ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
Marion Aptroot, 
Roland Gruschka. 
Jiddisch: Geschichte und Kultur einer Weltsprache. 
München: C. H. Beck, 2010.
Marion Aptroot, 
Roland Gruschka. 
Jiddisch: Geschichte und Kultur einer Weltsprache. 
München: C. H. Beck, 2010.

די געשיכטע פֿון ייִדיש און דײַטש האָט איר פֿאָרבילד אין ספֿר "בראשית" וווּ עס ווערט דערציילט וועגן הבֿל און קין. די צוויי לשונות האָבן געלעבט איינער לעבן דעם אַנדערן אין משך פֿון אַ טויזנט יאָר, ביז איין "ברודער" האָט דערהרגנעט דעם אַנדערן. עס איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער הײַנטיקער דײַטשישער אינטעליגענץ, וואָס וויל זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון וועגן דעם עבֿר, פֿאַרנעמט ייִדיש אַ גאָר באַזונדער אָרט. פֿאַר אַ צאָל דײַטשן פֿאַרקערפּערט ייִדיש אַן "אַלטערנאַטיוון" דײַטשלאַנד, אַ ווירטועלן בימקום פֿון דעם ווירקלעכן מערדערישן גאַנג פֿון דער דײַטשישער געשיכטע. עס איז ניט צופֿעליק, אַז דווקא דײַטשלאַנד איז אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון אַקאַדעמישע ייִדיש־שטודיעס, בפֿרט אויפֿן געביט פֿון ייִדישער פֿילאָלאָגיע און געשיכטע פֿון דער אַלט־ייִדישער קולטור.

אָבער אַ ברייטערע דײַטשישע לייענערשאַפֿט האָט עד־היום ניט פֿאַרמאָגט קיין קלאָרן, פֿאַרלאָזלעכן און זאַכלעכן אַרײַנפֿיר אין דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדיש. אין דעם זין איז דײַטשלאַנד ניט געווען קיין יוצא־דופֿן. אַזאַ מין אַרײַנפֿיר פֿעלט אויך אויף ענגליש, ניט געקוקט אויף אַ סך פּאָפּולערע ביכער וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישער קולטור און געשיכטע. אָבער ווען עס קומט צו ייִדיש, האָט מען אַ טבֿע צו שרײַבן מער וועגן זיך אַליין איידער וועגן דעם תּכלית. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן...

דאָס קורצע ביכל פֿון מאַריאָן אַפּטראָט און ראָלאַנד גרושקאַ, צוויי פֿירנדיקע דײַטשישע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿון דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעט, האָט אַ סך מעלות. דאָס בוך דערציילט די געשיכטע פֿון ייִדיש ווי אַ "וועלט־שפּראַך", וואָס האָט אירע וואָרצלען אין די מיטל־אַלטערלעכע דײַטשישע לענדער און דערגרייכט מיט אירע צווײַגן צו אַלע פֿינף קאָנטינענטן. דער וויסנשאַפֿלטלעכער יסוד פֿונעם דאָזיקן בוך איז מאַקס ווײַנרײַכס באַקאַנטע טעאָריע פֿון ייִדיש, ווי אַ שמעלץ־שפּראַך, באַרײַכערט דורך די לעצטע וויסנשאַפֿטלעכע חידושים.

דווקא אָט די "אַלוועלטלעכקייט" פֿון ייִדיש איז דער לייטמאָטיוו פֿונעם בוך. אין אַ געוויסן זין, איז דאָס אַ קיצור פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿונעם אשכּנזישן ייִדנטום, דערזען דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון דער ייִדישער שפּראַך. דאָס בוך איז פֿול געפּאַקט מיט אינטערעסאַנטע און באַלערעוודיקע פֿאַקטן און אָבסערוואַציעס, און נעמט אַרײַן אַ גרויסע צאָל בײַשפּילן, וואָס זײַנען ספּעציעל צוגעפּאַסט צו דעם דײַטשישן לייענער. אָבער דער הויפּט־העלד פֿונעם סיפּור־המעשׂה בלײַבט תּמיד די שפּראַך גופֿא.

