די שײַכות פֿון אַ פּראָזאַיִשער דאַטע און אַ משיחישער מיסיע
זינט דער גרינדונג פֿון קרן־קימת לישׂראל בײַם פֿינפֿטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין 1901 האָט דער פֿאָנד זיך קאָנצענטרירט אויף דעם גאַנג פֿון ייִדיש־נאַציאָנאַלן חינוך נישט ווייניקער ווי אויף זאַמלען מיטלען צו קויפֿן באָדן אין ארץ־ישׂראל. דאָס איז, בלי־ספֿק, איינע פֿון די סיבות וואָס האָט באַווויגן דאָס פֿאָלק צו אָנערקענען דעם פֿאָנד ווי אַ סימבאָל פֿון אונדזער "סוּווערעניטעט, זעלבסטשטענדיקייט אויפֿן וועג".
די אייגנאַרטיקע ליבע און בכּבֿודיקע באַציִונג צו בעצם "אַ ציוניסטישער אינסטיטוציע" האָט פֿאַרכאַפּט די פֿאָלקס־מאַסן ווי אויך ממש די פֿאַנטאַזיע און ליבע פֿון הונדערטער טויזנטער ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. פֿון אַלע ייִדישע איניציאַטיוון לטובֿת דעם שיבֿת־ציון געדאַנק האָט דער קרן־קימת לישׂראל (באַקאַנט אויך ווי דער ייִדישער נאַציאָנאַל־פֿאָנד) פֿאַרנומען דעם אויבן אָן. דער פֿאָנד האָט, ווי קיין אַנדערער פֿאַר אים און אַוודאי נישט קיין אַנדערער נאָך אים, מצליח געווען צו באַגײַסטערן סײַ דעם תּלמיד און זײַן היים, און סײַ דעם מחנך צוגלײַך מיט די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן. ד״ר ג. בן־יהודה, איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער תּנועת המורים למען הקק״ל, האָט געווידמעט זײַן בוך צו דער באַוועגונג אַרויסגעגעבן מיט 56 יאָר צוריק און עס אָנגערופֿן: "הקרן המחנכת" ("דער דערציִערישער פֿאָנד").
דער פּראָזאַיִשער ציל פֿון זאַמלען גראָשנס אויף צו קויפֿן באָדן האָט בלויז אַנטפּלעקט איין זײַט פֿון דער מטבע. דער צווייטער צד האָט אַנטפּלעקט דער געדאַנק פון גאולה הארץ — אַ משיחישער אַספּעקט, אַ טיף-אײַנגעוואָרצלטער מאָטיוו אין דער ייִדישער נשמה, וואָס רעפּרעזענטירט ייִדישע אייביקייט. אַ פּראָזאַיִשער פּראָיעקט ווערט אַזוי אַרום דערהויבן, אין גײַסט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, צו דער מדרגה פֿון קדושה. דער פּרינציפּ פֿון "והארץ לא תּמכר לצמיתות" — "און דער (ייִדישער) באָדן קאָן קיינמאָל נישט פֿאַרקויפֿט ווערן" האָט פֿון איין זײַט דערמעגלעכט, און פֿון דער צווייטער — מחייבֿ געווען אַלע שיכטן פֿון פֿאָלק צו באַטייליקן זיך אין דער נאַציאָנאַלער מיסיע. פֿלאַנצן ביימער בכלל — און בפֿרט אין ט״ו בשבֿט — איז נישט בלויז געוואָרן אַ מינהג בישׂראל, נאָר אויך אַ חובֿ מקיים צו זײַן די מצוה "התלוייה בארץ", וואָס איז חל אויף דעם באָדן פֿון ארץ־ישׂראל. צענדליקער טויזנטער ייִדישע קינדער אין ישׂראל און איבער דער גאָרער וועלט פֿלאַנצן ביימער, אָדער סימבאָליש בכּסף, לכּבֿוד ראש־השנה לאילנות. מיר האָבן באַשרײַבונגען, אַז אַפֿילו אין דער שוואַרצער נאַכט, אין דער געטאָ פֿון וואַרשע, האָבן ייִדישע קינדער נישט איבערגעריסן דעם קאָנטאַקט מיט דעם הייליקן באָדן פֿון ארץ־ישׂראל. עס איז דעריבער קיין וווּנדער נישט, אַז פֿלאַנצן ביימער אין ט״ו בשבֿט איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מאָדערנער מצוה, וואָס איר דערפֿילונג פֿאַרבינדט די ייִדישע היים (אַ דאַנק דעם קינד) מיט אונדזער היימלאַנד ארץ־ישׂראל און מדינת־ישׂראל.
