‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, מאָנטיק און דינסטיק איז אין וואַשינגטאָן דורכגעגאַנגען דער "נוקלעאַרער סאָמיט", וואָס אויף אים האָבן זיך צונויפֿגענומען 47 לענדער. צוויי הויפּט־טעמעס זײַנען אויף דער וויכטיקער אַסיפֿה אַרומגערעדט געוואָרן: ווי אַזוי צו פֿאַרזיכערן די נוקלעאַרע אָביעקטן איבער דער וועלט; און ווי אַזוי אויסצומײַדן, אַז דער נוקלעאַרער שטאָף און טעכנאָלאָגיע פֿון פּראָדוצירן אַטאָם־געווער זאָלן נישט אַרײַנפֿאַלן אין טעראָריסטישע הענט (לייענט ז' 2).

פֿאַרשטייט זיך, אַז ישׂראל, וואָס איז לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט אָפּצוהאַלטן די מיליטאַנטישע אַמביציעס פֿון איראַן, וואָלט געדאַרפֿט זײַן צווישן די ערשטע אויף דעם דאָזיקן "סאָמיט" און פֿון דער הויכער טריבונע צו דערקלערן די גרויסע סכּנה, וואָס עס דראָט דער ייִדישער מדינה און דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח, אויב איראַן וועט, סוף־כּל־סוף, שאַפֿן נוקלעאַר־געווער. אַזאַ טריבונע וואָלט געווען די בעסטע געלעגנהייט צו דערקלערן פֿאַר וואָס ישׂראל מוז האָבן דאָס רעכט צו באַזאָרגן איר עקזיסטענץ מיט נוקלעאַר געווער.

ווי באַוווּסט, האָט דער ישׂראל־פּרעמיער, בנימין נתניהו, ממש ערבֿ דער אַסיפֿה אין וואַשינגטאָן, זיך אָפּגעזאָגט אַהין צו פֿאָרן. וואָס איז געווען די סיבה? עגיפּטן און טערקײַ האָבן דערקלערט, אַז זיי וועלן פֿאָדערן צו באַהאַנדלען אויף דעם "נוקלעאַרן סאָמיט" די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון ישׂראל. נתניהו, פֿון זײַן זײַט, אויס מורא, אַז ער וועט געצוווּנגען ווערן אונטערצושרײַבן אַ "פּייפּער", וווּ ישׂראל פֿאַרפֿליכטעט זיך נישט צו פֿאַרשפּרייטן קיין נוקלעאַר געווער, איז געבליבן זיצן אין דער היים. קיין וואַשינגטאָן האָט ער געשיקט דן מערידאָר, דעם הויפּט פֿון דער מלוכה־קאָמיסיע פֿון נוקלעאַרער ענערגיע. מערידאָר האָט נישט קיין רעכט אונטערצושרײַבן אַזעלכע וויכטיקע דאָקומענטן.

וואָס איז דאָס? אַ נײַער "פּאַטש" דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע? נאָך איין געלעגנהייט כּדי אַרויסצוּווײַזן ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט? אָדער סתּם אַ פּרוּוו צו אַנטלויפֿן פֿון אַ באַשלוס און אָפּקומען מיט מאַכן אַ שווײַג?

דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט און זײַן אַדמיניסטראַציע האַלטן זיך דערווײַל אָפּ פֿון קאָמענטאַרן, ווי געמיינט דערמיט צו זאָגן: ישׂראל איז מסוגל אַליין צו באַשליסן וואָס צו טאָן אין דעם פֿאַל. ס'איז אָבער נישט קיין צווייפֿל, אַז די "אָבידע", וואָס אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע טראָגט אויפֿן האַרצן נאָך פֿון דעם פֿאָריקן "פּאַטש", בעת בײַדענס באַזוך אין ישׂראל, איז געוואָרן נאָך גרעסער.

וואָס האָט מיט דעם אָפּזאָג געפּועלט דער ישׂראל־פּרעמיער? ווער ס'האָט נאָך אפֿשר געצווייפֿלט אין דעם, אַז ישׂראל האָט טאַקע נוקלעאַר געווער, האָט דער איצטיקער "מאַנעווער" פֿון נתניהו אים איבערצײַגט אין פֿאַרקערטן. צוריק גערעדט, איז עס דאָך אַ סוד אויף גאַנץ בראָד. די אינטערנאַציאָנאַלע עקספּערטן האַלטן, אַז ישׂראל האָט פֿון 100 ביז 300 נוקלעאַר־שפּיצן, וואָס מע קאָן זיי אינסטאַלירן אויף ראַקעטן פֿון קליינעם און מיטל־אַרומכאַפּקרײַז.

און אפֿשר איז טאַקע געקומען די צײַט אָפֿן צו זאָגן, אַז ישׂראל האָט אַזאַ געווער און מוז עס האָבן, ווײַל פֿאַרלאָזן זיך אַפֿילו אויף אַזאַ גוטן פֿרײַנד ווי אַמעריקע, קאָן דאָס ייִדישע לאַנד זיך נישט פֿאַרגינען. צו פֿיל שׂונאים ווילן עס פֿאַרניכטן און באַהאַלטן נישט אויס זייערע כּוונות. צוריק גערעדט, קיין איין מערבֿ־לאַנד גאַראַנטירט נישט ישׂראל צו פֿאַרטיידיקן זי פֿון אירע שׂונאים. אין דעם האָט מען זיך שוין נישט איין מאָל איבערצײַגט. צו לייזן די ייִדישע פּראָבלעמען זײַנען בכּוח נאָר די ייִדן אַליין.

דעם אומבאַשטרײַטלעכן פֿאַקט פֿאַרשטייען בעסער די פֿײַנט פֿון ישׂראל, איידער די פֿרײַנד. וואָס זאָגט הײַנט אַכמאַדינעדזשאַד? אַז ווי נאָר דער מערבֿ וועט עפּעס פֿירנעמען קעגן טעהעראַן, וועלן די ערשטע ראַקעטן אַרויסגעלאָזט ווערן אויף ישׂראל. ס'איז נישט קיין נײַער טריק: ווען אַמעריקע האָט אָנגעהויבן איר ערשטע מלחמה קעגן איראַק, נאָך דער אינוואַזיע אין קוּווייט, האָט סאַדאַם כוסיין זײַנע ערשטע ראַקעטן אויסגעשאָסן אויף ישׂראל.

ווען וועט שוין דער מערבֿ פֿאַרשטיין, אַז די ערשטע פֿעסטונג קעגן דעם איסלאַמיסטישן טעראָר אויפֿן וועג צום מערבֿ איז דווקא ישׂראל? אויב די פֿעסטונג וועט, חלילה, צעשטערט ווערן, וועט שוין דעם מערבֿ ווייניק וואָס אַרויסהעלפֿן.

צי וואָלטן די באַטייליקטע לענדער אויף דעם "נוקלעאַרן סאָמיט" עס פֿאַרשטאַנען, איז אַ גרויסער ספֿק; ישׂראל האָט אָבער נישט געטאָרט דורכלאָזן אַ שאַנס צו מאַכן נאָך איין פּרוּוו זיי אין דעם איבערצײַגן.