|
אין דער סטיווען ווײַז טאָגשול |
|
אויף דער ייִדישער גאַס האָט זיך הײַנט באַוויזן אַ מאָדנע סיטואַציע. הגם אַלע זענען מסכּים, אַז ס׳ווערט פֿינאַנציעל אַלץ שווערער פֿאַר אַ ייִדישער משפּחה צו פֿירן אַן אַקטיוו ייִדיש לעבן און צו שיקן די קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול, האָבן די ייִדישע פֿעדעראַציעס און אַנדערע גרויסע ייִדישע אַמעריקאַנער אינסטיטוציעס ביז איצט אַרויסגעוויזן ווייניק אינטערעס צו העלפֿן די משפּחות באַצאָלן דעם אַבסורדיש־שטײַגנדיקן שׂכר־לימוד. דער מצבֿ איז ספּעציעל אָנגעווייטיקט בײַ די משפּחות, וווּ איינער אָדער ביידע עלטערן האָבן פֿאַרלוירן די שטעלע אָדער מוזן איצט אַרבעטן טייל־צײַטיק.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָט דזשעק ווערטהײַמער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", געמאַכט אַן אַנאַליז אינעם זשורנאַל "קאָמענטערי" (Commentary), וועגן דעם ביטערן מצבֿ. אויב די פֿעדעראַציעס וועלן די משפּחות נישט אַרויסהעלפֿן, שרײַבט ער, און מע וועט די קינדער אָפּנעמען פֿון די טאָגשולן, קאָנען די פֿעדעראַציעס, חלילה, פֿאַרלירן דעם ייִנגערן דור — די צוקונפֿטיקע דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן און באַנקירן, וואָס וואָלטן געקאָנט זיי אויפֿהאַלטן, נאָך דעם ווי דער עלטערער דור גייט אַוועק.
ווערטהײַמער רעכנט אויס די הוצאָות פֿון דערציִען אַן אַקטיווע ייִדישע משפּחה. היטן אַ כּשרע היים, למשל, קאָסט געלט. אַ הון געשאָכטן על־פּי־דין קאָסט צווישן 50% און 100% מער ווי אַ נישט־כּשרע הון (און רינדערן פֿלייש איז נאָך טײַערער).
די משפּחה־מיטגלידערשאַפֿט אין אַ סינאַגאָגע (בפֿרט אין די רעפֿאָרם־ און קאָנסערוואַטיווע שילן) קאָסט צווישן $1,000 און $2,000 אַ יאָר. די אָרטאָדאָקסישע שילן — ווייניקער, אָבער צוליב דעם וואָס די פֿרומע ייִדן מוזן וווינען נאָענט צו דער שיל (שבת און יום־טובֿ גייט מען צו־פֿוס), זענען די וווינונגען לעבן דער שיל אָפֿט מאָל אַ סך טײַערער, ווי די וווינונגען אין די אַנדערע געגנטן פֿון דער שטאָט. אויב די משפּחה געהערט צו אַ ייִדישן קאָמונאַלן צענטער (אָדער ווי מע רופֿט עס אומפֿאָרמעל — אַ "ווײַ" אָדער "דזשיי־סי־סי"), קאָסט די מיטגלידערשאַפֿט דאָ אויך צווישן $1,000 און $2,000 אַ יאָר.
אָבער די גרעסטע הוצאָות זענען אַוודאי פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער בילדונג. ס׳רובֿ ייִדישע טאָגשולן רעכענען הײַנט צווישן $15,000 און $20,000 אַ יאָר פֿאַר יעדן קינד. די ייִדישע זומער־לאַגערן? צווישן $4,500 און $5,500 פֿאַר אַכט וואָכן. אויב מע וויל שיקן דאָס קינד קיין ישׂראל אויפֿן גאַנצן זומער, באַטרעפֿט עס $8,000, און אויף אַ גאַנץ יאָר זיך לערנען אין אַ רעליגיעזער שול אין ישׂראל — $18,000.
מיט אַנדערע ווערטער, אַ משפּחה, וואָס היט כּשר און שיקט דרײַ קינדער אין טאָגשול און זומער־לאַגער, דאַרף אויסגעבן צווישן $50,000 און $110,000 אַ יאָר. צוליב די סיבות, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די ייִדישע פֿעדעראַציעס וואָלטן געדאַרפֿט פֿאַרשטיין ווי וויכטיק עס איז צו העלפֿן די משפּחות צו באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד אין די ייִדישע טאָגשולן. ס׳איז אָבער נישט אַזוי.