יעדע תּקופֿה אין דער ייִדישער שפּראַך־געשיכטע ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך אירע וויכטיקסטע ליטעראַרישע דערגרייכונגען, מיט אַ ספּעציעלן טראַף אויף דער שפּראַכלעכער אַנטוויקלונג. אַזוי אַרום שאַפֿט זיך אַן איינהייטלעך בילד פֿון דער קולטורעלער עוואָלוציע פֿון ייִדיש, וואָס הייבט זיך אָן אין דער דײַטשיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה און פֿאַרשפּרייט זיך קיין מיזרח־אייראָפּע און ווײַטער קיין צפֿון־ און דרום־אַמעריקע און ארץ־ישׂראל. מען וואָלט געקאָנט צוגעבן אַ פּאָר ווערטער אויך וועגן ייִדיש אין דרום־אַפֿריקע און בפֿרט, אין אויסטראַליע, וווּ מען האָט אויפֿגעבויט אַ לעבעדיקע ייִדישע שול־סיסטעם.

די מחברים האָבן אויסגעקליבן אַ זאַכלעכן טאָן, פֿרײַ פֿון וואָסער־ניט־איז סענטימענטאַלן שמאַלץ; און דערבײַ קוקן זיי אין דער צוקונפֿט מיט אָפּטימיזם. דאָס בוך ענדיקט זיך מיט אַ קורצן איבערזיכט פֿונעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש, דער עיקר בײַ די "חרדים", און דער אויספֿיר איז אַ פּאָזיטיווער׃ "לויט אַ זייער אָפּגעהיטער אָפּשאַצונג, זײַנען פֿאַראַן הײַנט אין דער וועלט אַרום הונדערט טויזנט מענטשן, וואָס באַנוצן זיך מיט ייִדיש טאָג־טעגלעך; מער אָפּטימיסטישע אָפּשאַצונגען האַלטן, אַז די דאָזיקע צאָל איז קרובֿ צו איין מיליאָן. די מחברים דערקלערן די גרונט־טענדענצן פֿון דער שפּראַכלעכער עוואָלוציע אין דער חרדישער סבֿיבֿה, בפֿרט די פּאַמעלעכע אָפּשטאַרבונג פֿונעם גראַמאַטישן מין און די השפּעה פֿון ענגליש און עבֿרית. אַזוי אַרום באַקומט זיך, אַז ייִדיש אַנטוויקלט זיך ווײַטער אין הסכּם מיט ווײַנרײַכס מאָדעל, וואָס באַשטעטיקט דעם פֿאַקט, אַז ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך."

דאָס בוך "ייִדיש׃ געשיכטע און קולטור פֿון אַ וועלט־שפּראַך", איז אַ מוסטערווערק פֿון דעם זשאַנער — פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור. אַזאַ מין ביכער אַרום ייִדיש דאַרף מען האָבן אויף אַלע שפּראַכן פֿון אַשכּנזישן "גלות"׃ ענגליש, עּבֿרית, פֿראַנצויזיש, רוסיש, שפּאַניש. דאָס איז די בעסטע כּלי צו באַקעמפֿן דאָס עם־הארצות וועגן ייִדיש, וואָס הערשט אין דער ייִדישער און ניט־ייִדישער וועלט. אָבער סתּם איבערזעצן דאָס דאָזיקע בוך אויף אַן אַנדער שפּראַך וועט ברענגען ווייניק נוצן, ווײַל עס איז געצילט ספּעציעל פֿאַרן דײַטשישן עולם. אויף יעדער שפּראַך דאַרף מען שרײַבן וועגן ייִדיש אַנדערש, באַטאָנענדיק דווקא די אַספּעקטן פֿון ייִדיש, וואָס זײַנען רעלעוואַנט פֿאַר דער געהעריקער קולטור. דאָס איז אַ שווערע, אָבער דרינגענדיקע אויפֿגאַבע, וואָס וואַרט אויף איר לייזונג.