תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך דעם ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן פּטירה אין מצרים געבעטן זײַן זון יוסף הצדיק, אַז ער זאָל אים נישט מקבר זײַן אין מצרים, נאָר אין ׳מערת המכפּלה׳ — דאָרט, וווּ עס רוען אַבֿרהם און שׂרה, און יצחק און רבֿקה — האָט יעקבֿ צוגעגעבן (ווי עס שטייט געשריבן אין אונדזער פּרשה — מח, ז): "ואַני בבֿואי מפּדן מתה עלי רחל וגו׳ ואקברה שם בדרך אפֿרת" — און קומענדיק פֿון פּדן (אַרם) איז מיר געשטאָרבן רחל... און איך האָב איר דאָרט מקבר געווען אויפֿן וועג צו אפֿרת. ווערט עס אויפֿגעקלערט אין רש״י (פֿאַרוואָס דערמאָנט עס דאָ יעקבֿ, בעטנדיק אַז ער זאָל אים מקבר זײַן אין מערת המכפּלה), אַז יעקבֿ האָט חושד געווען, אַז דאָס וואָס ער בעט יוספֿן ער זאָל אים פֿירן אין ארץ־ישׂראל און ברענגען צו קבֿורה אין דער ׳מערת המכפּלה׳, קען דערוועקן בײַ יוספֿן אַ פֿאַרדרוס, פֿאַרוואָס האָט זײַן מאַמע רחל נישט זוכה געוון דערצו. דערפֿאַר האָט יעקבֿ געפֿונען פֿאַר נייטיק צו פֿאַרענטפֿערן זיך, פֿאַר וואָס ער האָט מקבר געווען זײַן מאַמע רחל אין מיטן וועג.

מיט וואָס האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט? גיט ווײַטער רש״י צו (לויטן ׳פּסיקתּא רבתי׳ און ׳בראשית רבא׳), אַז יעקבֿ האָט געלאָזט וויסן יוספֿן אַז ער האָט דאָרט מקבר געווען רחלען לויטן אָנווײַז פֿון דעם אויבערשטן. און אַזוי זאָגט רש״י (אין ייִדישער אינהאַלטלעכער איבערטײַטשונג): יעקבֿ האָט געזאָגט יוספֿן — זאָלסט וויסן, אַז לויט דעם אויבערשטנס רייד האָב איך זי (רחלען) מקבר געווען דאָרט, בכדי זי זאָל זײַן צו הילף אירע קינדער: אַז נבֿוזראַדן (דער מיליטער־הויפּט פֿון בבֿל) וועט פֿאַרטרײַבן די ייִדן פֿון ארץ־ישׂראל און זיי וועלן פֿאַרבײַגיין איר קבֿר, גייט רחל אַרויס אויף איר קבֿר און וויינט און בעט רחמים אויף זיי... און דער אויבערשטער ענטפֿערט איר: "יש שׂכר לפעולתך" — ס׳איז דאָ באַלוינונג פֿאַר דײַן אויפֿטו.

יעקבֿ אָבֿינו און רחל אמנו שטעלן מיט זיך פֿאָר די פולקומע געשטאַלט פֿון אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק. יעקבֿ אָבֿינו ווערט באַצייכנט ווי דער "בחיר שבאָבֿות" — דער אויסדערוויילטער פֿון די דרײַ אָבֿות; און רחל איז געווען זײַן עיקרדיקע פֿרוי, זײַן עקרת הבית — דער פֿונדאַמענט און הויפּטזאַך פֿון זײַן הויז. דעריבער קען מען אין זיי זען די הויפּט־שטריכן, וועלכע זײַנען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ מאַן־און־פֿרוי בײַ ייִדן.

יעקבֿ אָבֿינו בעט, אַז נאָך זײַן פּטירה זאָל מען אים ברענגען אין ארץ־ישׂראל און אים דאָרט מקבר זײַן אין דער מערת המכפּלה. דאָס מיינט, אַז יעקבֿ אָבֿינו זוכט צוצוקומען צו דער העכסטער שלימות אין קדושה, וואָס ער קען דערגרייכן אין לעבן און ביז אַפֿילו נאָכדעם. דערפֿאַר האָט ער געבעטן מ׳זאָל אים מקבר זײַן אין אַ הייליק אָרט. דערקעגן רחל צייכנט זיך אויס מיט איר גוואַלדיקער מסירות־נפֿש פֿאַר ייִדן, אירע קינדער, ביז זי האָט מוותּר געווען, פֿאַרציכטעט אויף איר ווילן צו געפֿינען איר קבֿורה אין אַזאַ הייליק אָרט ווי די מערת המכפּלה, כּדי צו זײַן אַ הילף פֿאַר אירע קינדער. און אויף דעם זאָגט איר דער אויבערשטער: "ס׳איז פֿאַראַן באַלוינונג פֿאַר דײַן אויפֿטו", איר מסירות־נפֿש־אויפֿטו פֿאַר אירע קינדער.

