקט זיך אַרום און מורמלט אויס: "די לעצטע פֿאָרשטעלונג פֿרעגט איר? איין מאָמענט..." מיט די זעלבע ווערטער, מיט וועלכע די פּיעסע הייבט זיך אָן, פֿאַרענדיקט זי זיך.
די פֿאָרשטעלונג "געטאָ" פֿאַרוויגט אײַך מיט אירע טאַנץ־נומערן, איר געזאַנג און דעם הויכן ניוואָ פֿון דער פֿאַרכאַפּנדיקער אויפֿפֿירונג. איך וויל אָבער פֿאַרענדיקן מיט די באַמערקונגען פֿון רוני תּורן, דעם טאַלאַנטפֿולן דעקאָראַציע־שאַפֿער: "די פֿאָרשטעלונג 'געטאָ’ באַנוצט זיך מיטן טעאַטער־מעדיום און מיטן פֿאַרגאַנגענהייט־מאַטעריאַל, כּדי צו פֿרעגן, אַנאַליזירן און פֿאַרשטיין די פּערזענלעכע, סאָציאַלע און היסטאָרישע פּראָצעסן. 'געטאָ’ פֿאַרענדיקט זיך נישט מיט דער היסטאָרישער באַפֿרײַונג; זי געפֿינט זיך ווידער אַ מאָל אין אונדזערע לעבנס ווי אַ פֿיזישע, טאָג־טעגלעכע אָנוועזנהייט".
הערמאַן קרוק בעת דער סאָציאַליסטישער
מאַניפֿעסטאַציע אין געטאָ