הרבֿ ראָזען און זײַן פֿרוי צווישן אַנדערע ייִדן דעם צווייטן פּסח־סדר אין דער רומענישער ייִדישער קהילה. פֿון רעכטס: ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אַבא גפֿן מיט זײַן פֿרוי |
די קאָנדוקטאָרשע אין אונדזער וואַגאָן האָט אַלעמען געוואָרנט, אַז מע טאָר ניט עפֿענען די פֿענצטער, ווײַל — מע גנבֿעט. זײַנען מיר טאַקע געפֿאָרן פֿאַרשפּאַרט, אָבער אויף דער גרענעץ זײַנען צו אונדז אַרײַן די רומענישע גרענעצלער. אין די פּעסער האָבן זיי קוים אַרײַנגעקוקט, דער עיקר, געבעטלט, מע זאָל זיי געבן אַ פּעקל ציגאַרעטן צי לכל-הפּחות אַ ציגאַרעט. ס׳האָבן מיר זיך אויך פֿאַרגעדענקט די דערפֿער, וווּ קיין סימן פֿון עלעקטריע איז ניט געווען, און די פּרימיטיווע אויטאָס, "דאַטשיאַ" האָבן זיי, דאַכט זיך, געהייסן...
אָבער די צײַט לויפֿט, און רומעניע האָט זיך אַרויפֿגעאַרבעט ביז אַ מיטגלידערשאַפֿט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. כ׳בין ניט זיכער, צי דעם דאָזיקן עליטאַרן קלוב איז פֿריִער אויסגעקומען צו אַדאָפּטירן אַזאַ קבצן. אָבער אָרעמקייט איז גאָר ניט די איינציקע פּראָבלעם פֿון דער איצטיקער רומענישער געזעלשאַפֿט.
אין די קאָמוניסטישע צײַטן, ביז 1989, האָט רומעניע געהאַט איינע פֿון די גרעסטע (פּראָפּאָרציאָנעל צו דער באַפֿעלקערונג) געהיימע פּאָליציי: 11 טויזנט אַגענטן און אַ האַלב מיליאָן אינפֿאָרמאַטאָרן, וואָס האָבן געהאַלטן אַן אויג אויף דעם המון. הונדערטער טויזנטער תּושבֿים האָט מען אַרעסטירט פֿאַר פּאָליטישע חטאָים; ניט ווייניק צווישן זיי זײַנע אומגעבראַכט געוואָרן.
הגם דאָס דאָזיקע דינסט האָט מען זינט יענע צײַטן רעאָרגאַניזירט און אַ צאָל געוועזענע פֿירער האָט מען געמישפּט, פֿאַרנעמען הײַנט ניט ווייניק קאַדרען פֿון דער אַמאָליקער זיכערהייט וויכטיקע פּאָזיציעס צווישן די נײַ-אויפֿגעקומענע גבֿירים און פּאָליטישע טוער. קיין חידוש ניט, אַז ס׳איז גאָר ניט גרינג צו באַקומען אַ צוטריט צו סענסיטיווע דאָקומענטן פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים. דאָך, ווערן, סוף-כּל-סוף, אַנטפּלעקט די סודות פֿון יענער תּקופֿה.
אין דעם בוך פֿון ראַדו יאָאַניד "די אויסלייזונג פֿון די ייִדן: די געשיכטע פֿון אַן עקסטראַ־אָרדינאַרן געהיימען האַנדל צווישן רומעניע און ישׂראל — (Radu Ioanid, The Ransom of the Jews: The Story of the Extraordinary Secret Bargain Between Romania and Israel) גייט די רייד וועגן דעם, ווי די רומענישע ייִדן זײַנען געוואָרן אַ רווח-ברענגענדיקע סחורה, וואָס דער קאָמוניסטישער רעזשים האָט פֿאַרקויפֿט, און ישׂראל האָט געקויפֿט (דער עיקר, פֿאַר די געלטער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, פֿאַרשטייט זיך). וועגן דעם, אַז די רומענער האָבן פֿאַרקויפֿט ייִדן, האָט מען גערעדט שוין לאַנג. אָבער אַ דאַנק יאָאַנידס פֿאָרשונג (וועלכע איז, צום באַדויערן, ניט זייער גוט אָנגעשריבן), איז דער קײַמא-לן געוואָרן אַ היסטאָרישער פֿאַקט.
פֿון דעם בוך דערוויסן מיר זיך, אַז דאָס איז ניט דער איינציקער פֿאַל פֿון אַזאַ מיסחר. סוף 1940ער, אָנהייב 1950ער, האָט אונגאַרן געמאָנט צו 1,000 דאָלאַר פֿאַר יעדן ייִדן. אין דער זעלבער צײַט, האָט מען די בולגאַרישע ייִדן אָפּגעגעבן ווי קײַ-און-שפּײַ — די רעגירונג פֿלעגט נעמען פֿון 50 ביז 350 דאָלאַר אַ ייִד. אין די יאָרן 1956—1961 האָט ישׂראל "אונטערגעשמירט" די מאַראָקאַנער מלוכה-לײַט, זיי זאָלן דערלויבן צו שמוגלען ייִדן פֿון מאַראָקאָ קיין שפּאַניע. דאָרטן האָט מען די ייִדן געגעבן פֿאַלשע פּאַפּירן, מיט וועלכע זיי פֿלעגן אָנקומען קיין ישׂראל. אין 1971, האָט סאַדאַם כוסיין גענומען איין מיליאָן דאָלאַר פֿאַר אַרויסלאָזן 1,246 איראַקער ייִדן.
דאָך, האָט נאָר אין רומעניע דאָס פּדיון-שבֿויים באַקומען אַזאַ גרויסן און לאַנג-דויערנדיקן פֿאַרנעם. די אַריבער דרײַ הונדערט טויזנט ייִדן, וואָס האָבן געלעבט אין רומעניע נאָכן חורבן, האָבן געבראַכט דער מלוכה אַ טריף מזל. דער רומענישער רעזשים פֿון טשאַושעסקו האָט פֿאַרדינט מיליאָנען דאָלאַרן אויף דעם האַנדל מיט ייִדן. דער פּרײַז האָט זיך געביטן אין פֿאַרשיידענע יאָרן, און געווען אָפּהענגיק פֿון דעם "קוואַליטעט" פֿון דער לעבעדיקער סחורה — פֿאַר יונגע לײַט האָט מען געדאַרפֿט זיך מער צעבײַטלען, איידער פֿאַר די זקנים; און אַ הויך-געבילדעטער, בפֿרט מיט אַ דאָקטאָראַט, האָט געקאָסט אַ סך מער פֿון אַ פּראָסטן חי-וקים.
אין גאַנצן כּשר איז דער ענין ניט געווען — איך מיין פֿון דעם ייִדישן צד, ווײַל פֿון דעם רומענישן צד איז עס געווען מיאוס דורך און דורך. וואָס שייך דעם אַרויסבאַקומען אַלץ מער און מער ייִדן, זיי אַרויסראַטעווען פֿון אַ לאַנד, וווּ עס האָט געהערשט אַ קאָמוניסטישער דיקטאַטאָר — איז עס אַוודאַי געווען אַ וויכטיקער אויפֿטו. אָבער צאָלן האָט מען געמוזט אַ הויכן פּרײַז, און ניט נאָר אין מזומן. מע האָט פֿאַקטיש געהאָלפֿן טשאַושעסקו צו בויען אַ פֿאַלשן אימאַזש פֿון אַ "גוטינקן קאָמוניסט", וואָס האָט בעסערע באַציִונגען מיט דער מערבֿדיקער וועלט.