- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך פֿאָלג נאָך כּסדר טבֿיה טענענבוימס טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען! אַ סך מאָל שרײַב איך וועגן זיי און אַ סך מאָל, ווען זיי כאַפּן איבער די מאָס, שרײַב איך נישט. די צרה, אָדער די מעלה, איז דאָס, וואָס איך קען דעם דראַמאַטורג שוין אַ קײַמא־לן מיט יאָרן, און איך ווייס אַז ער איז פֿעיִק אויף — אָדער צונויפֿצופֿירן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט, אָדער דווקא טרעפֿן אין פּינטל. אָבער זינט ער האָט געטראָפֿן אין פּינטל ביז הײַנט איז אין אים אַרײַן עפּעס אַ דיבוק, אַ רוגזה צו דער וועלט און, דער עיקר, צו דער פֿרומער עדה. ער שטאַמט טאַקע אָפּ פֿון אולטראַ־אָרטאָדאָקסישע, מיט פֿאַנאַטישע אויסבראָכן און די גלאַט־כּשרע פֿאַרגלאָצטע ספֿרדים מיט זייערע מיטברידער — די אַשכּנזים. דער עיקר, קומט ער צום אויספֿיר אַז די פֿאַנאַטישע, כּלומרשט טאַליבאַנישע, כּיתּה פֿון צווישן אונדז, וואָס דערגייט אַ סך מאָל ביז אַבסורד, מיט זייערע פֿאַרבאָטן און אויסטערלישע אָנגרײַפֿן אויף אַזעלכע זאַכן ווי אַ שבת־ליפֿט — נישט כּשר, לאָקשן־קוגל אין ירושלים, וואָס ווענדט אָפּ די ישיבֿה־בחורים פֿונעם לערנען גמרא — טריף. ווען עס קומט צום יום־טובֿ פּסח, או־לאַ־לאַ, טואַלעט־פּאַפּיר מוז זײַן כּשר לפּסח, די "ספּאָנדזשאַ"־שמאַטע מיט וועלכער מען וואַשט די פּאָדלאָגעס אין ישׂראל, מוז זײַן כּשר לפּסח, בראָקאָלי איז טריף. אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן טאָר מען נישט, חלילה, אַרײַנשטעקן אַ פֿינגער אין דער נאָז אום שבת, ווײַל מ׳קען, חלילה, אויסרײַסן אַ האָר אום שבת, און דאָס איז אַ טראַנסגרעסיע, אַן אָפּנייג פֿון דער הלכה. איצט ווען עס קומט צו כּשרע צעלולאַרע טעלעפֿאָנדלעך — פֿרעגט שוין נישט; זיי מוזן זײַן כּשר־וישר, און ס׳ווענדט זיך ווען מ׳רעדט, מיט וועמען מ׳רעדט און וואָס מען זאָגט. אַ סך פֿון די אוקאַזן, פּריקאַזן און גזירות קומען פֿון פֿאַרשיידענע צדדים רבנים און רביים. אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי קומען פֿונעם הרבֿ עובֿדיה יוסף אין ישׂראל, וועלכער איז, מסתּמא, פּערזענלעך פֿאַרבונדן מיטן רבונו־של־עולם דורך זײַן כּשרער מאָבילקע (צעלולאַר־טעלעפֿאָנדל). ער מוז מסתּמא האַלטן טעגלעכע וויכּוחים — פֿאַרשטייט זיך, חוץ אום שבת — מיטן אייבערשן. פֿון וואַנען עס נעמען זיך צו אים די אַלע מאָדערנע אײַנריכטונגען וואָס זײַנען פּסול? גאָט אַליין און עובֿדיה יוסף ווייסן. דערבײַ האָב איך זיך דערמאָנט, אַז אינעם שטעטעלע גרייט־נעק אין לאָנג־אײַלענד, וווּ עס האָבן זיך אַרײַנגעצויגן ס׳רובֿ פּערסישע פֿאַרמעגלעכע ייִדן, איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַ זיי אַ געבוירנטאָג־שׂימחהלע פֿאַר אַ מיידעלע פֿון אַ יאָר. עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער וווינונג פֿון דער משפּחה סײַ נאָענטע קרובֿים און געסט. מוזיק האָט געשפּילט, מ׳האָט נישט געבראָכן קיין שום שבתדיקע געזעצן. די פּערסיער האָבן ליב צו טאַנצן, ביידע מינים, זכר און נקבֿה — מיט וועלכע דער אייבערשטער האָט אונדז באַשאָנקען. אין צווישן דער שׂימחה האָט זיך אַרײַנגעריסן הרבֿ מרדכי אַדרת (אַדערעט) מיט אַן אַנטוראַזש פֿון פֿיר נאָכפֿאָלגער. זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען אַז די פּערסישע ייִדן האָבן זייערע אייגענע מינהגים בײַם פּראַווען אַ שׂימחה. זיי האָבן ליב צו טאַנצן — סײַ מענער, סײַ פֿרויען, סײַ די קינדערלעך. דער רבֿ האָט געהאַקט אין טיש מיט אַ סידור און געהאַלטן אין איין שעלטן די משפּחה, די קרובֿים מיט די געסט. ער האָט זיי באַשאָטן מיט טויטע קללות: "די פּסחדיקע מכּות פֿון מצרים זאָלן אײַך טרעפֿן! שמע־ישׂראל! אַן אומגליק זאָל זיך אויף אײַך אַראָפּלאָזן אויף אייביק און אייביק! שמע־ישׂראל! אַ קרענק זאָל אין אײַך אַרײַן, אײַערע געשעפֿטן זאָלן גיין מיט דער פּוטער אַראָפּ ביז איר זאָלט באַנקראָטירן! שמע־ישׂראל! יעדן איינעם וואָס געפֿינט זיך דאָ אין הויז וועט באַפֿאַלן אַ טראַגעדיע! שמע־ישׂראל!" דער עולם האָט געציטערט פֿאַר שרעק און זיך צעוויינט. די געסט האָבן גענומען אַנטלויפֿן. די קינדער איז באַפֿאַלן אַ בהלה. דאָס גאַנצע שטעטעלע איז אָנגעגריפֿן געוואָרן פֿון פּחד און אַ היסטעריע. אַפֿילו די אַנדערע רבנים און רביים אין שטעטל זײַנען געווען גרייט אים אָנצוקלאָגן אין בית־דין פֿאַר דער אוממאָראַלישער און אומעטישער אויפֿפֿירונג. אָבער ביז ס׳איז געקומען דערצו, האָט קיינער פֿון זיי נישט געוואָלט זיך אונטערשרײַבן, און דאָס שטעטעלע איז געבליבן אונטער דער לאַפּע פֿון אַ נאַכאַלנעם פֿרומאַק. איז אַנשטאָט צו רופֿן די פּאָליציי, האָבן זיך אַלע דערשראָקן צום טויט. דאָס גאַנצע שטעטעלע גרייטנעק אין לאָנג־אײַלענד האָט גענומען ציטערן און פֿלאַטערן פֿאַרן רבֿ. אַזוי איבערגלויבעריש און פּרימיטיוו האָבן זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן די פּערסישע ייִדן, וועלכע גלייבן ביזן הײַנטיקן טאָג אין די אַלע באַבסקע אָנשיקענישן. און וואָס מיינט איר האָט פּאַסירט ווײַטער? די משפּחה איז אַוועק צום ווילדן רבֿ אַדרת בעטן מחילה; אַרײַנגעשטופּט אים אין האַנט אַ שיינעם פּדיון, ביז דער