ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמואל ניגער
שמואל ניגער
Forward Association

אין דער געשיכטע פֿון קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש אין 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַרנעמט זייער אַ בכּבֿודיק אָרט שמואל ניגער (1883—1955) — איינער פֿון די סאַמע משפּיעדיקע ייִדישע ליטעראַטור-קריטיקער. זײַן אמתער נאָמען איז געווען שמואל טשאַרני (czarny מיינט "שוואַרץ" אין פּויליש). די ערשטע וועלט-מלחמה האָט אַרויסגעריסן ניגערן פֿון ווילנע און אים פֿאַרוואָרפֿן אין דער רוסישער קרוינשטאָט, פּעטראָגראַד — אַזאַ נאָמען האָט אין יענער צײַט געטראָגן פּעטערבורג. זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך דעמאָלט געדרוקט, דער עיקר, אין רוסיש-ייִדישע אויסגאַבעס, ווײַל די צענזור האָט זעלטן דערלויבט אַרויסצוגעבן אַ בוך צי אַ צײַטשריפֿט אויף ייִדיש צי העברעיִש.

ווען מע קוקט אַרײַן אין די נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס זײַנען אַרויס אין די יאָרן פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע, בפֿרט אין יאָר 1918, זעט מען דאָרטן זייער אָפֿט ניגערס טעלעגראַמעס. מע האָט זיי תּמיד געדרוקט אויף די ערשטע זײַטן פֿון דער צײַטונג. פֿון זײַנע בשׂורות פֿלעגט מען זיך דערוויסן וועגן דעם מצבֿ אין פּעטראָגראַד און מאָסקווע. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגן פֿון אים אָנקומען אויך אַרטיקלען.

דערנאָך האָט ער זיך אומגעקערט קיין ווילנע. דאָרטן האָט אויך גענומען בלאָזן אַ רעוואָלוציאָנערער ווינט. אָבער געדויערט האָט עס ניט לאַנג, ווײַל ווילנע און די גאַנצע אַרומיקע געגנט איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון דער אַנטי-באָלשעוויסטישער פּוילישער אַרמיי. פֿון יענער בלוטיקער איבערקערעניש איז ניגער קוים אַרויס אַ גאַנצער. אין מיט-אָקטאָבער 1919 איז ער אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק. די שטאָט איז געוואָרן זײַן היים, ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, סוף דעצעמבער 1955.

אין די ערשטע דרײַ חדשים פֿון זײַן אַמעריקאַנער לעבן האָט ער פֿאָרגעזעצט צו שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". דערנאָך האָט ער זיך צעקריגט מיט אַב. קאַהאַנען. "דער טאָג", די סאַמע נאַציאָנאַליסטיש-ייִדישיסטישע ניו-יאָרקער טאָגצײַטונג, האָט אים געגעבן אַ דאַך, אונטער וועלכן ער האָט אויפֿגעבויט זײַן אידעאָלאָגישן און עסטעטישן בית-דין.

אין די עטלעכע "פֿאָרווערטס"-אַרטיקלען האָט ער, בפֿרט, פֿאָרמולירט זײַן פּאָזיציע, דהײַנו: דער צענטראַלער טייל פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן בנין מוז מען בויען דווקא אין אַמעריקע, כאָטש ער האָט געזען אַ סך שוואַכע זײַטן פֿון דעם יונגן ייִדישן צענטער. דאָך האָט אַמעריקע אויסגעזען מער צוזאָגנדיק איידער די רעשטלעך פֿון צאַרישן רוסלאַנד. באַזונדערס שאַרף האָט ער — אַ ליטוואַק — אָפּגעשאַצט דעם מצבֿ אין פּוילן. בכלל, האָט ער געגלייבט, אַז נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה וועט אַ נײַער צענטער אויפֿקומען אין דער פֿאָרעם פֿון צענטראַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

איך ברענג דאָ אַ געקירצטן נוסח פֿון ניגערס אַרטיקל "וווּ איז איצט דער ייִדישער צענטער?", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 6טן דעצעמבער 1919.

דער גרויסער און מעכטיקער ייִדישער צענטער פֿון רוסלאַנד איז צעפֿאַלן געוואָרן אויף שטיקער. עס זײַנען געבליבן נאָר רעשטלעך פֿון אים — אין אוקראַיִנע, אין פּוילן, אין ליטע אאַז"וו. די רעשטלעך זײַנען גרויס און באַטײַטנדיק (דערהויפּט אין פּוילן און אוקראַיִנע); אָבער צו דעם, וואָס איז געווען אין רוסלאַנד קומט עס ניט.

