אַ גרופּע ייִדישע קינדער אויף אַ טראַמווײַ אין וואַרשעווער געטאָ, 1940 |
Getty Images |
מיר האָבן פֿאַרענדיקט דעם ערשטן טייל פֿון דער סעריע, באַטאָנענדיק, אַז מיר קאָנצענטרירן זיך אויף די גרויסע ייִדישע שטעט, ווײַל מיר האָבן אויטענטישע דאָקומענטן ווי אויך געשריבענע גבֿית־עדות, הגם דער זעלבער גורל איז באַפֿאַלן אומצאָליקע ייִדישע שטעטלעך און ייִשובֿים. אין צענטער פֿון די גרויזאַמקייטן שטייען פֿאַר אונדזערע אויגן די האַרצרײַסנדיקע סצענעס פֿון דער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישע קינדער.
די רוצחים האָבן זיך באַנוצט מיט אָפּנאַרערישע ווערטער, בכדי צו פֿאַרהוילן זייערע פּלענער. אָנשטאָט דעפּאָרטאַציע האָבן זיי זייערע "אַקציעס" אָנגערופֿן "באַזעצונג" ("איבערזידלונג"), וואָס אין דער אמתן איז דאָס געווען די פֿאַרשיקונג צו אַ פֿאַרניכטונגס־לאַגער.
דעם 17טן אויגוסט 1943 איז געווען דער טאָג, ווען דער אויפֿשטאַנד אין ביאַליסטאָקער געטאָ איז אונטערדריקט געוואָרן. די "געסטאַפּאָ" האָט אַנאָנסירט, אַז אַלע קינדער אין עלטער צווישן 6 און 10 יאָר וועלן ווערן אײַנגעאָרדנט אין אַ ספּעציעלן פּאַטראָנאַט. עס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען, אַז זיי וועלן טראַנספּאָרטירט ווערן אין דער שווייץ, וווּ מע וועט זיי אויסטוישן — צוויי קינדער פֿאַר איין דײַטשן געפֿאַנגענעם סאָלדאַט. צו באַשטעטיקן די באַגלויבטקייט פֿונעם אויסטויש, האָבן זיי אײַנגעשלאָסן אין דעם טראַנספּאָרט דרײַ פֿאַמיליעס אין באַזיץ פֿון אויסלענדישע פּאַספּאָרטן. מיר גיבן דאָ איבער אַ גבֿית־עדות פֿון חנה בוביאַק: "דער גורל פֿון די ביאַליסטאָקער קינדער פֿונעם גירוש אין אויגוסט 1943".
"אַ סך עלטערן האָבן געגלייבט, אַז די קינדער וועלן אָפּגעראַטעוועט ווערן און האָבן פֿרײַוויליק זיי רעגיסטרירט. אַנדערע האָבן מיט אַלע כּוחות זיך באַמיט אײַנצוגלידערן זייערע קינדער אין דעם טראַנספּאָרט, הגם זיי זײַנען געווען ייִנגער פֿון זעקס יאָר, אָדער עלטער פֿון צען יאָר. מע האָט באַזאָרגט די קינדער מיט אַדרעסן פֿון זייערע קרובֿים אין אויסלאַנד. עס זײַנען אָבער געווען עלטערן, וואָס האָבן בשום אופֿן נישט געוואָלט זיך שיידן מיט זייערע קינדער. די נאַציס האָבן מיט כּוח אַוועקגעריסן די קינדער פֿון זייערע עלטערן און בסך־הכּל צוזאַמענגעשטעלט 1,200 קינדער; דערצו, אַ גרופּע פֿון 40 אויפֿזעער, צווישן זיי אַ סך דערציִער און איין דאָקטאָר. נאָר צוויי לערער — די איינציקע פֿון דעם טראַנספּאָרט — האָבן איבערגעלעבט און פֿון זיי קומט די גבֿית־עדות. זייערע נעמען זײַנען וואָלקענבערג און ספּרונג־לעפֿקאָוויץ".
