די חורבן־ליטעראַטור, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, האַלט אין איין וואַקסן: מעמואַרן, ראָמאַנען, פֿאָרשאַרבעטן, דאָקומענטאַציע־פֿילמען און פּיעסן, ועל כּולם הארץ — רײַסנדיקע פּאָעזיע אויף אַלע לשונות און בפֿרט, ייִדיש און העברעיִש, האָבן שוין דערגרייכט זייער ציל, הגם דער פּראָצעס גייט אָן אין אויפֿשטעלן אַ בנין עדי עד אין אָנדענק פֿון חורבן אייראָפּע. אַלע פֿאָרמען פֿון מענטשלעכער שעפֿערישקייט זײַנען רעפּרעזענטירט און זיי זײַנען נישט באַגרענעצט בלויז צו ייִדן. אַן אינטערעסאַנטער פֿענאָמען איז צו באַמערקן, אַז אַ סך פֿון די ווערק ווערן געשאַפֿן פֿון דעם צווייטן דור, ייִדן און נישט־ייִדן. פּסיכאָלאָגיש גערעדט, קאָן מען דאָס אויסטײַטשן ווי אַן אויסדרוק פֿון היסטאָרישער אַחריות, וואָס קאָן מער נישט פֿאַרשטערט ווערן אָדער פֿאַרלייקנט ווערן. דער קרבן און, להבֿדיל דער רוצח, קאָן אַמאָל נישט זײַן בכּוח צו אַנטפּלעקן דעם אמת.
עס זײַנען אין די לעצטע יאָרן געשריבן געוואָרן ווערק און פּראָדוצירט פֿילמען פֿון קינדער פֿון פּראָמינענטע נאַצי־רוצחים, וואָס דעמאַסקירן זייערע עלטערן.
איך קער זיך אום צו דער טעמע פֿונעם חורבן צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. עס רוקן זיך אָן די טעג פֿון יום־טובֿ פּסח, ווען מיר דערפֿרישן די דראַמע פֿון יציאת־מצרים בײַ די סדרים. מיר זײַנען אויפֿגעפֿאָדערט נישט נאָר "להגיד — צו דערציילן" — נאָר צו דערציילן וואָס מער און מער — וכל המרבה לספּר ביציאת מצרים הכי משובח — דער וואָס דערפֿילט די מיצוה פֿאַרדינט אָנערקענונג און לויב. וואָס שייך דער שארית־הפּליטה איז דאָס נישט קיין סוד, אַז די זכרונות און מחשבֿות זײַנען אַ טאָג־טעגלעכע דערשיײַנונג. ביודעים ובלא יודעים — דירעקט אָדער אומדירעקט — ווערן אַלע מענטשלעכע דערפֿאַרונגען, טראַגישע און אַפֿילו צו מאָל קאָמישע, פֿאַרגליכן צו "יענע טעג" — פֿאַר דעם חורבן און בשעת דער שריפֿה. די פֿון אונדז, וואָס זײַנען געבענטשט מיט אַריכות־ימים, מוזן אויך אײַנשליסן די קאָשמאַרן פֿון שלאָפֿלאָזע נעכט... פֿול מיט אימאַזשן פֿון אויפֿטרייסלענדיקע איבערלעבענישן.
איך האָב אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל געשריבן וועגן דער "שארית־הפּליטה — די שקיעה פֿון אַ העראָיִזם שבֿט" (זע "פֿאָרווערטס", נאָוועמבער 24, 2006). אין די ווײַטערדיקע שורות האָב איך בדעה צו שילדערן דעם פּסיכישן מצבֿ פֿון דעם על־פּי־נס ניצול געוואָרענעם יחיד און דעם שבֿט־כּלל.
