|
חיהלע אַש אין דער ״גרינע פֿעלדער״ |
|
אין דער אָפּהאַנדלונג פֿון דער ייִדישער אַקטריסע חיהלע אַש "ייִדיש טעאַטער אין רומעניע צווישן ביידע וועלט־מלחמות", וואָס טראָגט אויך אַן אויטאָביאָגראַפֿישן כאַראַקטער, שרײַבט זי:
"ווי אַ קינד פֿון ייִדישע שוישפּילער אין רומעניע, וואָס האָט דורכגעלעבט איר קינדהייט, אַרומוואַנדערנדיק אין פֿאַרשיידענע וואַנדער־טרופּעס איבער שטעט און שטעטלעך פֿון רומעניע, וויל איך בלויז איבערגעבן אַ צאָל עפּיזאָדן און זכרונות וועגן אַקטיאָרן פֿון רומעניע, וואָס זענען מער נישטאָ צווישן די לעבעדיקע, די וואָס זענען אומגעקומען אויף קידוש־השם אָדער אין די לאַגערן פֿון טראַנסניסטריע".
עס איז כּמעט אַן אָנגענומענער כּלל, אַז ייִדיש טעאַטער, ייִדישער אָרגאַניזירטער טעאַטער האָט זיך אָנגעהויבן אין פּוילן און רוסלאַנד, שפּעטער אין אַמעריקע. דער אמת איז, אַז רומעניע איז דאָס געבוירן־אָרט פֿון ייִדישן טעאַטער.
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון אוקראַיִנע, האָט אויפֿגעפֿירט זײַן ערשטע טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אויף די בינע־ברעטער פֿון טעאַטער־גאָרטן "פּאָמול ווערדע" אין יאַס.
די ערשטע אויפֿטריטן אין אַן אמתן טעאַטער־זאַל זענען פֿאָרגעקומען אין דער פּראָווינץ־שטאָט באָטאָשאַן און שפּעטער אין גאַלאַץ — נישט אין קיִעוו, נישט אין אָדעס אָדער וואַרשע, כאָטש אין די שטעט אין פּוילן, רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָט מען שוין פּרובירט שפּילן ייִדיש טעאַטער אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט, אָבער דאָס איז נישט געווען קיין פּראָפֿעסיאָנעל טעאַטער.
רומעניע האָט צו זיך "געצויגן"... און אין רומעניע האָבן אין אָנהייב פֿון 20סטן י״ה און שפּעטער, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, געשפּילט טעאַטער די בעסטע ייִדישע אַקטיאָרן. אין רומעניע זענען צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן קלאַראַ יאָנג, ד״ר פּאַול באַראַטאָוו, די "טרופּע קאָמפּאַנייעץ". אויף גאַסטראָלן קיין רומעניע זענען "אַראָפּגעקומען" "די ווילנער טרופּע", משפּחה ליפּמאַן, און אַנדערע באַרימטע קאָלעקטיוון.
פֿון אַמעריקע זענען געקומען לודוויק זאַץ, מאָריס שוואַרץ, צילי אַדלער, מאָלי פּיקאָן, מיכל מיכאַלעסקאָ, אַהרון לעבעדיעוו, בערטאַ גערסטען.
פֿון רוסלאַנד — פֿישזאָן־זאַסלאַווסקאַיאַ, פּאַול באַראַטאָוו, מרים קאָראָלאָוואַ־קאַמבאַראָוואַ.
מען האָט אין רומעניע דעמאָלט געשפּילט דעם סאַמע בעסטן רעפּערטואַר: "טאָג און נאַכט", "דער דיבוק", "גרינע פֿעלדער", "דער לעבעדיקער מת", "דער דאָרפֿסיונג", "דאָס גרויסע געווינס", "דער אוצר" און דער גרעסטער "שאָס" (ווי אַקטיאָרן דריקן זיך אויס) איז געווען "דער זינגער פֿון זײַן טרויער" אָדער "יאָשקע מוזיקאַנט" מיט יוסף בולאָוו אין דער הויפּט־ראָלע.
די פּיעסע איז געווען אין די 20ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט דער גרעסטער שלאַגער...
חיהלע אַש שרײַבט אין איר גרעסערער אַרבעט: "ייִדישער טעאַטער אין רומעניע":
... "מײַן פֿאָטער פֿלעגט צוזאַמענשטעלן אַ קאָלעקטיוו אויף חבֿרישע יסודות, איין מאָל אַ וואָך דאַרף געשפּילט ווערן אַ פּיעסע פֿון בעסערן רעפּערטואַר".
וואָס מיינט דאָס? אַז דער גרעסטער דערפֿאָלג האָבן געהאַט פֿאָרשטעלונגען פֿון לײַכטערן כאַראַקטער און אָפֿט מאָל שונד, אַ וואָרט וועלכן איך האָב ניט ליב צו באַניצן...