פֿרומער־קרומער ייִד מיט דער ווײַסער באָרד און געקרײַזלטע פּאות איז זיי מוחל געווען. ווי אַ רבֿ האָט הײַנט צו טאָג געקענט מאַכן פֿון אונדזער אמונה אַ פֿאַרזעעניש, איז פֿאַר מיר אַ חידוש. דאָס אַרטיקעלע וועגן דעם גאַנצן אײַנבראָך מיטן טאַראַראַם איז דערשינען אין דער "Jewish Week," דעם 12טן מאַרץ און באַשריבן האָט עס די זשורנאַליסטקע שרון אודאַסין. איך האַלט נאָך אַלץ בײַם אַרײַנפֿיר צו טבֿיה טענענבוימס לעצטער פּיעסע אויף ענגליש, וואָס ער רופֿט "כּשרע ייִדישע מיידלעך אין קראָקע", און דווקא אין פּוילן. נישט אַנדערש וואָס ער האָט ליב די פּאָליאַקן ווי איך האָב זיי ליב. וואָס אַן אמת האָב איך בנאמנות נישט באַנומען וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער בינע, ווײַל עס איז פֿאַר מיר געווען לגמרי אומפֿאַרשטענדלעך. ער האָט געמישט מיידלעך און בחורים מיט סעקס, ווילדע אויסבראָכן פֿון די נײַע דינים וואָס קומען פֿון די ירושלימער רבנים און רביים, און אין צווישן — האָפּלאַ! דער חורבן — מיט די נאַציס, מיט אוישוויץ, מיט קריכן אויף אַלע פֿיר אויף דער בינע, מיט דרײַ שיינע מיידלעך וואָס רעדן אין איין קול. אַלץ צוזאַמען האָט עס פֿאַר מיר געשמעקט מיט געדאַנקען־אַנאַרכיע. נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך זאַטאָטשעט דעם חבֿרה־מאַן און אים גענומען אויפֿן צימבל. נאָך אַלעמען, ער איז דער דראַמאַטורג פֿון דער פּיעסע. האָב איך בקול־רם אַ זאָג געטאָן: "טבֿיה־לעבן, דאָס איז נישט קיין פּיעסע. ס׳איז אַ משוגעים־הויז." "מזל־טובֿ, מיידעלע" — האָט ער מיר גראַטולירט. — "דאָס האָב איך טאַקע געמיינט." "ווער קען דאָס פֿאַרשטיין?" — האָב איך געליאַרעמט ווײַטער — "ס׳איז ממש אַן אויסבראָך פֿון מטורפֿים. וווּ איז דער געדאַנק אַהינגעקומען? און איך, וואָס איך קען זיך אַ ביסל אויף די קליינע פּינטעלעך, בין לגמרי דאָ פֿאַרלוירן געגאַנגען." "נישקשה" — האָט ער געטענהט — "ווען דו קוקסט זיך צו וואָס עס טוט זיך אין ארץ־ישׂראל, מיט וואָס עס פֿאַרנעמען זיך די פֿרומאַקעס, די ווילדע אוקאַזן פֿון די רבנים מיט די רביים, וואָס האָבן נישט קיין שײַכות, נישט צו דער תּורה, נישט צום פֿאָלק און נישט צו דער ווירקלעכקייט, וואָס קעמפֿט און ראַנגלט זיך פֿאַר איר עקזיסטענץ צווישן ים און יבשה, האָבן די מורה־הוראהס געפֿונען דעם לוקסוס פֿון ברוטאַליזירן גאַנצע עדות ייִדן." "אָבער טײַערינקער" — בין איך באַשטאַנען אויף מײַניקן — "ס׳איז אַ מיש־מאַש פֿון אַלערליי פֿאַרדראָסן, פֿון שבֿירת־לבֿ, פֿון היסטערישע קרענקענישן; נישט אַנדערש ווי די פּיעסע דערמאָנט אין שיבֿעה־מדורי־גיהנום." "אין