פּראָפֿעסאָר נחמן קאָרן שילדערט דעם גורל פֿון די קינדער אין דער געטאָ לובלין ("דאָס בוך פֿון לובלין", פּאַריז 1952, זײַט 503).
"קינדער האָבן געקלאַפּט אין די טירן. עס איז מער נישט געווען קיין פֿראַגע פֿון דערציִונג נאָר פּראָסט־און־פּשוט צו געבן זיי אַ ביסן ברויט, בכדי זיי אָפּצוראַטעווען פֿונעם טויט. מיטן אָנקום פֿון האַרבסט, אין 1941, אין די קאַלטע רעגנדיקע טעג האָבן קינדער געוואַנדערט אין די שמאָלע גאַסן באָרוועסע, מיט אָפּגעריסענע קליידער, אויסגעשטרעקט זייערע געשוואָלענע הענטלעך, בעטנדיק אַ שטיקל ברויט. אין מערץ־אַפּריל 1942 זײַנען 10,000 קינדער דערשאָסן געוואָרן אין קאַלינאָווציזנאָ, לעבן לובלין, און צווישן זיי, די קינדער פֿונעם יתומים־הויז".
די צײַט פֿונעם "ענדגילטיקן סוף" (The Final Solution) איז אויך אָנגעקומען קיין וואַרשע. דער וויזועלער שוידער פֿון דער עפּאָכע איז איצט דאָס באַרימטע בילד פֿון דעם ייִדישן ייִנגל אין דער וואַרשעווער געטאָ מיט זײַנע הענט הויך אויפֿגעהויבן, זײַנע אויגן און פּנים פֿול מיט שרעק און פּחד, שטייענדיק פּנים־אל־פּנים אַנטקעגן אַ דײַטשן סאָלדאַט, וואָס צילט זײַן אָנגעלאָדענע ביקס אויף אים.
די דעפּאָרטאַציעס און "אַקציעס" אין 1942 האָבן געדויערט צוויי חדשים. 90 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג — דאָס הייסט, צווישן 320,000 און 340,000 ייִדן — זײַנען אומגעקומען, צווישן זיי — 90,000 קינדער. די סצענע פֿונעם יתומים־הויז, מיט יאַנוש קאָרטשאַק בראָש פֿון זײַנע קינדער אויפֿן וועג צום "אומשלאַגפּלאַץ" איז דער העכסטער אויסדרוק פֿונעם הימל־געשריי אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט. קאָרטשאַק, מיט אַן עופֿעלע אין זײַנע אָרעמס, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרבלײַבן און באַשטאַנען דערויף, אַז ער וועט גיין מיט "זײַנע קינדער". אַן אַסימילירטער ייִד, וואָס האָט מיקדש־השם געווען, וועט פֿאַרבלײַבן אין אונדזער פֿאָלקס־זכּרון לעולם־ועד. די לעצטע באַמיִונגען צו ראַטעווען ייִדישע קינדער זײַנען אויך אָרגאַניזירט געוואָרן אויף דער אַרישער זײַט פֿון דער געטאָ. די פּויליש פֿרוי דר. עוואַ רוביטסקאַ, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט סאָציאַלער פֿאַרזאָרגונג פֿאַר די פּוילישע קינדער אויף דער אַרישער זײַט, האָט פֿון סאַמע אָנהייב זיך באַמיט צו ראַטעווען די ייִדישע קינדער. אַ געוויסע צאָל האָט זי אײַנגעאָרדנט אין פּוילישע יתומים־הײַזער און מאָנאַסטירן און ענלעכע אינסטיטוציעס.
