|
דער בדחן ישׂראל־יצחק ציפּערשטיין |
|
צווישן די לידער אין מײַן באָבעס רעפּערטואַר האָט זי געזונגען אַזאַ קורץ לידל:
בײַ דעם רבֿ אין שטוב, איז מיר זייער ליב,
צוצוקוקן וואָס סע טוט זיך דאָרט, דאָרט.
דאָרטן איז מען פֿרום, מער ווי אומעטום,
נאָר איין זאַך געפֿעלט מיר ניט פֿאָרט.
דער קעכינס בויך איז העכער ווי די נאָז,
פֿרעגט מען "וואָס איז דאָס?"
זי ענטפֿערט אים גלײַך, גאָר אָן אַ כּלל [טראַכט]
"ס׳איז פֿון דעם באַלעבאָס".
סטײַטש! רב חיים־שמואל דעם גבאילעס,
אַן אייניקל דעם רבין, רב אַבאלעס.
דרך־ארץ פֿאַר אים! ווײַל ער איז אומעטום,
חיים־שמואל דעם גביאלעס.
פֿאָרשנדיק, מיט אַ צען יאָר צוריק אין דער "נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק" אין ירושלים וועגן ייִדישע פּאַראָדיעס, האָב איך געפֿונען אַ ביכל "דרײַ נײַע לידער" (וואַרשע, תּר״ס, 1900) פֿונעם בדחן ישׂראל־יצחק ציפּערשטיין. דאָס דריטע ליד הייסט "חיים שמואל דעם גבאילעס", און די ווערטער פֿון מײַן באָבעס ליד זענען די לעצטע סטראָפֿע פֿונעם טעקסט. די סטראָפֿע — "סטײַטש! רב חיים שמואל דעם גביאלעס...." איז דער צוזינג נאָך יעדן טייל פֿונעם לאַנגן (7־זײַטיקן) ליד.
ווער איז געווען דער מחבר ציפּערשטיין? די ביאָגראַפֿיע אינעם ייִדישן "טעאַטער־לעקסיקאָן" דערציילט בלויז עטלעכע פּרטים וועגן זײַן לעבן — געבוירן אין 1875 לעבן סלאָנים, ליטע, און געשטאָרבן אין שיקאַגע, 1950 — אָבער גיט איבער מער באַריכות וועגן זײַן "קאַריערע" ווי אַ שאַפֿער פֿון אַ מין עראָפּלאַן־ביציקל, וואָס קען אויך לאַנדן אויפֿן וואַסער. איידער ער איז געקומען קיין אַמעריקע האָט ער געהאַט פּרנסה ווי אַ בדחן און ווי אַ שרײַבער פֿון קופּלעטן פֿאַרן טעאַטער. דעם פּאַטענט פֿאַר דעם אויסגעפֿינס האָט ער דורכגעפֿירט אין וואַשינגטאָן אין 1917, אָבער קיין נגיד צוליב זײַן שאַפֿונג איז ער קיין מאָל נישט געוואָרן.
|
ביכל "דרײַ נײַע לידער" |
|
"חיים שמואל דעם גביאלעס" איז נישט נאָר אַ ליד, נאָר אַ גאַנצע טעאַטער־סצענקע, אַ דיאַלאָג אין פֿינעף טיילן, אין וועלכע עס ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן די געזונגענע סטראָפֿעס, וואָס מײַן באָבע האָט געדענקט. דער פֿינפֿטער טייל הייבט זיך אָן מיטן ליד "בײַ דעם רבֿ אין שטוב" מיט נאָך אַ סטראָפֿע, וואָס די באָבע זינגט נישט, אין וועלכער מע וואַרפֿט אַרויף אויף אַ קבצן דאָס אַחריות פֿאַר דער קעכינס טראָגעדיקן בויך. דערנאָך שפּילט מען אויס אַ דיאַלאָג:
— דו האָסט געהערט ווי דער קבצן לייקנט זיך, אַז דאָס איז גאָר ניט זײַנס!"
— לאָמיר זיך ניט נאַרן! איך ווייס געוויס, אַז דאָס איז פֿון גבֿיר. איך ווייס, אַז זײַן דינסט איז געוועזן גרעסער ווי לענגער, און מיט אַ מאָל איז זי געוואָרן אַ מחותּנתטע...
און דער שמועס שליסט זיך, ווען איינער גיט צו פֿאַרשטיין דעם אַנדערן פֿאַרוואָס דער גבֿיר מעג אַלץ טאָן:
— וואָס איז ער דאָס אַזאַ יחסן? איך קאָן אים דען ניט?
— וואָס, דו ווילסט וויסן? וועל איך דיר זאָגן...
— נו, זאָג, וועל איך טאַקע וויסן...
