צו זײַן 50סטן יאָרצײַט
שמואל האַלקין, דער סאָוועטישער שרײַבער, דיכטער און דראַמאַטורג, איז געשטאָרבן נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעלעבט תּפֿיסה און קראַנקייטן אין שפּיטאָל. ער איז געוואָרן אַרעסטירט צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿאַרפֿאָלגטע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועט־רוסלאַנד, אָבער מע האָט אים ניט דערשאָסן, ווי די אַנדערע שרײַבער: בערגעלסאָן, מאַרקיש, האָפֿשטיין, קוויטקאָ, פֿעפֿער. צוליב זײַן קראַנק ווערן, און ער איז באַפֿרײַט געוואָרן. אין 1958 איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדן "רויטער אַרבעטס־פֿאָן". ער איז געשטאָרבן אין 1960.
זײַן ליד "טיפֿע גריבער, רויטע ליים — כ׳האָב אַ מאָל געהאַט אַ היים" פֿלעגט מען אָפט דעקלאַמירן אויף די דריטע סדרים פֿון "אַרבעטער־רינג". האַלקין האָט עס געשריבן אין 1943. ווען דער סאָוועטישער זינגער עמיל האָראָוועץ איז אַהער געקומען, האָט יאָסל מלאָטעק אַרויסגעגעבן אַ פּלאַטע "איך בין אַ ייִד" מיט לידער פֿון סאָוועטישע דיכטער. האָראָוועץ האָט דעמאָלט באַקליידט מיט מוזיק צוויי פֿון האַלקינס לידער: "טיפֿע גריבער" און "טײַערע מײַנע" — ביידע פּאַסיקע און רירנדיקע מעלאָדיעס. מיר האָבן אויך געהערט אַנדערע מעלאָדיעס צו "טיפֿע גריבער".
טיפֿע גריבער, רויטע ליים —
כ׳האָב אַ מאָל געהאַט אַ היים.
פֿרילינג — פֿלעגן סעדער בליִען,
האַרבסטצײַט פֿלעגן פֿויגלען ציִען,
ווינטער — פֿלעגט דאָרט פֿאַלן שניי,
איצטער בליט דאָרט ווינד און וויי.
ס׳האָט מײַן היים אַ בראָך געטראָפֿן —
טיר און טויער זײַנען אָפֿן,
פֿאַר די רוצחים, פֿאַר די שינדער,
די וואָס קוילען קליינע קינדער,
די, וואָס הענגען אויף די זקנים,
די, וואָס שאַנעווען ניט קיינעם.
טיפֿע גריבער, רויטע ליים —
כ׳האָב אַ מאָל געהאַט אַ היים.
יאָר נאָך יאָר זײַנען אַריבער,
פֿולע זײַנען יענע גריבער,
און נאָך רויטער איז די ליים,
יענע ליים איז איצט מײַן היים:
דאָרטן ליגן מײַנע ברידער,
די צעריסענע אויף גלידער,
די געשאָכטענע אין שטוב,
די געשאָסענע בײַם גרוב.
טיפֿע גריבער, רויטע ליים —
כ׳האָב אַ מאָל געהאַט אַ היים.
קומען וועלן גוטע צײַטן —
וועט דאָס מזל אויך זיך בײַטן,
וועלן ווייען ווערן לינדער,
וועלן ווידער וואַקסן קינדער,
וועלן קינדער שפּילן, רוישן,
בײַ די קבֿרים פֿון די קדושים,
בײַ די טיפֿע פֿולע גריבער —
אַז דער וויי זאָל ניט אַריבער.
טיפֿע גריבער, רויטע ליים —
כ׳האָב אַ מאָל געהאַט אַ היים.