"די פֿירער פֿון די פֿעדעראַציעס האַלטן, אַז די פֿראַגע, צי מ׳איז יאָ, צי נישט מסוגל אויסצופֿירן דעם שׂכר־לימוד, איז אַ פּריוואַטער ענין," שרײַבט ווערטהײַמער. "אַנדערע קינדער לערנען זיך דאָך אין די זונטיק־ און נאָכמיטאָג־שולן, וואָס זענען אַ סך ביליקער. אויב אַ משפּחה וויל דווקא אַ בעסערע ייִדישע דערציִונג, אָדער באַשליסט צו היטן שבת אָדער כּשרות, זאָלן זיי אַליין באַצאָלן דערפֿאַר."
ווי אַ פּועל־יוצא, האָט די דאַך־אָרגאַניזאַציע, "ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע", לעצטנס געמאָלדן, אַז צווישן אירע פּריאָריטעטן פֿאַרן יאָר 2010, דאַרף מען: 1) דורכפֿירן שתּדלנות בײַ דער אַמעריקאַנער רעגירונג לטובֿת געזעלשאַפֿטלעכע און געזונט־באַדינונגען, און 2) אַרבעטן צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. דעם ענין, ייִדישע דערציִונג, האָט מען קוים דערמאָנט.
איין סיבה, פֿאַר וואָס די פֿעדעראַציעס האַלטן זיך אָפּ צו סובסידירן די טאָגשול־תּלמידים, איז ווײַל זיי, די פֿעדעראַציעס, האָבן זייערע אייגענע פֿינאַנציעלע צרות. טאַקע דערפֿאַר לייגט ווערטהײַמער פֿאָר, אַז זיי זאָלן, צוזאַמען מיט די קאַטאָליקן און אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס, פּועלן בײַ דער אַמעריקאַנער רעגירונג צוצולייגן אַ האַנט: למשל, אויסטיילן שול־קופּאָנען, וואָס די משפּחות קאָנען אויסניצן פֿאַר די שולן, וואָס זיי ווילן; דערלויבן שטײַער־קרעדיטן פֿאַר די יחידים און קאָרפּאָראַציעס, וואָס העלפֿן סובסידירן די תּלמידים אין די נישט־מלוכישע שולן, און בעטן דירעקטע סובסידיעס פֿון דער רעגירונג צו פֿינאַנצירן די נישט־רעליגיעזע לימודים, ווי, למשל, ענגליש, מאַטעמאַטיק און וויסנשאַפֿט.
די פֿעדעראַציעס און אַנדערע גרויסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿילן זיך אָבער נישט באַקוועם צו בעטן הילף פֿאַר די טאָגשולן בײַ דער רעגירונג, ווײַל זיי האַלטן, אַז אַזאַ שריט איז עובֿר אויפֿן פּרינציפּ פֿון אָפּטיילן קירך און מלוכה. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די אָנפֿירערין פֿונעם וואַשינגטאָנער ביוראָ פֿונעם "לאַנדישן ראַט פֿון ייִדישע פֿרויען", דערקלערט: "מיר טאָרן נישט דערלאָזן קיין שפּאַלט אין דער אָפּשייד־וואַנט, בלויז כּדי צו העלפֿן די ייִדישע קינדער."
בײַ ווערטהײַמערן איז דאָס אָבער אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט. "אין אויסטראַליע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און עטלעכע אַנדערע דעמאָקראַטישע לענדער באַקומען די ייִדישע טאָגשולן שטיצע פֿון דער רעגירונג — אָן שום שלעכטע רעזולטאַטן," האָט ער באַמערקט.
די טענה בײַ די גרויסע ייִדישע צדקה־אינטיטוציעס, אַז זיי האָבן נישט קיין פֿינאַנציעלע רעסורסן צו העלפֿן די תּלמידים איז, אַגבֿ, נישט קיין גוזמא. כּמעט אַלע פֿון זיי האָבן דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר געמוזט שנײַדן זייער בודזשעט אויף 20—30 פּראָצענט. אָבער ווי ווערטהײַמער דערקלערט, איז דער הײַנטיקער עקאָנאָמישער קריזיס בײַ די פֿעדעראַציעס נישט בלויז צוליב דער רעצעסיע, אָדער צוליב די עבֿירות פֿון בערני מיידאָף.