חיהלע אַש, די טאָכטער פֿון צוויי ייִדישע אַקטיאָרן, איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין יאָר 1920. מיט אירע עלטערן האָט זי געוואַנדערט מיט פֿאַרשיידענע טרופּעס איבער בעסאַראַביע און רומעניע און געשפּילט קינדער־ראָלעס, ווי "שלמהלע" אין דער פּיעסע "שוועסטער" פֿון י. ל. פּרץ און אין "קידוש־השם" פֿון שלום אַש.
נישט קיין שלעכטער אָנהייב...
פֿון 12 ביז 19 יאָר האָט זי געשפּילט יוגנטלעכע ראָלעס אין דער אָפּערעטע און דראַמע און געוואַנדערט מיטן ייִדישן טעאַטער איבער טשעכאָסלאָוואַקײַ און עסטרײַך.
אין יאָר 1940 איז חיהלע אַש אַרײַנגעטראָטן אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בעסאַראַביע. אין יאָר 1941 שטודירט זי רעזשי אין דער סטודיע בײַם ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין מאָסקווע. אין דער צײַט הייבט זיך אָן די צווייטע וועלט־מלחמה. זי רײַסט איבער אירע שטודיעס, עוואַקויִרט זיך קיין מיטל־אַזיע און דאָרט לעבט זי איבער די צווייטע וועלט־מלחמה. אין 1945 קומט זי אָן קיין פּוילן און זי שפּילט דאָרט ייִדיש טעאַטער נאָך איידער עס איז אין פּוילן געשאַפֿן געוואָרן "דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער" אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אידאַ קאַמינסקאַ. אין 1947 שאַפֿט זי אַ ייִדיש טעאַטער אין D.P.־לאַגער אין לינץ. פֿון עסטרײַך איז זי עולה קיין מדינת־ישׂראל, וווּ זי שפּילט הויפּט־ראָלעס אין ייִדישן טעאַטער 8 יאָר. אין ישׂראל האָט ייִדיש טעאַטער דורכגעמאַכט אַ שווערע מערכה. די פֿאַקטן זענען באַקאַנט — איך וועל זיי נישט איבערחזרן. אַ קאָמפּראָמיטירנדיקע עפּאָכע פֿון רדיפֿות קעגן ייִדישן טעאַטער, פֿון שלילת־הגלות. לאָמיר בעסער פֿאַרגעסן... און דאָס איז אפֿשר די סיבה וואָס חיהלע אַש האָט פֿאַרלאָזט ישׂראל און האָט זיך ווידער אַ מאָל אַרויסגעלאָזט זיך וואַנדערן איבער די ייִדישע תּפֿוצות. זי גאַסטראָלירט אין לאָנדאָן, אין דרום־אַפֿריקע און אין יאָר 1961 קומט זי אָן קיין אַמעריקע און באַזעצט זיך אין פֿילאַדעלפֿיע. דאָ אָרגאַניזירט זי אַ קליינקונסט־טרופּע. זי טרעט אויף מיט אירע קאָנצערטן אין אַזעלכע קרײַזן, וווּ ייִדיש האָט מען שוין פֿון לאַנג פֿאַרגעסן...
זי איז אויך רעזשיסאָר פֿון אַ ייִדישן קינדער־טעאַטער אין פֿילאַדעלפֿיע. היות ווי חיהלע אַש איז אויך אַ מענטש מיט אַ סך קולטור, ערודיציע און בילדונג, ווערט זי אַ מיטגליד אין פֿאַרלאַג־קאָמיטעט פֿון "לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער".
אין יאָר 1962 פֿירט זי אויף צוזאַמען מיט איר מאַן פֿורמאַן און דער האַלב־פּראָפֿעסיאָנעלער "פֿילאַדעלפֿער ייִדישער פֿאָלקסבינע" לעאָן קאָברינס פּיעסע "דעם דאָקטאָרס ווײַבער".
אין 1963 שפּילט זי אייניקע קליינקונסט־פּראָגראַמען "דער כּוח פֿון אַ ייִדישן ניגון" און "מיר זײַנען דאָ".
אין יאָר 1964 — "אין קעלער־שטוב" פֿון י.ל. פּרץ.
אין יאָר 1965 — "די וועלט פֿון שלום־עליכם".
אין זעלבן יאָר פֿירט זי אויף מיט דער דראַמאַטישער גרופּע בײַם חיים ווייצמאַן־לאָדזש פֿון "בני־ברית" אַן אינסצעניזאַציע פֿון גאָלדפֿאַדענס "די כּישופֿמאַכערין".
אין סעזאָן 1966־1967 האָט זי אויפֿגעפֿירט אין איר באַאַרבעטונג שלום־עליכמס "מאָטל פּייסי דעם חזנס", אין סעזאָן 1967־1968 — פּרץ הירשביינס "גרינע פֿעלדער".
