געשיכטע
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ "פֿאַראייניקטער פֿראָנט" אויפֿן געביט פֿון ייִדישער בילדונג. — נאָוועמבער 1949 איז געפֿײַערט געוואָרן די פֿאַראייניקונג פֿון דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר מיט די אַרבעטער־רינג קורסן פֿאַר העכערער בילדונג, אין ניו־יאָרק. אויפֿן בילד זעט מען די הויפּט־געסט בײַ דער פֿײַערונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין קעפּיטאָל האָטעל. עס זיצן (פֿון רעכטס צו לינקס): לואיס סיגעל, זרובבֿל, שמואל ניגער, ד״ר פֿ. פֿרידמאַן, מ. בראַון, נ. כאַנין, פּ. גינגאָלד, י. בערג. שטייענדיק: י. פּופּקאָ, שׂרה ליבערט, ח. בעז, ז. יעפֿרויקין, ל. געלפּאַר, לייבוש לעהרער, יעקבֿ פּאַט, פּינחס שוואַרץ, לאה קאָרעצקי און ש. גאָלדמאַן.
אַ "פֿאַראייניקטער פֿראָנט" אויפֿן געביט פֿון ייִדישער בילדונג. — נאָוועמבער 1949 איז געפֿײַערט געוואָרן די פֿאַראייניקונג פֿון דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר מיט די אַרבעטער־רינג קורסן פֿאַר העכערער בילדונג, אין ניו־יאָרק. אויפֿן בילד זעט מען די הויפּט־געסט בײַ דער פֿײַערונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין קעפּיטאָל האָטעל. עס זיצן (פֿון רעכטס צו לינקס): לואיס סיגעל, זרובבֿל, שמואל ניגער, ד״ר פֿ. פֿרידמאַן, מ. בראַון, נ. כאַנין, פּ. גינגאָלד, י. בערג. שטייענדיק: י. פּופּקאָ, שׂרה ליבערט, ח. בעז, ז. יעפֿרויקין, ל. געלפּאַר, לייבוש לעהרער, יעקבֿ פּאַט, פּינחס שוואַרץ, לאה קאָרעצקי און ש. גאָלדמאַן.
דאָס אַקאַדעמישע לערניאָר 1949—1950 אין דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק פֿאַרדינט אַ ספּעציעלע אָפּהאַנדלונג צוליב אַ ריי טעמים. פֿיר יאָר נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די פּליטים־לאַגערן אין אייראָפּע זיך אָנגעהויבן אויסצוליידיקן און די שארית־הפּליטה האָט געשטראָמט אין אַלע ריכטונגען. די טויערן פֿון דער נײַ־אויפֿגעשטאַנענער מדינת־ישׂראל האָבן אַבסאָרבירט די טויזנטער לעבן־געבליבענע וואָס האָבן געגאַרט צו קושן דעם שטויב פֿון דעם הייליקן גרונט פֿון ארץ־ישׂראל, גלײַכצײַטיק האָבן פֿיל טויזנטער עמיגרירט קיין צפֿון־ און דרום־אַמעריקע, אויסטראַליע און אַ געוויסער פּראָצענט האָט זיך באַזעצט אין אייניקע אייראָפּעיִשע לענדער.
די שארית־הפּליטה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אייגנאַרטיקע געמיינשאַפֿט: גאָר ווייניק עלטערע מענטשן און כּמעט אָן קינדער. די וואָס האָבן בײַם אויסבראָך פֿון דער מלחמה דערגרייכט דעם עלטער פֿון יוגנטלעכע אָדער דערוואַקסנשאַפֿט, האָבן געהאַט אַלגעמיינע און אַקאַדעמישע בילדונג, ווי אויך פֿאַכמענישע קענטענישן און לעבנס־דערפֿאַרונג.
