ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעמע וואָס איך קלײַב זיך צו באַהאַנדלען איז, לויט מײַן מיינונג, וויכטיק גענוג מיך אַרויסצורײַסן פֿון מײַן זעלבסט־אַרויפֿגעצוווּנגענעם איבעררײַס אין מײַן זשורנאַליסטישער טעטיקייט. די סיבה דערצו איז דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט פֿון וויליאַם סאַפּיר, דעם פּראָמינענטן קאָלומניסט פֿון דער New York Times און לינגוויסט. אַגבֿ, כּדאַי צו באַמערקן, אַן אוהבֿ פֿון מדינת־ישׂראל.

ומעשׂה־שהיה רק היה, מיט 13 יאָר צוריק בשעת זייער אָנגעהיצטע וואַל־דעבאַטעס, ווען די קאַנדידאַטן האָבן אויסגעטאָן די הענטשקעס און ממש געגאָסן פּעך און שוועבל איינער אויפֿן צווייטן, האָט דער דעמאָלט אַמטירנדיקער גובערנאַטאָר פֿון ניו־דזשוירזי, די פֿר’ קריסטי טאָד־וויטמאַן זיך באַמיט אָפּצוקילן די געמיטער. איר שטימע אויפֿן ראַדיאָ איז געהערט געוואָרן זייער אָפֿט, רופֿנדיק די קעגנזײַטיקע סענאַט־קאַנדידאַטן צו פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט. אין איינעם אַזאַ רוף האָט זי אַ זאָג געטאָן: "אויב עמעצער וויל דאָך זײַן אַ שמ־ק?!" איך בין ניבֿהל־ונשתּומם געוואָרן.

מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָב איך אָנגעשריבן אַ קורץ בריוול צום רעדאַקטאָר פֿון דער "טײַמס", זאָגנדיק צווישן אַנדערע ווערטער, אַז "איך בין אַ לערער פֿון ייִדיש און זייער שטאָלץ מיט דער השפּעה פֿון ייִדיש אויף דער ענגלישער שפּראַך. דאָס וואָרט 'שמ־ק’ אָבער איז אַ וווּלגאַריזם און דאַרף בשום־אופֿן נישט געהערט ווערן אין דער עפֿנטלעכקייט און נישט אין דרוק. ייִדישע קאָמיקער האָבן פֿאַרדינסטן אין פּאָפּולאַריזירן ייִדישע ווערטער און ווערטלעך, אָבער דער אויסדרוק איז ניבֿול־פּה". איך האָב ניט זוכה געווען צו זען מײַן בריוו אין דרוק (סײַדן, מען איז אַ גבֿרא־רבא, אָדער מען האָט קאָנטאַקטן). ווען איך האָב אַ וואָך שפּעטער געפֿונען אין דעם Times Magazine אַ גרויסע אָפּהאַנדלונג פֿון וויליאַם סאַפּיר אויף דער טעמע, האָב איך זיך ניט געפֿוילט און אָנגעשריבן ווידער אַ קורץ בריוול צום רעדאַקטאָר, זאָגנדיק אַז הגם אַני־הקטן האָב איך ניט זוכה געווען צו דערזען מײַן בריוול אויף די שפּאַלטן פֿון "טײַמס", בין איך אָבער העכסט צופֿרידן וואָס אַזאַ חשובֿער שרײַבער און לינגוויסט ווי וויליאַם סאַפּיר האָט געפֿונען פֿאַר נייטיק צו ווידמען אַ באַריכותדיקן אַרטיקל אויף דער טעמע. גלײַכצײַטיק האָב איך אָנגעשריבן אַ יישר־כּוח־בריוול צו סאַפּירן און בײַגעלייגט מײַן קאָרעספּאָנדענץ צו דעם "טײַמס"־רעדאַקטאָר. ויהי־היום און איך האָב דערהאַלטן אַ פּאָסטקאַרטל פֿון סאַפּירן, וווּ ער זאָגט צווישן אַנדערן: "אײַער קאָמענטאַר האָט אַרײַנגעדרונגען אין מײַן מחשבֿה־סיסטעם (thought process) און וועט מעגלעך געפֿינען אַ מקום אין איינעם פֿון מײַנע אַרטיקלען". עד־כּאַן.

