‫פֿון רעדאַקציע

דעם 23סטן דעצעמבער האָבן די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", סוף־כּל־סוף, אָנגענומען אַ באַשלוס קעגן איראַן, וואָס מיינט, אַ ריי סאַנקציעס, געצילט צו באַגרענעצן און, מעגלעך, אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון טעהעראַן. פֿיר חדשים זײַנען אָנגעגאַנגען די פֿאַרהאַנדלונגען סײַ מיט דער איראַנישער רעגירונג און סײַ צווישן די לענדער, וואָס גייען אַרײַן אינעם זיכערהייט־ראַט.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען.

װעלט פֿון ייִדיש
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּערל טייטלבוים לערנט ״ייִדיש פֿאַר זינגער״
דער אָפֿיציעלער נאָמען איז "די ייִדישע פֿאָלקסקונסט־פּראָגראַם", אָבער אַלע קענען די וואָך־לאַנגיקע אונטערנעמונג ווי "קלעזקעמפּ". פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער טרעפֿן זיך אַן ערך 400 מוזיקער, זינגער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַ האָטעל אין די קעטסקיל־בערג און באַטייליקן זיך אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן, קלאַסן, לעקציעס און קאָנצערטן. די שטימונג פֿון "קלעזקעמפּ" דאָס יאָר האָט זיך אַ ביסל געביטן וואָס שייך דער נאַטור — אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט דער שניי געבושעוועט, די ווינטן האָבן געבלאָזן און די הונדערטער געסט זענען געבליבן אינעווייניק, בלית־ברירה, און הנאה געהאַט איינער פֿונעם אַנדערן. דאָס יאָר, צוליב אַ וואַרעמען ווינטער, האָט מען געקענט כאַפּן א שפּאַציר אין דרויסן, אין וואַלד, אין דאָרף, און אַפֿילו מאַכן אַ ביסל גימנאַסטיק.

געשיכטע

דעם 12טן יולי 1906 האָט מען דרײַפֿוסן ריינגעוואַשן פֿון יעדן פֿאַרדאַכט
הונדערט יאָר איז געוואָרן זינט די העכסטע יורידישע אינסטאַנץ פֿון פֿראַנקרײַך האָט, אין נאָמען פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿאָלק, זיך געשלאָגן על־חטא — און אַלפֿרעד דרײַפֿוס, דער ייִדישער קאַפּיטאַן — איז געוואָרן רעהאַביליטירט: ריינגעוואַשן פֿונעם בילבול. דער פֿײַערלעכער אַקט פֿון רעהאַביליטאַציע האָט אַ סוף געמאַכט צום יורידישן שווינדל, וואָס האָט צוועלף יאָר צײַט צעריסן די פֿראַנצויזישע געזעלשאַפֿט און אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט.

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַרקאַדי זעלצער. ייִדן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ׃ וויטעבסק און די שטעטלעך, 1917—1941. מאָסקווע׃ ראָספּען, 2006 (רוסיש)Arkadi Zeltser. The Jews of the Soviet Provinces: Vitebsk and the Shtetls 1917—1941. Moscow: ROSSPEN, 2006.
דאָס בוך פֿונעם רוסיש־ייִדישן היסטאָריקער פֿון ירושלים אַרקאַדי זעלצער איז אַ פֿרוכט פֿון מער ווי צען־יאָריקער פֿאָרשערישער אַרבעט. דער מחבר מאָלט דאָ אַ פֿילפֿאַרביקן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון סאָוועטישן ייִדנטום אין דער וויטעבסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד אין דער צײַט צווישן דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע און דעם חורבן. די דאָזיקע פֿאָרשונג באַזירט זיך, קודם־כּל, אויף די מאַטעריאַלן פֿון אַרכיוון און פּרעסע, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט די פֿילזײַטיקייט פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. דעם מחבר האָט זיך אײַנגעגעבן צו לייזן צוויי אויפֿגאַבעס. זײַן בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אי אַ סאָלידע אַנאַליטישע פֿאָרשונג, אי אַ לעבעדיקע היסטאָרישע דערציילונג, וואָס טראָגט אין זיך דעם טעם פֿון דער תּקופֿה.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער הונגער אין מצרים איז געוואָרן שטאַרקער און די מצרישע באַפֿעלקערונג האָט שוין נישט געהאַט קיין תּבֿואה, זײַנען זיי ווידער געקומען צו יוספֿן בעטן תּבֿואה פֿון זײַנע ריזיק־אָנגעזאַמלטע תּבֿואה־זאַפּאַסן. האָט זיי יוסף געזאָגט: "הא לכם זרע וזרעתּם את האדמה" — נאַט אײַך תּבֿואה־זייאונג און פֿאַרזייט דעם באָדן. דערציילן די חז״ל (אין בראשית רבא צא, געבראַכט אין פּירוש רש״י, בראשית מא, נה), אַז יוסף האָט דערבײַ געשטעלט די מצרים אַ תּנאַי, אַ באַדינג, אַז בכדי צו באַקומען תּבֿואה פֿון יוספֿן האָבן די מצרים זיך געדאַרפֿט מל זײַן. בלית־ברירה האָבן אַ סך מצרים זיך מל געווען.

פּאָליטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קאַ משפּחה אין טורקמעניסטאַן קוקט אויף דער טעלעוויזיע די לוויה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעזידענט סאַפּאַרמוראַט ניִיאַזאָוו, דינסטיק
דער טויט פֿונעם סאַמע אויסטערלישן דיקטאַטאָר פֿון דער איצטיקער צײַט, דעם טורקמענישען פּרעזידענט "טורקמען־באַשי" סאַפּאַרמוראַט ניִיאַזאָוו, האָט איבערגעלאָזט די פּאָליטיקער און אַנאַליטיקער אין אַ פֿאַרלעגנהייט. קיינער איז ניט גרייט אַרויסצוזאָגן קלאָרע נבֿואות וועגן דער צוקונפֿט פֿון טורקמעניסטאַן, די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליק, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מיטל־עלטערלעכן טיראַנישן מלכות. אין תּוך גענומען, האָט ביז אַהער די דעמאָקראַטישע צוקונפֿט פֿונעם טורקמענישן פֿאָלק ווינציק באַזאָרגט די וועלט — אַנדערש וואָלט מען ניט טאָלערירט די ווילדקייטן פֿון דעם טורקמען־באַשי אַזוי לאַנג. מען זאָרגט זיך, דער עיקר, וועגן דרײַ זאַכן׃ גאַז, נאַרקאָטיקן און ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אוי חנוכּה, אַ יום־טובֿ אַ שיינער..."

די פֿריילעכע חנוכּה־טעג פֿון יאָר תּשס"ז זענען שוין אַוועק און "עמך ישׂראל"האָט זיך שוין צוריקגעקערט צו דער וואָכעדיקער רוטין אין וועלכער מיר לעבן איצט אין ישׂראל.

ווי געוויינטלעך, באַמיט מען זיך יעדעס יאָר אָפּצומערקן און פֿײַערן דעם יום־טובֿ חנוכּה אין ישׂראל מיט אַלע צערעמאָניעס און ריטואַלן, כאָטש ניט שטענדיק איז פֿריילעך אויפֿן האַרצן, און ניט שטענדיק איז לײַכט זיך צו באַפֿרײַען פֿון די זאָרגן און שטימונגען, וועלכע זענען משפּיע אויף דײַן געמיט־צושטאַנד, אויף דײַן האַלטונג און האַנדלונג, אין דײַן טאָג־טעגלעכן קיום.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מויני שולמאַן

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

שולמאַן פֿלעגט זיצן אײַנגעהויקערט. זײַן רוקנביין איז געווען אַרומגעזאַפֿט מיט אַ האַרטן לעדערנעם גאַרטל און אַלץ איינס האָט ער געליטן פֿון שטאַרקע ווייטיקן. פֿון זײַטיקע פֿלעגט ער עס אויסבאַהאַלטן. אַזוי, אײַנגעהויקערט, מיטן טעקסט דערנענטערט צו די אויגן, האָט ער געקענט פֿון פֿאַר טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט רעדאַקטירן אַ מאַנוסקריפּט פֿון אַ בוך, די קאָרעקטור־זײַטלעך, די וויאָרסטקע, ביז דער ספֿר פֿלעגט ניט אָנטרעפֿן אין אײַנבונד־צעך.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 1טן סעפּטעמבער 1905 איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון אַ נײַער וועכנטלעכער אויסגאַבע, פֿינאַנצירט דורכן "פֿאָרווערטס". געהייסן האָט דער זשורנאַל "דער צײַט-גײַסט", און ער וועט אַרויסגיין אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָר. אין די ערשטע שורות האָבן די רעדאַקטאָרן קלאָר געמאַכט די אידעאָלאָגישע פּאָזיציע פֿון דעם וואָכנבלאַט: "׳דער צײַט-גײַסט׳ ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער ׳פֿאָרווערטס-אַסאָסיִיישן׳. זײַן ריכטונג איז דעריבער די ריכטונג פֿון דעם ׳פֿאָרווערטס׳.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די קינסטלער ענבר פּינטאָ און אַבֿשלום פּאָלאַק
די אָפּערע "אַרמיד", פֿון קריסטאָף וויליבאַלד גלוק איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין 1777 דורך דער אָפּערע פֿון פּאַריז. הײַנט ווערט דאָס דאָזיקע קונסטווערק פֿאָרגעשטעלט מיט גרויס דערפֿאָלג אין ישׂראל דורך דער היגער אָפּערע. די סענסאַציע, וואָס "אַרמיד" האָט דערוועקט בײַ אונדז, איז, אין אַ גרויסער מאָס, אַ דאַנק די אייגנאַרטיקע ישׂראל־קינסטלער אַבֿשלום פּאָלאַק און ענבר (אינבאַר) פּינטאָ, וואָס זײַנען דאָ פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער רעזשי, כאָרעאָגראַפֿיע, אַנימאַציע קאָסטיומען, און פֿירן אויך אויס די בינע־אײַנשטעלונג.