עס איז געווען איין ייִדישער צענטער, אַ גרויסער און אַ שטאַרקער. איצט זײַנען דאָ פֿיל ייִדישע צענטערס, און זיי זײַנען אַלע קליין און שוואַך. עס איז געווען אַ קיבוץ, וואָס איז באַשטאַנען פֿון פֿאַרשידענע טיילן. יעדער טייל באַזונדער האָט געגעבן זײַנס, עפּעס אייגנאַרטיקס, און עס איז מעגלעך געווען אַ רײַך און אַ פֿאַרשידנאַרטיק און אַ פֿילפֿאַרביק פֿאָלקס-שאַפֿן. איצט איז יעדער טייל פֿאַר זיך, און צווישן דעם וואָס איינער טוט אויף און די אויפֿטוען פֿון די איבעריקע — איז דאָ אַ גרענעץ, אַ וואַנט. איטלעכער טייל האָט זיך זײַן בעל-הביתּישקייט, מאַכט פֿאַר זיך שבת. דערצו מוז יעדער טייל האָבן צו טאָן, איצט מער ווי פֿריִער, מיט דער אָרטיקער (פּוילישער, אוקראַיִנישער, ליטווישער, לעטישער) קולטור. דאָס מוז אונדז מער נאָך דערווײַטערן פֿון דער גרויסער וועלט. דאָס מוז אונדז מאַכן גײַסטיק פּראָווינציעל.

ווען די אַלע טרויעריקע געדאַנקען קומען אונדז אויפֿן זינען, האָבן מיר נאָר איין טרייסט: צווישן דעם חורבן פֿון דעם ייִדישן צענטער אין רוסלאַנד און דער צעשטערונג פֿון די אַמאָליקע ייִדישע צענטערס (אַ שטייגער, אין שפּאַניע, אין דײַטשלאַנד) איז דאָ אַ גרויסער אונטערשייד. יענע ייִדישע צענטערס זײַנען בטל געוואָרן איבערהויפּט דורך דעם, וואָס מען האָט ייִדן פֿון די ערטער, וווּ זיי האָבן געוווינט, פּשוט אַרויסגעטריבן. דאָס איז געווען אַ פֿיזישער חורבן פֿון דעם ייִדישן צענטער. איצט זײַנען אין דער פֿיזישער געאָגראַפֿיע פֿון דעם רוסלענדישן ייִדישן קיבוץ קיין גרויסע ענדערונגען ניט פֿאָרגעקומען. ריין געאָגראַפֿיש זײַנען די ייִדן פֿון ליטע, פּוילן, אוקראַיִנע פּונקט אַזוי נאָענט איצט איינע צו די אַנדערע, ווי פֿריִער. דערווײַטערט זײַנען זיי נאָר פּאָליטיש. פּאָליטישע גרענעצן זײַנען אָבער ניט קיין גרענעצן פֿון גײַסט, פֿון קולטור. ייִדן האָבן שטענדיק געהערט צו פֿאַרשידענע מלוכות. פֿון דעסטוועגן האָבן זיי געהאַט איין קולטור. די איינהייט פֿון דער ייִדישער קולטור האָט זיך אָפּגעהיט אַפֿילו דאַן, ווען די ייִדישע ייִשובֿים זײַנען געווען ווײַט איינע פֿון די אַנדערע. רוסלאַנד, ליטע, פּוילן, אוקראַיִנע זײַנען דאָך אָבער, ווי געזאָגט, נאָענטע שכנים אויך איצט. נאָר פּאָליטיש זײַנען זיי אָפּגעטיילט.

אמת, אויסערלעכע, ריין-געאָגראַפֿישע נאָענטקייט איז ווייניק. אָבער דורות-לאַנג איז עס דאָך געווען אַן אינעווייניקסטע נאָענטקייט. איבער אונדזער אַלעמענס האַלדז איז געלעגן דער חלף פֿון דער רעכטלאָזיקייט, פֿון די צאַרישע גזירות און פּאָגראָמען; אינאיינעם, זיך טוליענדיק איינער צום אַנדערן, האָבן מיר געזוכט מיטלען און תּחבולות קעגן אונדזערע שׂונאים; האָבן מיר געפֿירט אַ קאַמף קעגן דער רוסישער זעלבסטהערשונג; איינע בײַ די אַנדערע האָבן מיר אָפֿט געפֿונען אַ באַהעלטעניש (דערמאָנט זיך אָן די וואַנדערונגען פֿון ליטע קיין דרום-רוסלאַנד, פֿון ליטע און רוסלאַנד קיין פּוילן).

אינאיינעם האָבן מיר דורכגעמאַכט וויכטיקע, זייער וויכטיקע אינעווייניקסטע קולטור-אַנטוויקלונגען: מיר האָבן צוזאַמען מלחמה געהאַלטן פֿאַר אָדער קעגן חסידות, פֿאַר אָדער קעגן השׂכּלה; צוזאַמען האָבן מיר פֿאַנאַנדערגעוויקלט די פֿאָנען פֿון דער סאָציאַלער און נאַציאָנאַלער באַוועגונג צווישן ייִדן; צוזאַמען האָבן מיר געשאַפֿן די נײַע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור; איבער אונדזערע אַלעמענס קעפּ האָט זיך דורכגעטראָגן דער שטורעם פֿון יאָר 1905, דאָס געוויטער פֿון יאָר 1914. איך רעד שוין ניט וועגן די פֿאַמיליען-פֿאַרבינדונגען און וועגן די עקאָנאָמישע שותּפֿותן, וואָס זײַנען געווען צווישן די ייִדן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, ליטע און די איבעריקע טיילן פֿון דער געוועזענער רוסלענדישער אימפּעריע.

איז מעגלעך, אַז דאָס אַלץ זאָל אַזוי גיך און גרינג אָפּגעמעקט ווערן פֿון אונדזער שותּפֿותדיקן זכּרון? איז מעגלעך, אַז די דאָזיקע אַלע לײַבלעכע און גײַסטיקע איבערלעבונגען, וואָס האָבן, ווי מיט אײַזערנע רייפֿן, געשמידט אונדזער איינהייט אין משך פֿון דורות — זאָלן ניט איבערלאָזן קיין טיפֿע שפּורן אין אונדזער אַלעמענס באַוווּסטזײַן?

עס איז, אַלזאָ, קלאָר, אַז די אינעווייניקסטע צונויפֿגעבונדנקייט האָט זיך ניט אַזוי וואָס צו שרעקן פֿאַר דער אויסנווייניקסטער, פּאָליטישער צעטיילונג.

בפֿרט, אַז די געשיכטע פֿון דעם ייִדישן קיבוץ אין רוסלאַנד האָט אונדז איבערגעלאָזן בירושה, אַ חוץ די שותּפֿותדיקע איבערלעבענישן און גזירות, וואָס מיר האָבן דערמאָנט, אויך לעבעדיקע, רעאַלע קולטור-גיטער, וואָס באַהעפֿטן און פֿאַרבינדן אונדז ניט קוקנדיק אויף די פּלוצלינג אויסגעוואַקסענע צאַמען. קענען דען, אַ שטייגער, די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע ליטעראַטור אויפֿהערן צו ווירקן אויף דעם גאַנג פֿון אונדזער קולטור-לעבן אין די פֿאַרשידענע טיילן פֿון דעם געוועזענעם רוסלאַנד? באַשאַפֿן אַן איינהייטלעכע (און דערבײַ ניט קיין איינאַרטיקע) ליטעראַטור און שפּראַך וואָלטן מיר טאַקע ניט געקענט, ווען מיר וואָלטן די גאַנצע צײַט געווען צעריסן אויף שטיקער.

די ליטעראַטור (און די ליטעראַרישע שפּראַך) איז שוין אָבער באַשאַפֿן געוואָרן. זי איז אַ פֿאַקט פֿון אונדזער גײַסטיקן לעבן ניט נאָר אין רוסלאַנד. איר ווירקונג פֿילט זיך אומעטום, וווּ עס לעבן ייִדישע מאַסן. איז מעגלעך, אַז זי זאָל אויפֿהערן ווירקן אויפֿן שטח פֿון דעם געוועזענעם רוסלאַנד — דאָרט וווּ זי איז אויסגעוואַקסן און האָט זיך אַזוי צעבליט?

אויב אָבער די אַלע טיילן פֿון דעם געוועזענעם רוסלענדיש-ייִדישן קיבוץ וועלן האָבן איין שפּראַך און איין ליטעראַטור, וועלן זיי קענען האָבן אויך בשותּפֿותדיקע — און ממילא גרויסע און שטאַרקע — ליטעראַרישע אינסטיטוציעס (פֿאַרלאַגן, זשורנאַלן, ליטעראַרישע פֿאָנדן) און אויך אַנדערע צענטראַלע קולטור-אַנשטאַלטן, ווי אוניווערסיטעטן, ביבליאָטעקן און מוזעען.