איך בין אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק דעם דריטן סעפּטעמבער 1949 צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי סאָניע. אין עלטער פֿון 27 יאָר האָב איך געהאַט די זכיה צו שטודירן פֿאַר דער מלחמה אין אַ העברעיִשער גימנאַזיע ווי אויך אין חדר און בית־המדרש. נאָך דער באַפֿרײַונג האָב איך שטודירט געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע אויף דעם אוניווערסיטעט פֿון אינסברוק אין עסטרײַך. מײַן קענטעניש פֿון ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און דײַטש האָט בלי־ספֿק געהאַט אַ השפּעה אויף מײַן לעבנסגאַנג. דאָך האָב איך איבערגעלעבט אַ פֿאַרצווייפֿלונג, נישט וויסנדיק וואָס צו טאָן. עס געדענקט זיך איין פֿאַל. אַ באַקאַנטער וואָס איז אַ יאָר פֿריִער אָנגעקומען קיין אַמעריקע האָט מיר רעקאָמענדירט צו זוכן אַ שטעלע אין דער קליידונג־אינדוסטריע. דער בעל־הבית, קענטיק אַ ייִדישער מענטש, האָט מיר נאָך אַ קורצן שמועס אַ זאָג געטאָן: "אויב איר ווילט קאָן איך אײַך אָנשטעלן, אָבער דאָס איז ניט פּאַסיק פֿאַר אײַך". אַן אַנאָנס אין "דער טאָג" האָט, רעטראָספּעקטיוו גערעדט, באַשטימט מײַן צוקונפֿט אין אַמעריקע. דער ייִדישער לערער־סעמינאַר באָט אָן סטיפּענדיעס פֿאַר פּאַסיקע קאַנדידאַטן אויף אַ קאָנצענטרירטער, אייניאָריקער לערן־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש־העברעיִשע לערער. אַן אינטערוויו מיט דעם דירעקטאָר ד״ר פֿיליפּ פֿרידמאַן, אַ באַקאַנטער היסטאָריקער שוין אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן און שפּעטער, דער דירעקטאָר פֿאַר דערציִונג בײַם צענטראַלן קאָמיטעט פֿון באַפֿרײַטע ייִדן אין מינכן, האָט מיך דערמוטיקט אָנצונעמען דעם אָנבאָט.

דער ייִדישער לערער־סעמינאַר — אַ מאָדערנער כּולל

איך דערמאָן זיך מיט וואָס פֿאַר אַ שווערן געמיט איך בין געקומען אין סעמינאַר אַרײַן. אַ נײַער אימיגראַנט, קיינעם נישט געקענט, האָב איך געזוכט אַ תּיקון פֿאַר מײַן אינעווייניקן "איך". איך געדענק אויך ווי שלעכט עס האָט אויף מיר געווירקט, ווען איך האָב פֿעסטגעשטעלט, אַז איך בין כּמעט איינער אַליין פֿון די "גרינע" און אַז אַרום מיר זע איך נאָר ענגליש־ריידנדיקע יונגע בחורים און מיידלעך וואָס זײַנען (האָט זיך מיר געדאַכט) אויסגעקנאָטן פֿון אַ גאַנץ אַן אַנדער מאַטעריאַל.
איך האָב מיר געטראַכט, אַז איך מאַך אַן עקספּערימענט, אַן ערנסטן און מורא געהאַט צי עס וועט זיך אײַנגעבן. די שטימונג האָט זיך מיט דער צײַט געענדערט. עס זײַנען צוגעקומען עטלעכע נײַע סטודענטן, נײַ־געקומענע און וואָס נאָך וויכטיקער, מיט דעם זעלביקן הינטערגרונט און בילדונג. עס איז איבעריק צו זאָגן אַז נאָך עטלעכע חדשים לערנען אין סעמינאַר איז ער פֿאַר אונדז, בפֿרט נײַ־געקומענע, געוואָרן אַ דירת־קבֿע — אַ היים וווּ מיר האָבן פֿאַרבראַכט כּמעט גאַנצע טעג און אָוונטן. דער גרעסטער טייל סטודענטן האָט אויפֿגענומען קורסן ביז דרײַסיק שעה אין דער וואָך. ווען ניט אַנדערע זאָרגן וואָס האָבן געמאַטערט אונדז, נײַ־אַריבערגעקומענע, וואָלטן מיר אויפֿגענומען נאָך אַנדערע זייער וויכטיקע קורסן וואָס ס׳איז ממש געווען אַ שאָד זיי נישט צו הערן.

גראַדואַנטן פֿונעם קלאַס 1949—1950 און מיטגלידער פֿונעם לערער־פּערסאָנאַל בײַם ייִדישן לערער־סעמינאַר עס זיצן פֿון רעכטס צו לינקס, דער לערער־פֿאַקולטעט (ניט אַלע): י. כאַרלאַש, ש. ראָסקין, חיים בעז, פּינחס גינגאָלד, ד״ר פֿרידמאן, נ. ב. מינקאָוו, ירחמיאל ווײַנגאָרטן, בן מאיר און ישׂראל בידערמאַן. עס שטייען אין דער צווייטער שורה: ש. שאַפּיראָ, מאַראַ גאָלדבערג, מאיר בראַון, מינדל ווײַסמאַן, לאה קאָרעצקי, מרים פֿעלדמאַן. דריטע שורה: דוד ראָזענטאַל, שלמה גאָלדמאַן, לייבל באָראָוויק, משה אונגער, מרדכי דוניץ, עמנואל נאָדעל.