די געטאָ איז ענדלעך רעדוצירט געוואָרן צו אַ שטח פֿון בערך 12 גאַסן. 30,000 ייִדן זײַנען פֿאַרבליבן אין דער געטאָ — אַרום 25,000 "ווילדע", דאָס הייסט, די וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער דעפּאָרטאַציע האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין בונקערס און אַנדערע ליידיקע דירות. צווישן 6 אַזייגער אין דער פֿרי ביז 6 אין אָוונט האָט מען זיך ניט געטאָרט באַווײַזן אויף די גאַסן. מע האָט פֿיבעריש זיך גענומען צו בויען בונקערס און אַנדערע באַהעלטענישן. די "פֿירער" פֿון דעם אונטערגרונט זײַנען איצט, צום מיינסטן, געווען די ייִדישע יוגנט פֿון די פֿאַרשיידענע לינקע און לינק־ציוניסטישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס. ווען די שעה האָט אַ שלאָג געטאָן, זײַנען אָט די יוגנטלעכע, ממש קינדער, אויפֿגעשטאַנען קעגן דעם שׂונא, וויסנדיק אַז דער קאַמף איז ניט צו ראַטעווען זייערע לעבנס, נאָר צו פֿאַרטיידיקן דעם כּבֿוד פֿון פֿאָלק. די גבֿורה פֿון ייִדישע קינדער און יוגנט סײַ אין קאַמף און אפֿשר נאָך מער — אין פֿאַרמעסט מיט דער אַכזריות פֿון טאָג־טעגלעכער געטאָ־עקזיסטענץ — איז געווען און וועט פֿאַרבלײַבן אַן עזבֿון, אַ באַווײַז פֿון מענטשלעכער ווירדע און כּבֿוד וואָס טיראַניע קאָן ניט גובֿר זײַן.
עס איז אינטערעסאַנט, אַז אַ יונג ייִדיש מיידל פֿון האָלאַנד וועט אויף אייביק דינען ווי אַ סימבאָל און אַן אינספּיראַציע פֿאַר אַלץ וואָס איז נאָבל און דערהויבן אין לעבן. אַנאַ פֿראַנק, ווי אויך נאָך אַ ייִדיש קינד פֿון האָלאַנד מיטן נאָמען פֿון משה פֿלינקער, האָבן אונדז איבערגעלאָזט אַ ירושה — די ערשטע אין האָלענדיש, דער צווייטער — אין העברעיִש. די צוויי ירושות — איינע, אַ הומאַניסטישע, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה, און די צווייטע — פֿון אַ יונגן פֿרומען ייִדישן בחור — צוזאַמען סימבאָליזירן די צוויי מאַרטירער דעם גורל פֿון אונדזער פֿאָלק און זײַן אמונה. אַנאַ באַשרײַבט דעם געראַנגל פֿון מענטשלעכן גײַסט און די קרעמפּירטע וווינונגס־באַדינגונגען אינעם באַהעלטעניש; משה פֿלינקער רעדט וועגן דער שײַכות פֿון ייִד און גאָט. זי רעדט וועגן דער קאַטאַסטראָפֿע, ער רעדט וועגן גאולה. ווען מיר פֿאַרגלײַכן די צוויי גורלות, וואָס האָבן אין אַ געוויסער מאָס געלעבט אין גוטע באַדינגונגען, מיט די צוויי יוגנטלעכע מיטאַרבעטער פֿון ד״ר עמנואל רינגעלבלום — דער היסטאָריקער פֿון דער וואַרשעווער געטאָ — אַנטפּלעקט זיך פֿאַר אונדזערע אויגן אַ בילד פֿון גײַסטיקער גבֿורה. נחום גזשיוואַטש און דוד גרייבער, קינדער פֿון אָרעמען אַרבעטער־קלאַס, האָבן מיטגעאַרבעט מיט ד״ר רינגעלבלום און זייערע צוואות געשריבן אין זומער 1942 האָט מען געפֿונען צוזאַמען מיט די באַגראָבענע קאַנען פֿונעם רינגעלבלום־אַרכיוו. נחום שרײַבט:
"איך בין איינער פֿון די וואָס האָבן באַגראָבן די אוצרות, וואָס באַשרײַבן די ליידן פֿון ייִדישן פֿאָלק אין דער היטלער־תּקופֿה. בשעת די מאַסן־שחיטות האָב איך באַהאַלטן און באַגראָבן די מאַטעריאַלן, כּדי איר זאָלט וויסן וועגן דער היטלער־טיראַניע".