איך בין ניט קיין פּראָפֿעסיאָנעלער לינגוויסט, הגם איך גריבל זיך און האָב ליב צו פֿאָרשן שפּראַך־פֿאָרמעס און עטימאָלאָגישע מקורים אין עטלעכע שפּראַכן וואָס איך באַהערש. איידער איך ציטיר שטעלעס פֿון סאַפּירס אַרטיקל, וויל איך ווי אַן אַרײַנפֿיר צום ענין־לשון אָפּפֿרישן דעם זכּרון פֿון אונדזערע לייענער מיט עטלעכע ייִדישע פּרינציפּן און כּללים. נישט אומזיסט חזרן מיר איבער דעם כּלל, אַז "החיים והמוות ביד הלשון". אָדער "חכמים הזהירו בדבֿריכם". איינער פֿון די הויפּט־שטריכן פֿון דעם מענטש צום אונטערשייד פֿון דער חיה איז דאָך דאָס לשון. דער באַגריף פֿון זײַן פֿאָרזיכטיק מיט לשון ווערט אויסגעדריקט אין דעם אָנזאָג זיך צו באַנוצן מיט לשון־נקיה — מיט ריינע ווערטער, אַפֿילו ווען עס רעדט זיך וועגן אומווערדיקע טאַטן און אויפֿפֿירונגען. ייִדן פֿלעגן רופֿן דעם בית־הקבֿרות דאָס גוטע אָרט אָדער בית־החיים. "אַל תּפֿתּח פּה לשׂטן" האָט יעדער ייִד געוווּסט צו זאָגן. אַן אַנדער כּלל, מער אין מויל פֿון די וואָס האָבן געלערנט, איז "בלשון־סגי־נהור", מיינענדיק, אַז מען זאָגט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע, דעם היפּוך פֿון דעם וואָס מען וויל זאָגן בכדי אויסצומײַדן די ברוטאַליטעט אָדער וווּלגאַריטעט פֿונעם וואָרט, אָדער דער סיטואַציע. ער איז אַ חכם אָדער אַן אייבער־חכם מיינט פּשוט: ער איז אַ שוטה, אַן אידיאָט. אין דער תּורה, וווּ מיר טאָרן ניט ענדערן קיין וואָרט און אַפֿילו ניט קיין אות, געפֿינען מיר אין די חומשים נאָטיצן "קרי־וכתיבֿ", דאָס הייסט, אַזוי איז עס געשריבן און אַזוי דאַרף מען עס לייענען. אין איין פֿאַל אָבער לייענט מען בכלל ניט דאָס וואָרט ווי עס איז געשריבן (ישגלנה), נאָר מען לייענט גאָר אַן אַנדער וואָרט (ישכּבֿנה) אַ לשון־נקיה (an euphemism). קוקט אַרײַן אין ספֿר דבֿרים, קאַפּיטל כ״ח, ל’ "אשה תארש ואיש אַחר ישגלנה (ישכּבֿנה)" — אַ ווײַב וועסטו פֿאַרקנסן, און אַן אַנדער וועט מיט איר זײַן (ייִדיש: יהואש). אינטערעסאַנט, אַז "וועט מיט איר זײַן" איז אַגבֿ אויך אַ לשון נקייה, ווײַל "ישכּבֿנה", מיינט וועט מיט איר ליגן אָדער שלאָפֿן.

די ווייניקע ציטאַטעס ברענג איך ווידער אַ מאָל צו באַטאָנען ווי ווײַט ייִדן האָבן אָפּגעהיטן די ריינקייט פֿון לשון. אין אונדזער פֿאַל איז דאָס וואָרט בכלל ניט צו געפֿינען אין ווערטערבוך. אויב דאָס וואָרט "פּ־ץ" איז ניט געדרוקט אין נחום סטוטשקאָווס "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", געפֿינט מען די צוויי ווערטער אין דער רובריק "באַליידיקונגען". דאָס ערשטע וואָרט, ווען מען לייענט די ראָשי־תּיבֿות פֿון דעם אויסדרוק "שמן משחת קדש" און דאָס צווייטע וואָרט "פּא־צדיק".

און איצט אַ פּאָר ווערטער וועגן וויליאַם סאַפּירס לאַנגן אַרטיקל. אויך ער וווּנדערט זיך וואָס קריסטי טאָד־וויטמאַן, די גובערנאַטאָרשע פֿון ניו־דזשוירזי, אַ הויך־געבילדעטע פֿרוי פֿון אַ פֿײַנעם ייִחוסדיקן אָפּשטאַם האָט זיך באַנוצט מיט אַזאַ וווּלגאַר וואָרט. ער ציטירט אַנדערע פּערזענלעכקייטן, ווי אויך די Associated Press, וואָס האָבן באַנוצט און געדרוקט דאָס וואָרט. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אין אונדזערע טעג ווערט דער אויסדרוק פֿאַרשטאַנען "זײַ נישט קיין יאָלד, אידיאָט אָדער פּא־צדיק". סאַפּיר זאָגט דאַן: "אויב אַזוי, פֿאַרוואָס ווער איך אויסער זיך ווען איך הער דאָס וואָרט אין דער עפֿנטלעכקייט, אָדער אין אַ צײַטונג? ווײַל איך בין דערצויגן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין אַ סבֿיבֿה (אַגבֿ, פֿון ייִדישן ליטווישן אָפּשטאַם), וווּ דאָס וואָרט האָט געמיינט דעם מענטשלעכן אבֿר. בין איך דעריבער היפּער־סענסיטיוו אָדער זייער באַשיידן, אָדער צניעותדיק?" פֿאַררופֿנדיק זיך אויף אַ ריי לינגוויסטן, דערוויסן מיר זיך, אַז דאָס וואָרט שטאַמט פֿון דעם אַלט־פּוילישן וואָרט "סמאָק", וואָס מיינט אַ שלאַנג. דער אויסלייג אין ענגליש schmuck שטאַמט פֿונעם דײַטשישן וואָרט, וואָס מיינט צירונג אָדער אָרנאַמענט. אַ סבֿרא, אַז היות ייִדיש האָט ניט פֿאַרמאָגט אַ וואָרט פֿאַרן מענלעכן אבֿר, האָבן ייִדישע מאַמעס בײַם באָדן זייערע קליינע עופֿעלעך עס אָנגערופֿן מיטן דײַטשישן "שמוק", געמיינט, אַ צאַצקע, אַ צירונג, אַן אוצר. איך וועל זיך באַגרענעצן און איבערלאָזן דעם ענין אין די הענט פֿון דעם פֿילאָלאָג אינעם ענגלישן "פֿאָרווערטס".