אין יאָר 1971 אָרגאַניזירט דער "ייִדיש־נאַציאָנאַלער אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און "אַרבעטער־רינג" אַ גרויסן קאָנצערט פֿון טעאַטער, הומאָר און געזאַנג מיטן אָנטייל פֿון די אַקטיאָרן דזשינעטאַ לאַ־ביאַנקאַ, אַדי פֿורמאַן און אַבֿרהם פֿורמאַן.
דער טור איז פֿאָרגעקומען אין 36 שטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס איז געווען דער גרעסטער דערפֿאָלג פֿון חיהלע אַש.
אין יאָר 1979 טרעט חיהלע אַש אויף מיט איר עסטראַדע־אַנסאַמבל אין אַרגענטינע און אין בראַזיל. די ייִדישע צײַטונג "די פּרעסע", וואָס איז דעמאָלט דערשינען אין בוענאָס־אײַרעס, שרײַבט: "די פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון געזאַנג, הומאָר, סקעטשן און מאָנאָלאָגן, פֿראַגמענטן פֿון די ווערק פֿון שלום־עליכם און גאָלדפֿאַדען. די פֿאָרשטעלונג איז געשטאַנען אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ"...
חיהלע אַש האָט געשפּילט אין לאָנדאָן אין "גרענד פּאַליי" די פּיעסע "דער מאַמעס חתונה". די "אידישע שטימע", וואָס איז דעמאָלט דערשינען אין לאָנדאָן, שרײַבט וועגן דער פֿאָרשטעלונג: "לעצטנס האָבן מיר געזען חיהלע אַש אין אַ פֿאַרטיפֿטער ראָלע מיט גוטע דראַמאַטישע עפֿעקטן. אין איר מוטער־ראָלע ראַשט זי איבער די צושויער. זי שפּילט מיט ווערדע גוטע, קאָמפּליצירטע דראַמאַטישע איבערלעבונגען".
חיהלע אַש האָט געשפּילט אין דער טרופּע פֿון מאַקס פּערלמאַן.
"די ייִדישע צײַטונג" שרײַבט וועגן דער פֿאָרשטעלונג "דער טאַטע בין איך": "איינע פֿון די טאַלאַנטירטסטע אַקטריסעס אין דער טרופּע איז חיהלע אַש. זי ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר איינער פֿון די פֿײַנסטע ייִדישע כאַראַקטער־שוישפּילערינס".
אין "פֿאָרווערטס" איז פֿאַראַן אַ רעצענזיע פֿון שרײַבער יצחק פּערלאָוו א״נ "טעאַטער־נאָטיצן" פֿון 20סטן דעצעמבער 1979. ער שרײַבט וועגן יעקבֿ באָדאָס גאַסט־שפּילן אין ניו־יאָרק און איך ציטיר אַ פֿראַגמענט.
"...ווער וועט דאָ זײַן אין דער טרופּע פֿון יעקבֿ באָדאָ און שפּילן ׳אַ מיליאָנער אויף צרות׳? הערט און שטוינט: קודם־כּל די טאַלאַנטירטע שוישפּילערין חיהלע אַש, בײַ וועמען באָדאָ האָט געשטעלט די ערשטע טריט אויף דער ייִדישער בינע".
און לסוף לאָמיר ציטירן אַ בריוו, אַ באַגריסונג צו חיהלע אַש פֿון דירעקטאָר פֿון דעם אָפּטייל פֿאַר קולטור און בילדונג בײַם "אַרבעטער־רינג", פֿרוי חוה לאַפּין־רײַך:
"ס׳איז באמת אַ פֿאַרגעניגן און אַ פֿרייד צו שיקן אַ באַגריסונג לכּבֿוד דער נשמהדיקער און אייביק יונגער חיהלע אַש. מיט איר לעבעדיקייט און התלהבֿות, שוין אָפּגערעדט פֿון קולטור־קענטעניש און טאַלאַנט, ברענגט זי אַרײַן אומעטום, וווּ זי טרעט אויף אַ טרער און אַ שמייכל, אַ וואַרעמקייט אין האַרצן און אַ ליבשאַפֿט צום ייִדישן וואָרט. ווינטש איך איר אַ סך, אַ סך יאָרן געזונטע און שעפֿערישע, טראָגן די קרוין פֿון איר אומפֿאַרגלײַכלעך שיינער באַציִונג צו דער ייִדישער בינע, צום לשון, צו דער ליטעראַטור און צו ייִדן, וואָס קומען זיך דערקוויקן פֿון איר קוואַל".
קאָן נאָך זײַן אַ בעסערע רעצענזיע און אָפּשאַצונג וועגן אַ קינסטלערין, וואָס האָט איר גאַנץ לעבן געווידמעט דער ייִדישער בינע?