די דאָזיקע און פֿאַרשידענע אַנדערע צענטראַלע אינסטיטוציעס, וואָס וועלן מוזן באַשאַפֿן ווערן, וועלן אויפֿהיטן די איינהייט און די שאַפֿונגס-קראַפֿט פֿון די ייִדן און וועלן ביז צו אַ געוויסן גראַד פֿאַרבײַטן דעם צענטער, וואָס מיר האָבן געהאַט אין דעם געוועזענעם גרויסן רוסלאַנד.

אָבער טאַקע נאָר ביז צו אַ געוויסן גראַד. אין גאַנצן פֿאַרבײַטן דעם רוסלענדיש-ייִדישן צענטער וועלן די פֿאַראייניקטע צענטראַלע אינסטיטוציעס ניט קענען. זיי וועלן זיך מוזן שטיצן אויף די כּוחות פֿון די ייִדישע קיבוצים, וואָס וועלן זיי שאַפֿן. אָבער יעדער איינער פֿון די דאָזיקע קיבוצים וועט איצט, ווען ער איז אָפּגעטיילט, דאָך האָבן אַ סך ווייניקער קראַפֿט און אַ סך אַ קלענערן פֿאַרנעם אין זײַן שאַפֿן, ווי דאַן, ווען ער איז פּאָליטיש און עקאָנאָמיש, ניט נאָר גײַסטיק, געווען באַהעפֿט מיט די איבעריקע טיילן פֿון דעם געוועזענעם רוסלענדיש-ייִדישן קיבוץ.

און אַ חוץ דעם זײַנען דאָך די צווישן-מלוכהדיקע צענטראַלע, ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס, וועגן וועלכע איך רעד דאָ, דערווײַל נאָר ... צוקונפֿט-מוזיק. [...] ווער ווייסט, וויפֿל מיר וועלן נאָך דאַרפֿן וואַרטן אויף דער מעגלעכקייט פֿון אַזאַ מין אָרגאַניזירטער קולטורעלער פֿאַראייניקונג! ביז יענער צײַט וועט יעדער פֿון די קליינע ייִדישע ייִשובֿים זײַן אָנגעוויזן נאָר אויף זײַנע אייגענע כּוחות. פֿרעגט זיך: ווער פֿון זיי וועט אַליין, מיט זײַנע אייגענע קרעפֿטן, קענען שאַפֿן אַ לעבן, וואָס זאָל האָבן אַ צענטראַלע, דאָס הייסט, אַן אַלגעמיין-נאַציאָנאַלע באַטײַטונג? ווער פֿון זיי וועט כאָטש אויף אַ צײַט און כאָטש אין אַ באַגרענעצטער מאָס קענען ווערן אַ צענטראַלער ייִדישער קיבוץ?

פּוילן:

איך בין ניט אַזוי שטרענג געשטימט ווי אַנדערע בנוגע דער צוקונפֿט פֿון ייִדן אין פּוילן. ווי גרויס עס זאָל ניט זײַן די ייִדישע אויסוואַנדערונג פֿון פּוילן, ווען עס וועט מעגלעך זײַן, וועט דער גרעסטער טייל ייִדן דאָך בלײַבן דאָרטן. זיי האָבן צו טיפֿע וואָרצלען געלאָזן אין לאַנד, מען וועט זיי ניט אויסראָטן. נאָר צי וועלן זיי אין דער נאָענטסטער צוקונפֿט קענען שטיין בראָש פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק — דאָס איז אַ גרויסע פֿראַגע. די אינטעליגענץ און די "העכערע שיכטן" זײַנען בײַ די ייִדן אין פּוילן אָפּגעריסן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלקס-לעבן מער ווי ערגעץ אַנדערשוווּ. אין רוסלאַנד האָט מען געקענט זײַן באַקאַנט מיט דער רוסישער קולטור און דאָך זײַן אַ ייִד. אין פּוילן איז אָבער דאָס אַלגעמיינע קולטור-לעבן ענג-נאַציאָנאַל. ווערט איינער דערצויגן אין דער לופֿט פֿון דער פּוילישער קולטור, אָפֿט נאָר פֿון דער פּוילישער שפּראַך, ווערט ער אַ פּאָליאַק. עס זײַנען דאָ אַ סך אורזאַכן פֿאַר וואָס דאָס איז אַזוי. אָבער דאָס איז אַ פֿאַקט. און ביז עס וועט צווישן די קלאַסן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, וואָס גיט זייערע קינדער אַ פּוילישע דערציִונג, אויסוואַקסן אַ ייִדישע אינטעליגענץ, דאָס הייסט, אַן אינטעליגענץ, וואָס קען און וויל שאַפֿן אין פֿאַרבינדונג מיט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון פֿאָלק, וועט אַריבער נאָך פֿיל צײַט.