אין נאַטירלעכע צײַטן איז זיך שווער פֿאָרצושטעלן, אַז אַ יחיד וואָלט זיך געקלאַמערט צום לעבן ווען זײַן משפּחה וואָלט טראַגיש אומגעקומען. דער געדאַנק פֿון אַ וועלט אָן טאַטע־מאַמע, משפּחה און סבֿיבֿה איז געווען שווער זיך פֿאָרצושטעלן און אומדערטרעגלעך. אַ פּערזענלעכע פּאַסירונג וועט אילוסטרירן מײַן געמיט. ווי אַ יונגער גימנאַזיסט אין דער העברעיִשער גימנאַזיע האָב איך שבתים נאָכן דאַוונען ווי געוויינטלעך געכאַפּט אַ שמועס מיט אייניקע בעלי־בתּים. באַגײַסטערט פֿון מאָדערנע שיטות, פֿון לערנען תּנ״ך און העברעיִשע ליטעראַטור, האָבן מײַנע אויסגעדריקטע מיינונגען געקלונגען ווי אַפּיקורסות אין די אויערן פֿון די ייִדן, וואָס האָבן מיך געקענט פֿון קינדהייט און ווי דער געוועזענער חדר־ייִנגל. ר׳ יהודה מאיר קעסטענבערג ז״ל, אַגבֿ אַן אָפּגעהיטענער ייִד און ציוניסט, אויף וועמענס שויס איך פֿלעג זיצן און זיך שפּילן מיט זײַן גרויער באָרד ווען ער האָט דערציילט וווּנדער שיינע מעשׂיות וועגן משיחס צײַטן, האָט מיר אַמאָל אַזאַ שבת, מיט אײַנגעהאַלטענעם כּעס, אַ זאָג געטאָן: "שלמה, ווען דאָס וואָלט נישט געווען דו, וואָלט איך דיר געגעבן אַ פּאַטש אין פּנים". מײַן טאַטע ז״ל האָט (איך געדענק נישט גענוי צי דאָס איז געווען באַלד נאָכדעם) מיר אַ פֿרעג געטאָן צי איך וועל זאָגן קדיש נאָך אים. איך געדענק ווי דער עצם געדאַנק פֿון נישט האָבן אַ טאַטן האָט מיך אויפֿגעשוידערט און נישט געפֿינענדיק קיין לשון בין איך אַוועקגעלאָפֿן פֿון אים. פֿאַר אַ 15־ אָדער 16־יאָריקן בחור איז אַזאַ סצענאַר געווען אַ שוידער. דאָס איז געווען אין נאָרמאַלע צײַטן.
ערבֿ דער באַפֿרײַונג, ווען די אויסזיכטן צו בלײַבן לעבן זײַנען געווען נישטיקע; און באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג, ווען די אַכזריותדיקע ווירקלעכקייט פֿון דעם תּהומיקן חורבן האָט זיך אַנטפּלעקט פּנים אל פּנים מיט די עצמות־היבשות פֿון די לעבן־געבליבענע, פֿרעגט זיך די שאלה: וואָס איז געווען דער זין, דער ראַציאָנאַל פֿון אָנהאַלטן דאָס חיות? פֿאַר וועמען, מיט וועמען, ווען דער אַרום איז איין גרויסע חורבֿה?
פּערזענלעך, האָב איך די פּלוצעמדיקע באַפֿרײַונג אויפֿגענומען מיט אַ שרעקלעכן, היסטערישן געוויין. כ׳האָב זיך אָפּגעזונדערט פֿון די קאַצעטלער אַרום מיר און זיך געלאָזט אין דער ריכטונג פֿון די ליידיקע גרינע פֿעלדער (געווען איז דאָס דעם 30סטן אַפּריל 1945, אין בײַערן, לעבן מינכן). דאָרט האָב איך אײַנגעזען די פּוסטקייט, דערשפּירט די איינזאַמקייט פֿון אַ טאָטאַל־חרובֿער וועלט, וואָס דער גורל האָט פֿאַר אונדז באַשערט אין איר צו לעבן. פֿאַר אַ יחיד האָט אַזאַ עקזיסטענץ נישט געהאַט קיין זינען.