"מיט פֿינף יאָר צוריק, ווען די עקאָנאָמיע האָט נאָך געבליט, האָב איך אינטערוויויִרט 40 אינפֿאָרמירטע אָבסערוואַטאָרן וועגן דעם מצבֿ פֿון די קאָמונאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און אַ טייל פֿון זיי האָבן באַמערקט, אַז ס׳וועט נישט לאַנג דויערן ביז די אינפֿראַסטרוקטור וועט פֿונאַנדערפֿאַלן. געוויסע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך פֿאַרלאָזט אויף בלויז איין מאַגנאַט זיי אונטערצוהאַלטן; די אַנדערע האָבן געקראָגן ס׳רובֿ פֿון זייער הכנסה בײַ נישט־ייִדישע מנדבֿים, און די דריטע האָבן געצויגן יניקה פֿון געוויינטלעכע מנדבֿים, וועלכע זענען, בדרך־כּלל, שוין געווען אין זייערע 70ער און 80ער."
דער לעצטער פּונקט — אַז ס׳רובֿ פֿון די שטיצער געהערן צום עלטערן דור — איז אַ ספּעציעל אָנגעווייטיקטער, און ווערטהײַמער האַלט, אַז די אָרגאַניזאַציעס זענען אַליין שולדיק אין דעם. "די גרויסע סינאַגאָגעס, אָרגאַניזאַציעס און פֿילאַנטראָפּישע פֿעדעראַציעס האָבן צוגעצויגן בלויז אַ מינאָריטעט פֿון די ייִדן אין די 20ער און 30ער יאָרן, ווײַל די יונגע לײַט באַטראַכטן די אינסטיטוציעס פֿאַר אומבייגעוודיקע, צו אידעאָלאָגיזירטע און נישט־פֿאַראינטערעסירט אַרײַנצוברענגען פֿרישע כּוחות. ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער פֿאַר די ענערגישע, טאַלאַנטירטע יונגע ייִדן צו דערגרייכן השפּעהדיקע פּאָזיציעס אין אַנדערע מינים אָרגאַניזאַציעס, אָדער צו גרינדן זייערע אייגענע געזעלשאַפֿטן, ווי צו וואַרטן געדולדיק, ביז די אײַנגעפֿונדעוועטע אינסטיטוציעס וועלן זיי צולאָזן צו די השפּעהדיקע פּאָזיציעס."
די שאַרפֿסטע קריטיק האָט ווערטהײַמער אָבער געוואָנדן אויף דער נײַסטער מאָדע אין די ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע קרײַזן, אויסצוגעבן זייערע רעסורסן אויף נישט־ייִדישע צוועקן. ווי אַזוי קאָנען די ייִדן זיך זאָרגן וועגן זייערע אייגענע צרות, ווען אַזוי פֿיל אומגליקלעכע מענטשן אין אַפֿריקע, לאַטײַן־אַמעריקע און טיילן פֿון אַזיע לײַדן נאָך מער?
דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט דער "ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר" פֿאַרבעטן רות מעסינדזשער, די אָנפֿירערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע "אַמעריקאַנער ייִדישער וועלט־דינסט", אָפּצוהאַלטן די הויפּטרעדע בײַ דער גראַדויִרונג פֿון די ראַבינער, חזנים, פּעדאַגאָגן און קאָמונאַלע אַרבעטער.
"אונדזער וויכטיקסטע אויפֿגאַבע הײַנט — האָט זי דערקלערט — איז צוצולייגן אַ האַנט אַרויסצוהעלפֿן די מענטשן פֿון אַנדערע רעליגיעס, געגנטן, לענדער, שפּראַכן אָדער פּאָליטישע סטרוקטורן. מיר מוזן אויסניצן אונדזערע מוחות און קולות, אונדזערע ענערגיעס און פֿינאַנציעלע רעסורסן צו העלפֿן די, וועלכע נייטיקן זיך צום מערסטן אין הילף, סײַ דאָ, סײַ אין אויסלאַנד."
מעסינדזשערס ווענדונג הערט מען הײַנט גאַנץ אָפֿט אויף דער ייִדישער גאַס. די פֿאָרשטייער פֿון רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיווע און אַפֿילו אָרטאָדאָקסישע שטראָמען דערקלערן, אַז די ייִדן דאַרפֿן טאָן מער צו העלפֿן די אָרעמע און אונטערדריקטע נישט־ייִדן איבער דער וועלט, ווי אַ טייל פֿון "תּיקון עולם" — פֿאַרריכטן די וועלט.
