פּובליציסטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם טאָג פֿון יום־העצמאות אין ישׂראל
אינעם טאָג פֿון יום־העצמאות אין ישׂראל
Credit: Getty Images
ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די ענינים וואָס מיר וועלן באַהאַנדלען אין דעם אַרטיקל און ענלעכע אין די קומענדיקע וואָכן, וועל איך קלאָר מאַכן, אַז זיי געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון די "שעומדים ברומו של עולם" — וואָס זײַנען זייער וויכטיק און קריטיש פֿאַר אונדז ייִדן, סײַ אין ישׂראל, ווי אויך אין די תּפֿוצות. עס זײַנען פֿאַראַן מיצוות שהזמן גרמה — וואָס די צײַט דיקטירט אַוועקצושטעלן זיי אויפֿן סדר־היום.

די מיצווה פֿון געדענקען

אָט זײַנען מיר אין חודש ניסן און גרייטן זיך צו פֿײַערן דעם יום־טובֿ פּסח, דעם זמן־חרותנו. פֿון די זעקס זכירות וואָס די חכמי־הקבלה האָבן באַשטימט וואָס אַ ייִד דאַרף דערמאָנען יעדן טאָג איז "למען תּזכּור את יום צאתך מארץ־מצרים כּל־ימי חייך" — דו זאָלסט דערמאָנען דעם טאָג פֿון דײַן באַפֿרײַונג (אַרויסגאַנג) פֿון מצרים אַלע טעג פֿון דײַן לעבן — די סאַמע ערשטע. אַזוי וויכטיק איז די געשעעניש ביז גאָר, אַז דער "אָנוכי" — דאָס ערשטע וואָרט פֿון די עשׂרת־הדיברות ווען דער אייבערשטער שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר דעם פֿאָלק איז: "איך בין דײַן גאָט וואָס האָט דיך אַרויסגעצויגן פֿון מצרים". איז קיין וווּנדער ניט אַז די דראַמע פֿון יציאת־מצרים און דער מעמד הר־סיני זײַנען די הויפּט־עלעמענטן אין דעם פּראָצעס וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט די שבֿטים אין אַ פֿאָלק. "היום הזה נהיית לעם לד’ אלוהיך" — הײַנטיקן טאָג ביסטו געוואָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו גאָט דײַן האַר (יהואש, דבֿרים כ״ז: 9). מיר לעבן איבער די דראַמע בײַם אָפּריכטן דעם סדר און זײַן מקיים די מיצווה פֿון דור צו דור מיט אַ פֿײַערלעכער שטימונג, גײַסטיקער דערהויבוננג און נאַציאָנאַלן שטאָלץ. די הגדה איז דאָס איינציקע רעליגיעזע בוך, וואָס איז ניט געחתמעט. מיר האַלטן אין איין רעדאַגירן, צוגעבן נײַע קאַפּיטלעך און פּירושים, ווײַל די דראַמע האָט זיך נישט געענדיקט. וועלכער פֿריִערדיקער דור פֿאַר אונדזער האָט דערפֿאַרן, איבערגעלעבט די שואה — דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום און דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל?
וכל המרבה לספּר ביציאת מצרים הרי זה משובח — "און ווער עס האָט פֿאַרטיפֿט זיך אין דער געשיכטע פֿון באַפֿרײַונג — דער פֿאַרדינט לויב".

אינעם טאָג פֿון יום־הזכּרון אין ישׂראל
אינעם טאָג פֿון יום־הזכּרון אין ישׂראל
Credit: Getty Images