אין 1988 איז אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ האַלקינס בוך "לידער פֿון תּפֿיסה און לאַגער". אין איין ליד, געשריבן אין 1953, מאַכט ער נאָך אַ ייִדיש פֿאָלקסליד:
קליפּ־קלאַפּ אין גאָלדן־טיר —
קלאַפּט מײַן אייניקל צו מיר,
קיין מאָל האָבן קיינע טירן
ניט געפֿילט אַזאַ באַרירונג
קליינע פֿינגערלעך פֿון פֿיר:
קליפּ־קלאַפּ אין גאָלדן־טיר.
עפֿן, זיידע, עפֿן אויף —
כ׳וועל דיר אויף די קני אַרויף,
טאָן דײַן קאָפּ צו זיך אַ בויג,
דיר אַרײַנקוקן אין אויג,
וויפֿל זאָרג דאָרט — וויי איז מיר:
קליפּ־קלאַפּ אין זילבער־טיר.
זע, געדענק זשע, וווּ איך האַלט:
כ׳זע, מע פֿירט דיך מיט געוואַלד.
בײַ די זײַטן — וועכטער צוויי,
וועכטער צוויי — אַז וויי צו זיי,
און דער דריטער — פֿאָרויס דיר:
קליפּ־קלאַפּ אין אײַזן־טיר.
פֿרעגט, פֿאַר ווען און פֿרעגט פֿאַר וואָס
היט אַ טיר דיר מיט אַ שלאָס,
ריגל־אײַזן אין דער מיט,
שטילע, שטילע וועכטער־טריט,
און נאָך שטילער רינט אַ טרער:
קליפּ־קלאַפּ מע קלאַפּט ניט מער?
וויפֿל נסים דאַרפֿן קומען —
אָט דאָס אײַזן בײַצוקומען,
ווערן זאָל פֿון אײַזן גאָלד —
נאָר דער גורל האָט געוואָלט,
צי דאָס מזל האָט געשפּילט —
שפּילט דאָס אייניקל מיט מיר.
קליפּ־קלאַפּ אין גאָלדן־טיר...
מיר ברענגען נאָך אַ ליד פֿון דער זאַמלונג:
"מײַן נצחון"
(פֿראַגמענט)
מיר וועלן אַ מאָל דערלעבן
יענע גוטע שעה,
ווען כ׳וועל דיר אַן ענטפֿער געבן:
טײַערע, כ׳בין דאָ.
כ׳בין נאָר אויף דער ערד פֿאַרבליבן,
ס׳אָטעמט נאָך מײַן דיך —
אויף צו לעבן, אויף צו ליבן
אויף צו לויבן דיך.
ס׳האָט די קלעם מיך ניט צעבראָכן,
ניט געמאַכט מיך קליין,
כ׳בין אַרויס מיט אַ נצחון
איבער זיך אַליין...
כ׳האָב דאָ שוואַרצע פֿײַנט געטראָפֿן
שׂונאים — ניט פֿון הײַנט,
קאָפּ צו קאָפּ בין איך געשלאָפֿן
מיט די ערגסטע פֿײַנט.
און גאַנץ פֿרי — אויף ס׳נײַ באַגעגנט
זיי אויף יעדן קער,
ווען דו האָסט קיין אַנדער וועג ניט —
מוז דײַן וועג זײַן דער.
נאָר מיט זיי כ׳האָב ניט געטענהט —
כ׳האָב דאָס מויל געשעצט,
זייער שאָטן אויף מײַן שײַן האָט
זיך ניט אָפּגעזעצט.
- - - - - - - - - - - - -
זייער וויי פֿלעגט מיך באַצווינגען,
מיט פֿאַרפּרעסטע ציין,
אַנשטאָט וויינען פֿלעג איך זינגען,
זינגען ביז געוויין.
זי מײַן לעבן האָט געלײַטערט,
זי — מײַן ריינסטע ליד,
העלף מיר, גאָט, זי זאָל אויף ווײַטער
לײַטערן ס׳געמיט.
ביז דעם לעצטן אות פֿון ווידוי,
ביז די לעצטע רייד —
דעמאָלט וועל איך זינגען ווידער,
וויינען, נאָר פֿאַר פֿרייד.