פֿיל ערגער אָבער איז וואָס אויך די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן וועלן אין פּוילן ניט אַזוי גיך ווי אין רוסלאַנד אָדער ליטע אויסטיילן פֿון זיך אַן אינטעליגענץ. די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן זײַנען אין פּוילן נאָך זייער פֿאַרשלאָפֿן, פֿאַרגליווערט און אָפּגעשטאַנען. די פּוילישע ייִדן, וואָס די צאַרישע רעגירונג האָט אין אָנהייב קריג פֿאַריאָגט פֿון זייער היים, זײַנען צוליב די צרות און די וואַנדערונגען געוואָרן אַ ביסל רירעוודיקער, באַוועגלעכער. אָבער די וואָס זײַנען געבליבן אין דער היים זײַנען ביז איצט אײַנגעשלאָסן אין די פֿיר איילן פֿון דער רבייִשער ייִדישקייט. די אויפֿקלערונג-באַוועגונג, וואָס די ליטווישע ייִדן האָבן שוין לאַנג דורכגעמאַכט, האָט זיך בײַ זיי ערשט אָנגעהויבן.

אמת, בײַ זיי איז זי, אַ דאַנק דעם נאַציאָנאַלן גײַסט פֿון דער איצטיקער צײַט, מער בויענדיק און שאַפֿנדיק ווי זי איז געווען אַ מאָל אין רוסלאַנד און ליטע, וווּ זי האָט פֿיל זאַכן געשטערט און צעשטערט. דערפֿאַר איז זי אָבער אויך אַ מער פּאַמעלעכדיקע. און ס׳איז דעריבער ניט קיין צופֿאַל, וואָס עד-היום איז אין פּוילן ניטאָ ניט נאָר קיין ייִדישע אינטעליגענץ, וועלכע זאָל וועלן צי קענען עפּעס אויפֿטאָן אין דעם פּרט אין קולטור, נאָר עס איז ניטאָ אַפֿילו קיין פֿאָלקס-אינטעליגענץ אין מאָדערנעם וועלטלעכן זינען פֿון דעם דאָזיקן וואָרט. [...] און ווען אין וואַרשע, לאָדזש און אַנדערע גרעסערע שטעט וואָלטן ניט געווען קיין ליטוואַקעס, וואָלט קיין שום וועלטלעכער ייִדישער קולטור-אַנשטאַלט דאָרט ניט געקענט האָבן קיין קיום. די ייִדישע פּרעסע, דאָס ייִדישע טעאַטער, די וועלטלעכע ייִדישע שול — אַלץ האַלט זיך אויפֿן ליטוואַק. די פּוילישע ייִדן (דאָס הייסט, די מער וועלטלעכע צווישן זיי) לייענען די צײַטונגען, באַזוכן די טעאַטערס, שיקן זייערע קינדער אין די שולן, אָבער שאַפֿן צײַטונגען, אָרגאַניזירן טעאַטערס, בויען שולן — דאָס קענען זיי ניט. דערצו דאַרפֿן זיי האָבן דעם ליטוואַק.

אין זייער גײַסט ליגן באַהאַלטן אוצרות פֿון גײַסטיקער, דערהויפּט קינסטלערישער ענערגיע. זיי האָבן שוין אַרויסגעגעבן פֿון זיך ניט איין גרויסן קינסטלער. עס פֿעלן אָבער בײַ זיי די סאָציאַלע געפֿילן און אָרגאַניזאַטאָרישע פֿעיִקייטן, מיט וועלכע עס צייכענען זיך אַזוי אויס די ליטווישע ייִדן. איך וואָלט געקענט ברענגען פֿיל בײַשפּילן, וואָס ווײַזן די ריכטיקייט פֿון דער דאָזיקער מיינונג. אָבער דאָ איז ניט דער אָרט דערפֿאַר. איך האָב נאָר געוואָלט זאָגן, אַז עס איז אַ קנאַפּע האָפֿענונג, אַז די פּוילישע ייִדן זאָלן מיט די אייגענע כּוחות קענען אויפֿטאָן אין דער נאָענטער צוקונפֿט אַזוינע זאַכן, וואָס זאָלן זיי אַוועקשטעלן אין דער שפּיץ פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק און מאַכן זיי פֿאַר דעם מיטלפּונקט פֿון דעם ייִדישן לעבן.