דעם גייט עס טאַקע" — האָט טבֿיה אײַנגעשטימט מיט אַ גרויס אײַנשטימעניש — "אין דעם גייט עס טאַקע." איך בין פֿון דעם שמועס נישט קליגער געוואָרן, ווײַל דאָס וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף דער בינע האָט, דאַכט זיך מיר, אָנגעוווירן דעם גלײַכגעוויכט. איז עס אַן אָנקלאַגע אויפֿן אולטראַ־אָרטאָדאָקסישן פֿליגל, זאָל עס זײַן אויסגעהאַלטן; איז עס אַ באַשולדיקונג קעגן די דײַטשן וואָס האָבן אויף אונדז געברענגט דעם גרעסטן אומגליק, זאָל עס זײַן קאָנסעקווענט; האָט עס אַן אָנדײַט אויף אונדזער טראַגישער געשיכטע צווישן די פֿעלקער, מהיכא־תּיתי, לאָמיך הערן אָפֿענע דיבורים; איז עס אַן אָנפֿאַל אויף אונדזערע פֿאַנאַטישע רבנים און רביים, וואָס האָבן אָנגעוווירן זייער דרך־הישר, און אַנשטאָט צוציִען דאָס צעקרישלטע ייִדישע פֿאָלק סײַ אין לאַנד און סײַ צווישן די פֿעלקער, יאָגן זיי און טרײַבן פֿון זיך מיט באַטיקעס און קאַנטשיקעס און מיט ביטול. און וועמען? דעם ייִדן וואָס איז נאָך געבליבן מיט אַ סכום פֿון ייִדישקייט. אַמאָל האָבן די רבנים מיט די רביים פֿאַרמאָגט אַ בעסערע מערכה — מען האָט זיי געשעצט און באַהאַנדלט בכּבֿודיק, ווײַל דאָס פֿאָלק אין מיזרח־אייראָפּע וואָלט נישט אײַנגעגאַנגען אויף אַזעלכע טריפֿענע מאַכערײַקעס. אַזאַ מין רבֿ אָדער רבי וואָלט גאָרנישט געטאָרט אויפֿהייבן דעם קאָפּ. ייִדן האָבן אַמאָל געשעצט ווי געהעריק אַ מורה־הוראה און זיך געקענט אויף בטלנות און מגוזמדיקע דעות. ניעזשעלי (נישט שוין זשע), זײַנען בײַ אונדז אין דער געשיכטע געווען אַזעלכע טיפּן פֿרומאַקעס? מסתּמא יאָ. אָבער זיי האָבן נישט געהאַט די זכיה צו קאָמאַנדעווען. הײַנט אָבער, נאָך אַזאַ שרעקלעכן חורבן וואָס איז אונדז באַפֿאַלן, ווען די שארית־הפּליטה איז זיך צעלאָפֿן איבער די אַרבע־פּינות־העולם און זוכט אַ וועג צוריק צו נאָרמאַליזירן און סטאַביליזירן אונדזער אמונה און לעבנסגאַנג ווי פּאָלנע ייִדן, האָט זיך אָפּגעפֿונען צווישן אונדז אַזאַ פּאַרשוין ווי טבֿיה טענענבוים וואָס ווייסט נישט ווי זיך אַן עצה געבן מיט אַזאַ אָנגעלאָדענער דילעמע; ווי זיך אַן עצה צו געבן מיט דער צעשפּליטערונג, אַכזריות, אוישוויץ, טואַלעט־פּאַפּיר כּשר לפּסח, אַן איבערגעלאָדענער וואָגן מיט וועלט־פּראָבלעמען, מדינה־פּראָבלעמען, אייגענע פּראָבלעמען. שרײַבט מען אַ פּיעסע וווּ איין געדאַנק סטיסעוועט זיך נישט מיט אַ צווייטן. דער טעאַטער געפֿינט זיך אויף דער פֿערטער גאַס און צווייטער עוועניו, און אויב איר ווילט זיך מיט זיי פֿאַרשטענדיקן, גיט אַ קוועטש אַ קנעפּל — www.JewishTheater.org. |