אין דעם אונטערשייד צווישן יעקבֿ אָבֿינו און רחל אמנו שפּיגלט זיך אָפּ די אַנדערשקייט צווישן דעם תּפֿקיד פֿון אַ ייִדישן מאַן און דעם תּפֿקיד פֿון אַ ייִדישער פֿרוי. הגם אַז אויף ביידן איז גילטיק דער כּלל (משנה סוף קידושין): "אַני נבֿראתי לשמש את קוני" — איך (זאָגט סײַ אַ מאַן און סײַ אַ פֿרוי) בין באַשאַפֿן געוואָרן צו דינען מײַן באַשעפֿער; פֿונדעסטוועגן איז נישט גלײַך דער תּפֿקיד און די עבֿודה וואָס פֿאָדערט זיך בײַ דעם מאַן צו דעם וואָס עס פֿאָדערט זיך בײַ אַ פֿרוי:

בײַ אַ מאַן מאָנט זיך ער זאָל זיך באַמיִען און טאָן אַלץ וואָס ער קאָן צו דעראָבערן וואָס מער פּערזענלעכע שלמות פֿון זײַן גײַסטיקן מהות. ער דאַרף זיך אָפּגעבן מיט לערנען תּורה, ווען ער האָט נאָר אַ פֿרײַע מינוט; ער האָט אַ פֿליכט צו מקיים זײַן פֿיל מער מצוות ווי די פֿרוי, ער דאַרף זיך אָפּגעבן מיט עבֿודת התּפֿילה; ער האָט אויך, פֿאַרשטייט זיך, די פֿליכט צו באַשעפֿטיקן זיך בדרך־כּלל מיט אַרײַנברענגען פּרנסה אין שטוב, וואָס אויך אין דעם דאַרף ער אָפּהיטן די דינים און דעם דרך התּורה, אינעם זינען פֿון "בכל דרכיך דעהו" (משלי ג, ו) — צו האָבן דעם אויבערשטן אין זינען אין אַלע וועגן פֿונעם מענטשן.

דערקעגן די פֿרוי גיט אַוועק אויך איר פּערזענלעכע שלמות פֿאַר אירע קינדער. אויף איר ליגט ניט דער חיובֿ צו מקיים זײַן די מצוות עשׂה שהזמן גרמא, ווײַל זי האָט נאָך אַ גרעסערן און מער חשובֿן תּפֿקיד — צו האָדעווען און דערציִען דעם קומענדיקן דור. זי איז צוליב דעם מוותּר, פֿאַרציכטעט אויף אַ געוויסער מאָס פֿון פּערזענלעכער שלמות; נאָר זי טוט דאָס מיט מסירות־נפֿש.

און אין דעם קומט צום אויסדרוק די מעלה אין פֿרויען לגבי מענער: בײַ אַ מאַן, ווי באַלד ער פֿאַרנעמט זיך מיט דערגרייכן פּערזענלעכע שלמות, קען זיך דערפֿאַר בײַ אים אַנטוויקלען אַ געפֿיל פֿון זײַן צופֿרידן מיט זיך, פֿון שפּירן די אייגענע מעלות, ביז צום האָבן (מער אָדער ווייניקער) אַ געפֿיל פֿון גאוה. אַנדערש איז אָבער בײַ אַ פֿרוי, אין איר אויפֿגאַבע אין ייִדישן לעבן — ווי באַלד אַז בײַ איר דאָמינירט אין איר תּפֿקיד, פֿאַרקערט, דער צוגאַנג פֿון אַ ׳מסירות־נפֿשדיקן׳ אַוועקגעבן זיך פֿאַרן גײַסטיקן וווילזײַן פֿון די קינדער, לײַכט בײַ איר מער און שטאַרקער די אינערלעכע נשמה־ליכט, אָן די ׳באַריערעס׳ פֿון ישות און גאוה־געפֿילן. (און לויטן אָרעמען דעת פֿון דעם פֿאַרצייכענער, איז עס אַ פֿאַקט וואָס לאָזט זיך מערקן אויף אַ בולטן אופֿן).

און דאָס העלפֿט אונדז אויך צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס די אָנגעהעריקייט צום ייִדישן פֿאָלק ווערט באַשטימט נישט דורכן פֿאָטער, נאָר דווקא דורך דער מוטער (דאָס הייסט, אַז אַ ייִד איז בלויז דער וואָס זײַן מוטער איז אַ ייִדישע טאָכטער, אויך ווען דער פֿיזישער פֿאָטער איז נישט קיין ייִד, אָבער נישט פֿאַרקערט — אויב דער פֿאָטער איז אַ ייִד און נישט די מוטער, איז דאָס קינד נישט קיין ייִד). וואָרעם דער ייִדיש־וועזן שטאַמט פֿונעם עצם הנשמה, וואָס לײַכט מער אַנטפּלעקט בײַ אַ ייִדישער פֿרוי. און דערפֿאַר האָט די מסירות־נפֿש פֿון אַ פֿרוי, פֿון אונדזער מוטער רחל, אַרויסגערופֿן דעם ג־טלעכן צוזאָג: "ושבֿו בנים לגבֿולם", אַז די ייִדישע קינדער וועלן זיך צוריקקערן צו זייער אמת־הייליקן היימלאַנד.