שוין אין די יאָרן פֿון מאַרטירערישן יאָך, וואָס האָט געשפּיגן מיט פֿײַער און בלוט, קעלט און נאַקעטקייט און אַן אומענדלעכן הונגער, האָט טיף אין האַרצן געטליִעט אַ ברענענדיקער באַגער צו דערלעבן דעם סוף פֿון דער מלחמה; הויפּטזאַכלעך, צוליב איין סיבה: להגיד — צו דערציילן, אויפֿצורודערן דאָס געוויסן פֿון דער וועלט וועגן די מיתה־משונהדיקע מאַסן־מאָרדן, אומדערהערטע אַכזריותן אויסגעפֿירט אויפֿן רוקן פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער באַגער איז נאָך דער באַפֿרײַונג פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מיסיע, אַ היסטאָריש־נאַציאָנאַלע שליחות. די מיסיע, אָדער אפֿשר מער גענוי — די התחײַבֿות — איז געוואָרן דער קאָלעקטיווער ראַציאָנאַל פֿאַר אַ המשכדיקן קיום. זי האָט אָנגענומען פֿאַרשיידענע פֿאָרמען: פֿאַראייביקן דעם זכּרון פֿון בלוט און פֿלייש פֿאַרשניטענע משפּחה־מיטגלידער, אָפּהיטן דעם זכּרון פֿון דער נעסט וווּ מען איז געבוירן געוואָרן, איר געשיכטע, אויפֿטוען און אירע פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן. שוין אין די ערשטע יאָרן נאָכן חורבן האָבן לאַנדסלײַט, צעזייטע און צעשפּרייטע איבער גאָר דער וועלט, באַוויזן אַרויסצוגעבן די איצט באַקאַנטע פּינקסים וועגן זייערע קהילות. געשריבן זײַנען זיי פֿון יחידים, נישט דווקא פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער. דאָס זײַנען אויטענטישע מעמואַרן פֿון שטאָטס־לײַט וואָס וועלן דינען ווי די אַבֿני־היסוד — די גרונט־שטיינער — וואָס קומענדיקע היסטאָריקער וועלן פֿאָרשן.
גלײַכצײַטיק האָט זיך צעפֿלאַקערט דער עלעמענט פֿון ייִדיש־נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן און אידענטיטעט. אין די ראַמען פֿון דעם אַרטיקל קאָן איך בלויז אָנווײַזן אויף דעם פֿענאָמען פֿון דער קהילה־סטרוקטור פֿון דער שארית־הפּליטה אויף דער טעריטאָריע פֿון דעם באַזיגטן דריטן רײַך אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך. אַ ברויזנדיקער ייִדן־שטאָלץ, וואָס האָט פֿון סאַמע אָנהייב דערשפּירט דעם שעת־הכּושר פֿון ווערן דער אַוואַנגאַרד אין קאַמף פֿאַר אַ ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל. די ערשט דערשעפּטע, פֿאַרמאַטערטע מענטשן האָבן דערשפּירט די געהויבנקייט פֿון דער שעה און דערפֿילט דעם צו־השעה, דעם געבאָט וואָס די געשיכטע האָט פֿאַר זיי באַשטימט.
ווען מיר וועלן זיך אַוועקזעצן צו די סדרים מקיים צו זײַן די מיצוה פֿון זכר ליציאת מצרים פֿון אַמאָל, זײַנען מיר מחויבֿ אײַנצוגלידערן די עפּאָכע פֿון חורבן און גאולה, וואָס אונדזער דור האָט אַדורכגעלעבט. דער עטאַפּ פֿון אונדזער געשיכטע פֿון חורבן און גאולה, פֿון אין־סופֿיקן ייִאוש און העראָיִזם און גבֿורה איז געקניפּט און געבונדן מיט דער עפּאָפּעע פֿון דער שארית־הפּליטה. מיט זיי אין זינען זאָגן מיר שפֿוך חמתך און מיט זיי אין זינען זינגען מיר הלל.
אַ כּשרן און פֿריילעכן פּסח אַלע אונדזערע לייענער און כּלל־ישׂראל.