"מײַן לעצטער וווּנטש:
"איך שרײַב מײַן צוואה. מיר האָבן פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט מיט אונדזערע חבֿרים. איך, דער לערער ליכטענשטיין, און גרייבער האָבן באַשלאָסן צו רעקאָרדירן אַלץ וואָס פּאַסירט אַרום אונדז. מיר זײַנען ניט געווען זיכער, אַז מיר וועלן לעבן ביז הײַנט, דער דריטער אויגוסט 1942. איך האָב פֿאַרענדיקט דאָס שרײַבן. מיר ווילן ניט בלײַבן לעבן פֿאַר זיך אַליין, נאָר כּדי צו אַלאַרמירן די וועלט, וואָס דאָ קומט פֿאָר. מיר זײַנען גרייט ניט סתּם צו וואַרטן אויף משיחן, נאָר צו באַגעגענען דעם שׂונא אין קאַמף, וויסנדיק, אַז אין די ראַמען פֿון דער געטאָ זײַנען די אויסזיכטן ניט קיין גוטע".
נאָכן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ געפֿינען מיר דוד גרייבערס נאָטיץ "דער קול פֿון אָפּגרונט־תּהום", וואָס איז דערשינען אין 1944 אויף דער אַרישער זײַט אין אַ פּובליקאַציע פֿון דער געזעלשאַפֿט "קאָמיטעט צו ראַטעווען ייִדן".
"עס זײַנען כּמעט ניט פֿאַראַן קיין ייִדישע קינדער אין פּוילן. די דײַטשן האָבן אויסגעהרגעט 99 פּראָצענט ייִדישע קינדער. די וואָס זײַנען נאָך געבליבן בײַם לעבן באַהאַלטן זיך בכדי אויסצומײַדן די אויגן פֿון די יעגערס. די וואָס ווערן אַנטפּלעקט, ווערן געהרגעט אויפֿן אָרט".
די טראַגעדיע פֿון ייִדישן קינד איז געווען אַן אוניווערסאַלע, נישט געקוקט אויף דעם סאָציאַל־עקאָנאָמישן אָדער קולטורעלן הינטערגרונט. איך פֿאַרענדיק דעם אַרטיקל מיט אַ ציטאַטע פֿון מײַנעם אַן אַרטיקל געשריבן אין 1977 "דאָס קול פֿון לעבן־געבליבענעם", וואָס איז דערשינען אין אַ פּובליקאַציע פֿון ייִדישן דערציִונג־קאָמיטעט אין ניו־יאָרק: Principal vol. XXII, No. 8
"גאָט האָט רחמנותדיק באַוויליקט דעם קרבן פֿון דעם בונדיסט ווי דעם ציוניסט צוגלײַך. די יונגע חבֿרים פֿון 'השומר הצעיר’ צוגלײַך מיט ישיבֿה־בחורים רוען אונטער דער זעלבער חופּה. וווּ אין דער וועלט וועלן ייִדישע מאַמעס וויגן זייערע עופֿעלעך זינגענדיק 'ראָזשינקעס מיט מאַנדלען’, אָדער 'תּורה איז די בעסטע סחורה’. ייִדישע שטעט און שטעטלעך ליידיק און חרובֿ — דער טויט שוועבט אין דער לופֿטן. עס הערן זיך ניט מער די קולות פֿון קינדער אין חדר און מע זעט ניט מער די פּנימער פֿון ייִדישע מיידלעך אין די פֿענצטער. ייִדישע פּאָעטן אין ארץ־ישׂראל און אין אַלע לענדער פֿון ייִדישער צעשפּרייטקייט יאָמערן און באַוויינען די שׂרפֿה".
"שרייט אַהרון צייטלין: 'קאָפּעלע וווּ איז דײַן קעפּעלע’"