איך וויל איבערגיין צו אַ פֿאַל וואָס האָט מיך אויפֿגעברויזט, ווען כ’האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַן ענלעכן, אפֿשר נאָך מער פֿאַרדריסלעכן און סקאַנדאַליעזן עפּיזאָד פֿון גרינגשאַצונג פֿון אונדזער ייִדיש לשון. דאָס מאָל איז דאָס געשען אויף די שפּאַלטן פֿון דעם ניו־יאָרקער ייִדישן וואָכנבלאַט The Jewish Week. דעם 24סטן אַפּריל ה״י איז דערשינען אַן אַרטיקל מיטן קעפּל: Alta Kocker Humor for all Ages, געשריבן פֿון שאַראָן אודאַסין. אַפֿילו די טראַנסליטעראַציע אין ענגליש באַווײַזט די עם־הארצישקייט פֿון דער מחברטע. דאָס מאָל וועל איך איבערגעבן דעם פֿולן טעקסט פֿון מײַן בריוו צום רעדאַקטאָר, וואָס איז ווויל באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט און איז אויך אַ ייִדיש־ייִדישער מענטש. "איך בין אַ רעגולערער אַבאָנענט פֿון אײַער צײַטונג. איך האָב ניט געגלייבט מײַנע אויגן, זעענדיק דעם נאָמען פֿונעם אַרטיקל מיט גרויסע לבֿנה־אותיות אויף זײַט 3. מיר ייִדן זײַנען שטאָלץ מיט דער השפּעה פֿון ייִדיש אויף דער ענגלישער שפּראַך. טיפּישע ייִדישע ווערטלעך, אַפֿאָריזמען און משלים איז צו פֿיל זיי דאָ צו דערמאָנען, זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון דער ענגלישער ליטעראַרישער, ווי אויך טאָג־טעגלעכער שפּראַך. צום באַדויערן, האָבן אַ סך אומגעבילדעטע ייִדן (ייִדישע אַקטיאָרן אַרײַנגערעכנט) אײַנגעשלאָסן אין דעם אוצר אַ סך וווּלגאַריזמען וואָס דאַרפֿן קיין מאָל ניט דערשײַנען אין דרוק. "The Jewish Week", די הויכגעשעצטע און חשובֿע צײַטונג דאַרף זיך שעמען צו דעמאָנסטרירן אַזאַ חוסר פֿון דרך־ארץ. דער קעטסקיל־הומאָר איז קיין מאָל ניט געווען גלאַט. דאָס ייִדישע לשון נאָכן חורבן פֿאַרדינט ניט נאָר באַוווּנדערונג, נאָר אויך אַן אויסנעמלעכן דרך־ארץ און ייִראת־הכּבֿוד. שאַראָן אודאַסין, די מחברטע פֿון דעם א״ק־אַרטיקל, דאַרף זיך אַנטשולדיקן פֿאַרן ייִדישן לייענער־עולם".

צום שבֿח פֿונעם רעדאַקטאָר איז מײַן בריוול דערשינען, מיט קליינע ענדערונגען אין דער אויסגאַבע פֿון דעם 5טן יוני.

דאָס האָט געדאַרפֿט אָפּשליסן מײַן אַרטיקל אָן ווײַטערדיקע פּירושים. ווי צו־להכעיס, האָב איך באַקומען אַ קאַרטל פֿון "אַרבעטער־רינג"־בוך־צענטער, אַן אײַנלאַדונג צו אַ באַגעגעניש מיט זייער פּאָפּולערן און חשובֿן מחבר פֿון "געבוירן צו קוועטשן" (Born to Kvetch) מיכאל וועקס, לכּבֿוד דעם דערשײַנען פֿון זײַן נײַעסטן בוך: How to Be a Mentsh
(& Not a Schmuck).

דערשטוינט מוז איך אַרויסרופֿן: אויך דו ברוטוס — Et tu Brute?

דער ייִדישער עקוויוואַלענט וואָס קומט אויפֿן געדאַנק איז מהרסיך ומחריבֿיך ממך יצאו — דײַנע צעשטערער און דײַנע פֿאַרוויסטער וועלן אַרויס פֿון דיר (ישעיהו מ״ט, י״ז; ייִדיש: יהואש).

כ’האָף, אַז איך בין נישט קיין שמאָ, אַ שמעגעגע, אַ גאַנצער שמעלקע און אַוודאי ניט קיין שלימזל.