אַ נײַער ייִדישער לוח

מיט יאָרן צוריק האָב איך געשריבן אויף דער טעמע. עס וועט נישט זײַן איבעריק ווידעראַמאָל צו באַטאָנען, אַז די וואָכן צווישן פּסח און שבֿועות, ווי אויבן דערמאָנט, זײַנען די העכסט־דראַמאַטישע. דער צײַט־שפּאַן איז אין אונדזערע טעג באַרײַכערט געוואָרן מיט נײַע דאַטעס: יום־השואה, יום־הזכּרון, יום־העצמאות און יום־ירושלים. וואָס באַוועגט מיך זיך אומצוקערן צו דער טעמע, איז אַ געפֿיל פֿון צופֿרידנקייט און פֿאַרדרוס. די דאַטעס ווערן בדרך כּלל אָפּגעמערקט דורך דעם טייל פֿון אונדזער ייִדישער געזעלשאַפֿט, וואָס לעבט לויטן ייִדישן לוח, דאָס הייסט, רעליגיעזע ייִדן פֿון אַלע שיטות און נאַציאָנאַלע ייִדן. אין מדינת־ישׂראל ווערן די טעג אָפּגעמערקט מיט אַ סך נאַציאָנאַלן שטאָלץ. הגם זיי זײַנען בעצם נאַציאָנאַלע דאַטעס, ווערן זיי אָפּגעמערקט פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק. זייער כאַראַקטער און צוקונפֿט איז פֿאַרזיכערט. יום־העצמאות איז אַ נאַציאָנאַלער יום־טובֿ און יום־השואה איז אַ נאַציאָנאַלער טרויער־טאָג. אַלע פֿאַרווײַלונגס־פּראָגראַמען זײַנען געשלאָסן. פֿײַערלעכע אָנדענק־דערמאָנונגען מיט דער באַטייליקונג פֿון די העכסטע מלוכה־אָרגאַנען קומען פֿאָר אין "יד־ושם" און בײַם כּותל־המערבֿי. אין די תּפֿוצות ווערן, ספּעציעל די צוויי טעג, אויך אָפּגעמערקט בעיקר אין שילן און סינאַגאָגעס. צוליב דעם וואָס זיי זײַנען נישט הלכיש סאַנקציאָנירט, טראָגן זיי ליבערשט דעם כאַראַקטער פֿון אַ פּראָגראַם איידער אַ רעליגיעזער תּוך און תּפֿילה. עס מוז געזאָגט ווערן, אַז די חשיבֿות פֿון די טעג ווערט אין געוויסע שילן ערנסט אָפּגעהיט. די צוויי טעג זײַנען פֿאַר אַ סך קרײַזן פֿון אונדזער ייִדישער געזעלשאַפֿט געוואָרן די הויפּט־מאָטיוון אין זייער ווענדפּונקט זיך צו אידענטיפֿיצירן ווי ייִדן — אַן ענין וואָס פֿאַרדינט גרויס אויפֿמערקזאַמקייט. געוויסע שרײַבער און דענקער ראַנגלען זיך מיט דער דעה צי דער שואה־מענטאַליטעט (פּסיכאָלאָגיע) דאַרף ווײַטער דינען ווי דער הויפּט־מאָטיוו אין אונדזער נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן. ווי איינער פֿון דער שארית־הפּליטה, בין איך העכסט צופֿרידן מיט דער הייליקער מיסיע וואָס זיי האָבן דערפֿילט סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות אין אײַנאָטעמען אַ רוח־חיים אין די צעווייטיקטע הערצער און געמיטער פֿון אונדזער פֿאָלק. וואָס שייך יום־השואה איז די מיסיע ניט פֿאַרענדיקט און עס איז דער חובֿ פֿון דער שארית־הפּליטה צו פֿאַרזיכערן (אין די תּפֿוצות), ער זאָל דערהויבן ווערן צו אַ טאָג פֿון נאַציאָנאַלן טרויער.

יום־השואה כ״ז ניסן און דער 27סטער יאַנואַר

יום־השואה איז באַשטימט געוואָרן אין 1951 פֿון דער כּנסת און דער 27סטער יאַנואַר מיט עטלעכע יאָרן צוריק, פֿון דער "יו־ען". דאָס איז דער טאָג ווען דער לאַגער אין אוישוויץ איז באַפֿרײַט געוואָרן. דער טאָג סימבאָליזירט דעם סוף פֿון דער שואה. די "יו־ען" מערקט אָפּ דעם טאָג מיט אַ ספּעציעלער פֿאַרזאַמלונג. היות כ״ז ניסן איז באַשטימט געוואָרן פֿון דער כּנסת — אַ ציווילע, נישט רבנישע, קערפּערשאַפֿט — איז ער ניט סאַנקציאָנירט פֿון דער הלכה און טראָגט ניט קיין רעליגיעזן כאַראַקטער, האָט ניט קיין ספּעציפֿישן נוסח־התּפֿילה ווי צום בײַשפּיל צום־גדליה, חנוכּה און אסתּר־תּענית אין פּורים. אין די לענדער אויסער מדינת־ישׂראל, אָפּהענגיק פֿון דעם אַלגעמיינעם קאַלענדאַר, ווערט דער טאָג נישט געפֿײַערט דווקא בו ביום, נײַערט אין אַ סוף־וואָך. אַ לאָקאַלער האָלאָקאָסט־צענטער אין לאָנג־אײַלענד האָט געפּראַוועט יום־השואה אין יום־העצמאות. מײַן בריוו צום פּרעזידענט האָט ניט זוכה געווען קיין ענטפֿער. מײַן היסטאָרישער חוש זאָגט מיר, אַז אין די תּפֿוצות צוגלײַך מיט ישׂראל מוז דער טאָג אָפּגעהיט ווערן בו ביום און מוז באַגלייט ווערן מיט אַ רעליגיעזן כאַראַקטער. אויב נישט וועט ער מיט דער צײַט פֿאַרלירן זײַן חשיבֿות. אסתּר המלכּה און מרדכי הצדיק האָבן דאָס אין זייער צײַט פֿאַרשטאַנען. אסתּר האָט געשריבן צו די חכמים "כּתבֿוני לדורות" — פֿאַרצייכנט און באַשטימט לדורות. פּורים איז געוואָרן און פֿאַרבליבן דער פּאָפּולערסטער ייִדישער יום־טובֿ. מײַן פֿאַרדראָס איז געווענדט צו די רעליגיעזע קערפּערשאַפֿטן און צו די שארית־הפּליטה־אָרגאַניזאַציעס. זיי פֿאַרדינען די אָנערקענונג פֿאַר זייער פֿאַרשפּרייטונג.
פֿון דעם לאָזונג "זכור אַל תּשכּח" — געדענק און פֿאַרגעס ניט די קדושים; די מיסיע איז אָבער ניט פֿאַרענדיקט. אין המיצווה נקראת אלא על מי שגרמה — דער שׂכר פֿאַר אַ מיצווה געהערט צו די וואָס פֿאַרענדיקן זי. אונדזערע שורות ווערן קלענער. מיר האָבן דעם אָרגאַניזאַציאָנעלן אַפּאַראַט און כּוח צו פֿאַרזיכערן דעם סטאַטוס פֿון יום־השואה לדורות. הזמן קצר והמלאָכה מרובה והמבֿין יבֿין.