זכרונות פֿון אַמאָל שליסן אײַן די קק״ל בעלער אין שטעט און שטעטלעך און דעם פֿאַקט, אַז נדרים בײַ עליות לתּורה לטובֿת קק״ל זײַנען געווען פּאָפּולער. נעמענדיק אין אַכט, אַז דאָס רובֿ מתפּללים זײַנען נישט געווען צו מאָל קיין ציוניסטן אינעם פּאָליטשן זין, באַווײַזט נאָכאַמאָל דעם בכּבֿודיקן סטאַטוס פֿונעם פֿאָנד.
אַ זייער חשובֿער בעל־הבית אין שטעטל און אָפּגעהיטענער ייִד און ציוניסט, ר׳ יהודה מאיר קעסטענבורג ז״ל איז אַ לעבן לאַנג געווען דער מורשה פֿון קק״ל און אַרומגעגאַנגען איבער די הײַזער אויסצוליידיקן די פּושקעס. איינמאָל אין אַ ווינטער איז ער געפֿאַלן און צעבראָכן אַ פֿוס. איך און מײַן ייִנגערער ברודער, ישׂראל, האָבן מיט גרויס כּוונה געזאָגט תּהילים פֿאַר אים.
אויף מײַן פּאָליצע געפֿינט זיך אַ בראָשור "שרשים" (וואָרצלען) פֿון כּסלו תּרצ״ח (1937), אַרויסגעגעבן פֿון די אויבן־דערמאָנטע לערער־באַוועגונגען אין ארץ־ישׂראל, וואָס אַנטהאַלט אַ באַריכט וועגן דער דערציִונג־אַרבעט אין די תּרבות־שולן אין פּוילן, געשריבן פֿון דעם אינספּעקטאָר א. אײַנשטיין: "איך האָב באַזוכט 33 שולן. אין זיי ווערן דערצויגן 6,768 תּלמידים אין 232 קלאַסן מיט 191 לערער. די בײַשטײַערונגען לטובֿת קק״ל זײַנען דערגאַנגען ביז 6,100 זלאָטעס. קינדער פֿון קליינע סוחרים און בעלי־מלאָכות, 10 ביז 15 פּראָצענט פֿון זיי, לערנען בחינם און ווערן טיילווײַז באַשפּײַזט און באַקליידט פֿון דער אינסטיטוציע. די איינציקע פֿרייד אין זייער לעבן איז די שול און די ארץ־ישׂראלדיקע אַטמאָספֿערע, ווי אויך די פּראַקטישע מעשׂים לטובֿת גאולת־הארץ".
מיר שטייען אויף דער שוועל פֿון פֿײַערן דעם 60סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. אַוודאי וועט אונדזער צײַטונג אָפּגעבן אַ סך פּלאַץ אויף אירע שפּאַלטן צו פֿײַערן די פֿריידיקע געלעגנהייט. איך האָב הנאה געהאַט צו לייענען הרבֿ שורינס אַרטיקלען וועגן די פֿאָרלויפֿער פֿון בנימין־זאבֿ הרצל, דער גרינדער פֿון פּאָליטישן ציוניזם. די געשטאַלט פֿון הרבֿ צבֿי קאַלישער, די חובֿבֿי־ציון באַוועגונג און די בילו״יים דערמאָנען אונדז וועגן די וויזיאָנערן פֿון אַלע דורות, וואָס האָבן געחלומט און געשטרעבט אָנצוהייבן דעם פּראָצעס פֿון קיבוץ־גליות. איצט, אַ פּאָר טעג פֿאַר ט״ו בשבֿט, איז די פּאַסיקע צײַט אויסצודריקן אונדזער לויב פֿאַר דער אומגלייבלעכער שליחות פֿון קרן־קימת און באַשאַפֿן אַ רעאַליטעט וואָס האָט פֿאַקטיש אָנגעצייכנט די קאָנטורן פֿון דער צוקונפֿטיקער מדינת־ישׂראל.