אויף דער וועבזײַט פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, Repair the World, רעכנט מען אויס זעקס אָרגאַניזאַציעס, אָבער קיין איינע פֿון זיי פֿאַרנעמט זיך נישט בלויז מיט דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. ס׳איז שוין גוט באַקאַנט, אַז די ייִדן שטיצן די נישט־ייִדישע צוועקן אַ סך, אַ סך מער ווי אַנדערע גרופּעס. אַ צאָל אַנקעטעס ווײַזן, אַז די גרויסע ייִדישע פֿילאַנטראָפּן ווידמען דעם גרעסטן חלק פֿון זייער פֿאַרמעגן צו נישט־ייִדישע צוועקן ווי אוניווערסיטעטן, מוזייען און שפּיטאָלן, און בלויז אַ קליינעם פּראָצענט אויף צו העלפֿן זייערע ייִדישע שוועסטער און ברידער. הונדערטער סינאַגאָגעס פֿון אַלע שאַטירונגען פֿירן אָן מיט וואָלונטער־פּראָיעקטן בײַ די אָרטיקע גאָרקיכן און אַזילן פֿאַר די היימלאָזע.
די ייִדישע אינסטיטוציעס טענהן, אַז די אוניווערסאַלע צוועקן זענען באַרעכטיקט, ווײַל זיי אַפּעלירן צו די ייִנגערע, נישט־אַפֿיליִיִרטע ייִדן. אַזוי אַרום קען מען זיי לערנען, אַז צו העלפֿן דער מענטשהייט שטימט מיט די פּרינציפּן פֿון ייִדישקייט; במילא וועט עס צונויפֿברענגען די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן און זיי לערנען די ייִדישע טראַדיציעס.
ווערטהײַמער לייגט פֿאָר עפּעס אַנדערש. "לאָמיר אינספּירירן די יונגע אידעאַליסטן דורך שאַפֿן אַ ייִדישן מוסטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע Teach for America (אַן אָרגאַניזאַציע וואָס שטעלט אָן נײַע קאָלעדזש־גראַדואַנטן אויף צוויי יאָר ווי לערער אין די אָרעמסטע שולן), וואָס זאָל אויסלערנען די קינדער און דערוואַקסענע דעם ייִדישן אלף־בית; אָדער מע קען שאַפֿן אַ ייִדישע קערפּערשאַפֿט פֿון וואָלונטירן, וועלכע פֿאָרן צו די ייִשובֿים, וווּ ייִדן לעבן אין אָרעמקייט און מיט סאָציאַלע פּראָבלעמען, און וווּ עס זענען בכלל נישטאָ קיין ייִדישע שולן." ער דערציילט וועגן אַ מיידל, וועלכע האָט לעצטנס זיך באַטייליקט אין אַ פּראָגראַם, וואָס העלפֿט די ייִדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און האָט נאָך דעם, אַ פֿאַרחידושטע, באַמערקט, אַז במשך פֿון אַלע יאָרן, וואָס זי האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער טאָגשול, האָט זי קיין מאָל נישט געהערט, אַז עס געפֿינען זיך הײַנט אָרעמע ייִדן, וואָס נייטיקן זיך אין הילף.
"אויב די גרויסע ייִדישע אינסטיטוציעס וועלן ווײַזן דעם ייִנגערן דור דעם פּרינציפּ פֿון כּל־ישׂראל ערבֿים זה לזה (יעדער ייִד טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר אַ צווייטן)," האָט ווערטהײַמער געזאָגט, "וועלן זיי אײַנזען, אַז מע קען דורכפֿירן תּיקון־עולם אַפֿילו ׳בײַ זיך אין דער היים׳; אַזוי וועלן אַ סך מער ייִדן זיך לערנען די ייִדישע ווערטן, און גלײַכצײַטיק העלפֿן בײַצוקומען די אָרעמקייט אין זייער אייגן פֿאָלק."
ווערטהײַמערס פֿאָרלייגן זענען אינטערעסאַנטע, אָבער זיי פֿאַרענטפֿערן בלויז די פֿראַגע, ווי אַזוי צו העלפֿן די אָרעמסטע ייִדן. עס בלײַבט ווײַטער די פּראָבלעם, ווער וועט העלפֿן די פֿינאַנציעל־געדריקטע משפּחות פֿונעם מיטעלן קלאַס צו דערציִען אַ דור, וואָס איז איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק? יענע משפּחות וועלן, אַ פּנים, מוזן ווײַטער זיך אַן עצה געבן אַליין.