גראַדואַנטן פֿונעם קלאַס 1949—1950 און מיטגלידער פֿונעם לערער־פּערסאָנאַל בײַם ייִדישן לערער־סעמינאַר עס זיצן פֿון רעכטס צו לינקס, דער לערער־פֿאַקולטעט (ניט אַלע): י. כאַרלאַש, ש. ראָסקין, חיים בעז, פּינחס גינגאָלד, ד״ר פֿרידמאן, נ. ב. מינקאָוו, ירחמיאל ווײַנגאָרטן, בן מאיר און ישׂראל בידערמאַן. עס שטייען אין דער צווייטער שורה: ש. שאַפּיראָ, מאַראַ גאָלדבערג, מאיר בראַון, מינדל ווײַסמאַן, לאה קאָרעצקי, מרים פֿעלדמאַן. דריטע שורה: דוד ראָזענטאַל, שלמה גאָלדמאַן, לייבל באָראָוויק, משה אונגער, מרדכי דוניץ, עמנואל נאָדעל.

אויך אין דער באַציִונג פֿון צוזאַמענלעבן מיט אונדזערע דאָ־געבוירענע חבֿרים און חבֿרטעס האָט זיך אַנטוויקלט אַ דערנענטערונג. אַזוי, אַז די סטודענטשאַפֿט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן איינהייטלעכן קערפּער אַדורכגעדרונגען מיט דעם אויפֿריכטיקן ווילן דערפֿאָלגרײַך צו ענדיקן דעם שטודיום.
דאָס לערניאָר 1949—1950 איז אויך געווען אַ וויכטיקע דאַטע פֿאַר דעם סעמינאַר. עס איז געפֿײַערט געוואָרן די פֿאַראייניקונג פֿון דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר מיט די "אַרבעטער־רינג"־קורסן פֿאַר העכערער בילדונג אין ניו־יאָרק. שמואל ניגער, דער באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור־קריטיקער און שרײַבער, האָט געפֿײַערט זײַן 30־יאָריקן יוביליי ווי אַ לעקטאָר אין סעמינאַר. דאָס בילד, וואָס איז דערשינען אין דער קונסט־אָפּטיילונג פֿון "פֿאָרווערטס", דעם 11טן דעצעמבער 1949 רעפּרעזענטירט אַ רײַכע פּאַנאָראַמע פֿון ייִדיש־ייִדישע פּערזענלעכקייטן וואָס האָבן געווירקט אין ייִדישן לעבן. זיי שליסן אַרײַן שרײַבער און אינטעלעקטואַלן צוזאַמען מיט כּלל־טוער און פּאָליטישע פֿירער. לאה קאָרעצקעי און אַני־הקטן האָבן געהאַט דעם כּבֿוד צו רעפּרעזענטירן די סטודענטשאַפֿט בײַם פֿײַערלעכן באַנקעט. עס איז כּדאַי און פּאַסיק צו ווידמען אייניקע ווערטער וועגן דעם קאַליבער פֿון דער לערערשאַפֿט. יעדער איינער פֿון זיי איז געווען אַן אָנערקענטע פּערזענלעכקייט אויף זײַן געביט. זיי פֿאַרדינען אַ באַזונדערע אָפּהאַנדלונג. נישט נאָר האָבן זיי אונדז באַגײַסטערט מיט זייער עקספּערטיז און טיפֿזינינקע לעקציעס. די וואַרעמע און דרך־ארצדיקע באַציִונגען צו אונדז איז געווען אַן אויסדרוק פֿון זייער ליבשאַפֿט צום מענטש און זייער שליחות ווי לערער און וועגווײַזער. אין צוגאָב צו די פֿריִער דערמאָנטע פֿיליפּ (פֿײַוול) פֿרידמאַן און שמואל ניגער וועל איך דערמאָנען (עס איז אוממעגלעך אין די ראַמען פֿון דעם אַרטיקל צו דערמאָנען אַלע) די נעמען פֿון י. שאַצקי און ירחמיאל ווײַנגאָרטן, באַקאַנטע היסטאָריקער; לייבוש לעהרער ווי אַ דערציִער, פּסיכאָלאָג און גרינדער פֿון קעמפּ־בויבעריק, פֿאַרדינט אַ באַזונדערע אָפּהאַנדלונג. חיים בעז, י. כאַרלאַש און פּינחס גינגאָלד האָבן געהאַט אַ ספּעציעלע פּאַסיע פֿאַר זייערע לימודים. אין מײַן זכּרון איז פֿאַרבליבן אַ פֿאָרטראָג (רעפֿעראַט) וואָס נ. ב. מינקאָוו, דער באַקאַנטער פּאָעט און עסיייִסט, אונדזער לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, האָט געהאַלטן וועגן אימפּרעסיאָניזם און קונסט אין ליטעראַטור. די גײַסטיקע דערהייבונג איז פֿריש אין מײַן זכּרון ביז צום הײַנטיקן טאָג, איבער זעכציק יאָר שפּעטער. פֿון די כּלל־טוער און וואָרטזאָגער וויל איך דערמאָנען מאיר בראַון וואָס איז געווען צו יענער צײַט דער פּרעזידענט פֿון סעמינאַר, ווי אויך פֿון דעם ייִדישן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. אַ פֿײַן־פֿילנדיקער מענטש וואָס האָט זיך וואַרעם באַצויגן צו די סטודענטן.