קרן־קימת איז געוואָרן די קרוין־אינסטיטוציע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג און אירע דערגרייכונגען האָבן אַרויסגערופֿן באַוווּנדערונג אויף דער גאַנצער וועלט, צווישן ייִדן און נישט־ייִדן צוגלײַך. די אינסטיטוציע איז געשטאַנען למעלה פֿון פּאָליטיק און פֿאַרבליבן געטרײַ צו איר מיסיע פֿון גאולת הארץ והעם אין גײַסט פֿון אונדזערע טראַדיציאָנעלע פּרינציפּן. מנחם אושיסקין האָט דאָס אויסגעדריקט אין זײַן רעדע פֿאַר די ארץ־ישׂראלדיקע מחנכים, ווען ער האָט זיי גערופֿן אָפּצוהיטן דעם חוט המשולש, וואָס גאַראַנטירט אונדזער קיום — די תּורה, אונדזער לשון עבֿרית און דעם באָדן פֿון אונדזער היימלאַנד. די ראָמאַנטישע עפּאָכע האָט געדויערט ביז די ערשטע פּאָר צענדליק יאָר נאָכן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. ביז דעמאָלט איז זי געבליבן די איינציקע אינסטיטוציע, וואָס איז פֿאַרוואַלטעט און קאָנטראָלירט געוואָרן פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג. די פֿאַרוואַלטונג פֿון קק״ל אין אַמעריקע איז באַשטאַנען פֿון דעלעגאַטן פֿון אַלע ציוניסטישע פּאַרטייען. די פּרעזידענטן זײַנען שטענדיק געווען ציוניסטישע פּערזענלעכקייטן.
איך מוז, מיט פֿאַרדרוס, באַמערקן, אַז דער מצבֿ האָט זיך געענדערט. סײַ דאָ, אין אַמעריקע, און סײַ אין ישׂראל האָט די אומבאַרירלעכקייט פֿון קק״ל פֿאַרצייכנט אַ ירידה. דאָ, בײַ אונדז, איז זי מער נישט דער "דערציִערישער פֿאָנד". די דערציִונג־אָפּטיילונג עקזיסטירט נישט מער. די אַדמיניסטראַציע איז אין די הענט פֿון טעכנאָקראַטן אַזוי ווי אין אַלע אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער פּרעזידענט קומט מער נישט פֿון ציוניסטישע רייען. אין ישׂראל גייט אָן אַ הייסע דיסקוסיע וועגן די מיליאָנען דונאַם שטחים, וואָס די רעגירונג האָט איבערגעגעבן דעם קק״ל זיי צו פֿאַרוואַלטן. היות די שטחים זײַנען אײַנגענומען געוואָרן אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, זײַנען זיי נישט צוגלײַך צו די שטחים וואָס קק״ל האָט אײַנגעקויפֿט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און קאָנען קיינמאָל נישט פֿאַרקויפֿט ווערן און אַפֿילו נישט פֿאַרדונגען ווערן צו אַ נישט־ייִד. די אײַנגענומענע שטחים, דאַקעגן, געהערן צו אַלע בירגער פֿונעם לאַנד, אײַנגעשלאָסן נישט־ייִדן. אַ דעמאָקראַטישע מדינה קאָן נישט דיסקרימינירן צווישן בירגער אויפֿן סמך פֿון רעליגיעזע אָדער עטנישע אונטערשיידן.
ווי אַלע ראָמאַנטישע פּעריאָדן, אײַנגעשלאָסן נאַציאָנאַלע באַוועגונגען, ווערט די "ציוניסטישע אידעע" אַוועקגעשטעלט פּנים־אל־פּנים מיט נײַע אַרויסרופֿן. מלוכהשאַפֿט פֿאָדערט פּראַקטישע און יורידיש־אויסגעהאַלטענע מעשׂים. לאָמיר האָפֿן, אַז אין דעם פּראָצעס וועט דער עמוד־האש באַלויכטן אונדזער וועג צו דער גאולה שלימה.