(געזונגען) ער איז חיים־שמואל דעם גביאלעס,
אַן אייניקל דעם רבין, רב אַבאלעס,
דרך־ארץ פֿאַר אים, ווײַל ער איז אומעטום,
חיים שמואל דעם גבאיעלס.
אין זײַן זאַמלונג עסייען "שמועסן וועגן טעאַטער" (בוענאָס־אײַרעס, 1950) שרײַבט זיגמונט טורקאָוו וועגן די "בראָדער־זינגער", און ווי אַזוי מע האָט צונויפֿגעשטעלט אַ ספּעקטאַקל אין וואַרשע אין 1938 אויף דער טעמע בײַם "וויקט"־טעאַטער. טורקאָוו און אַנדערע האָבן געזאַמלט מאַטעריאַלן און אַפֿילו געפֿונען די אַלטע "בראָדער־זינגער" אין לעמבערג (וועלכע האָבן אויף דער עלטער ווידער אָנגעהויבן צו זינגען אין די ווײַנקעלערס ווי אַמאָל, צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט אין דער דעמאָלטיקער שלעכטער עקאָנאָמישער צײַט). ווי אַ מוסטער פֿון דער "בראָדער־זינגער"־פֿאָרשטעלונג, ברענגט טורקאָוו דאָס גאַנצע ליד פֿון "חיים שמואל דעם גביאלעס"!
די ווערטער זענען פּונקט ווי בײַ ציפּערשטיינען, אָבער טורקאָוו דערמאָנט אים אין גאַנצן נישט ווי דער מחבר. פֿאַר וואָס? מסתּמא האָט טורקאָוו געהאַט אַ ספֿק, צי ציפּערשטיין האָט טאַקע אָנגעשריבן דאָס סצענקעלע, אַז דאָס ליד שטאַמט פֿון אַן עלטערן בראָדער־זינגער רעפּערטואַר, און איך בין מסכּים מיט אים צוליב צוויי טעמים.
נח פּרילוצקי אין זײַן ערשטן באַנד "ייִדישע פֿאָלקסלידער" פֿון רעליגיעזע לידער (1914), שרײַבט (אויף זײַטן 49—50) וועגן די לידער אין ציפּערשטיינס "דרײַ נײַע לידער": "דער אַרויסגעבער האָט מיך פֿאַרזיכערט, אַז אַלע דרײַ לידער געהערן צו דער פֿאָלקסשאַפֿונג — 'קריכן אַרום צווישן עולם’, נאָך זײַן אויסדרוק — דער ציפּערשטיין זאָל, הייסט עס, זײַן בלויז זייער פֿאַרשרײַבער".
און צווייטנס, באַטראַכטנדיק אַזוינע בדחנישע און משׂכּילישע לידער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין מײַן באָבעס רעפּערטואַר, האָב איך באַמערקט, אַז אַלע געהערן זיי צו די מחברים פֿון גאַליציע, רומעניע, אוקראַיִנע — ווי וועלוול זבאַרזשער, י. י. לינעצקי, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען — און נישט איין ליד פֿון דער ליטע, אָדער אַפֿילו פּוילן; אַפֿילו נישט קיין ליד פֿונעם פּאָפּולערן אלוקים צונזער אין ווילנע. דער איינציקער אויסנאַם איז אַ ליד פֿון מיכל גאָרדאָן ("די שטיפֿמוטער"), אַ פֿאָלקפּאָעט, וועלכער איז טאַקע אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע, אָבער פֿאַרבראַכט די צווייטע העלפֿט פֿון זײַן לעבן און זײַנע שאַפֿערישע יאָרן אין אוקראַיִנע.
טאָ ווי איז מעגלעך, אַז די באָבע אין דער בוקעווינע האָט זיך אויסגעלערנט אַ ליד פֿון אַ סלאָנימער בדחן, ציפּערשטיין, בײַם סוף פֿונעם 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט? עפּעס שטימט דאָ נישט אין דער רעכענונג. בין איך אויך געקומען צום אויספֿיר, אַז "בײַ דעם רבֿ אין שטוב" איז אַ ליד פֿונעם עלטערן "בראָדער־זינגער" רעפּערטואַר. טורקאָוו באַמערקט, אַז "אין דעם דאָזיקן ליד באַגעגענען מיר, אַגבֿ, איינעם פֿון די ערשטע מוסטערן פֿון אַ גערעדטן דיאַלאָג". דאָס איז טאַקע וויכטיק פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון די "בראָדער־זינגער", ווײַל כאָטש מע האָט פֿאַרשריבן עטלעכע לידער פֿון בערל בראָדער און אַנדערע, ווייסט מען, אַז די פֿאָרשטעלער זענען אויפֿגעטראָטן מיט אַזוינע לידער־דיאַלאָגן, אָבער קיין מוסטערן פֿון זיי פֿאַרמאָגן מיר נישט — אַחוץ "חיים שמואל דעם גביאלעס".