און צום סוף (אַחרון אַחרון חבֿיבֿ) אַ פּאָר ווערטער וועגן אייניקע חבֿרים. ווידער אַ מאָל איז מיר אוממעגלעך צו דערמאָנען אַלע צוליב מאַנגל אין פּלאַץ און דעם פֿאַרגעסונג־פּראָצעס. פֿאַר לייענער פֿון אונדזער צײַטונג און בכלל ייִדיש־ליבהאָבער וועל איך דערמאָנען די נעמען פֿון יאָסל מלאָטעק און דוד ראָזענטאַל, מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס", דעם ייִדיש־העברעיִשן לערער און פּאָעט לייבל באָראָוויק, מענדל ווײַסמאַן, ווי אויך לייבל לענסקי, דעם ייִדישן אַקטיאָר.
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ מײַן לעבנס־לאַנגן חבֿר מרדכי דוניץ, אונדזער ישׂראל־קאָרעספּאָנדענט. נאָך 30 יאָר אין אַמעריקע האָט ער עולה געווען צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי ציונה און זייערע דרײַ זין. ער איז באַשטימט געוואָרן פֿון דעם בילדונגס־מיניסטעריום צו אַנטוויקלען די ייִדיש־פּראָגראַם אין די שולן. ער האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע אויפֿטוען אויף דעם געביט, אָרגאַניזירנדיק אַ נעץ פֿון לערער איבערן לאַנד. ער איז טעטיק ביזן הײַנטיקן טאָג ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דעם מועדון־ייִדיש — די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים, אונטערגעשטיצט פֿון דער ירושלימער עיריה — די שטאָט־מוניציפּאַליטעט. פֿאַר זײַנע דערגרייכונגען ווי אַ מחנך און זשורנאַליסט איז ער באַערט געוואָרן פֿון דעם פֿאָנד א״נ פֿון דעם ייִדישן פּאָעט יעקבֿ גרופּער און מיט אַ יאָר צוריק מיט דעם רובינליכט־פּרײַז. די לאַורעאַטן האָבן אײַנגעשלאָסן שוראַ טורקאָוו־גרינהויז און יצחק גנוז. די פֿײַערונג איז פֿאָרגעקומען אין "בית־לייוויק" אין תּל־אָבֿיבֿ.
וואָס שייך מײַן אייגענער קאַריערע חזר איך איבער מײַן באַהויפּטונג אַז אַן אַנאָנס אין דער צײַטונג "דער טאָג" האָט באַשטימט מײַן צוקונפֿט אין אַמעריקע. נאָך אַ צענדליק יאָר אין ייִדיש־העברעיִשע נאָכמיטאָג־שולן און זומער־קעמפּס ווי "קינדערוועלט", "בויבעריק" און "סעידזווין" אין אַמעריקע, ווי אויך אין כּפֿר־סילבֿר אין ישׂראל, האָב איך אָנגענומען אַ שטעלע אין דער ביוראָ פֿאַר ייִדישער דערציִונג אין ניו־יאָרק, און בין שפּעטער דערוויילט געוואָרן ווי פּרעזידענט פֿון דער כּנסת־המחנכים און דער מועצה למען החינוך בצפֿון־אַמעריקה. אין יוני 1968 האָט דער לערער־סעמינאַר און פֿאָלקס־אוניווערסיטעט מיך מכבד געווען מיט אַן ערנשריפֿט, פּראָקלאַמירנדיק מיך "אַלומנוס פֿון יאָר". דאָס איז געשען ווען ד״ר גרשון ווײַנער איז געווען דער דעקאַן און יעקבֿ קאַצמאַן, פּרעזידענט. נאָך אַ 15־יאָרקער קאַריערע ווי דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿאַר דערציִונג פֿון קרן־קימת לישׂראל — דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן פֿאָנד אין אַמעריקע, בין איך געוואָרן אַ פּענסיאָנער. ביז צום הײַנטיקן טאָג לערן איך אַ קלאס "ייִדישקייט און ייִדיש" מיט אַ גרופּע ייִדיש־ליבהאָבער און ענטוזיאַסטן. דער "פֿאָרווערטס" איז געוויינטלעך אונדזער לעקטור.
נישקשה וואָס פֿאַר אַ ראָלע אַן אַנאָנס אין אַ צײַטונג קאָן שפּילן אין באַשטימען אַ מיסיע אין לעבן.