װעלט פֿון ייִדיש
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּערל טייטלבוים לערנט ״ייִדיש פֿאַר זינגער״
פּערל טייטלבוים לערנט ״ייִדיש פֿאַר זינגער״
דער אָפֿיציעלער נאָמען איז "די ייִדישע פֿאָלקסקונסט־פּראָגראַם", אָבער אַלע קענען די וואָך־לאַנגיקע אונטערנעמונג ווי "קלעזקעמפּ". פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער טרעפֿן זיך אַן ערך 400 מוזיקער, זינגער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַ האָטעל אין די קעטסקיל־בערג און באַטייליקן זיך אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן, קלאַסן, לעקציעס און קאָנצערטן. די שטימונג פֿון "קלעזקעמפּ" דאָס יאָר האָט זיך אַ ביסל געביטן וואָס שייך דער נאַטור — אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט דער שניי געבושעוועט, די ווינטן האָבן געבלאָזן און די הונדערטער געסט זענען געבליבן אינעווייניק, בלית־ברירה, און הנאה געהאַט איינער פֿונעם אַנדערן. דאָס יאָר, צוליב אַ וואַרעמען ווינטער, האָט מען געקענט כאַפּן א שפּאַציר אין דרויסן, אין וואַלד, אין דאָרף, און אַפֿילו מאַכן אַ ביסל גימנאַסטיק.

די אָרגאַניזאַציע וואָס פֿירט דורך דעם "קלעזקעמפּ" הייסט "ליווינג־טראַדישאָנס" ["לעבעדיקע טראַדיציעס"], און איז געגרינדעט געוואָרן אין 1994. פֿאַר דעם, אָנהייבנדיק אין 1985, איז "קלעזקעמפּ" געווען אונטערן אויפֿזע פֿונעם "ייִוואָ־אינסטיטוט". דער אָנפֿירער פֿונעם "קלעזקעמפּ" איז הענעך סאַפּאָזשניק — מוזיקער און מוזיק־פֿאָרשער. זײַן בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין אַמעריקע, ווי אויך זײַן סעריע וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ אין אַמעריקע, האָט מען שטאַרק געלויבט. די סעריע האָט מען טראַנסמיטירט איבערן לאַנד דורך דער נאַציאָנאַלער ראַדיאָ־נעץ. אין גיכן וועט אַרויס סאַפּאָזשניקס בוך אויף דער טעמע, פֿאַר וועלכער ער האָט אויסגעפֿאָרשט און געזאַמלט הונדערטער שעה פֿון וויכטיקע ראַדיאָ־פּראָגראַמען און דאָקומענטן.

עמבער פֿעלדמאַן
עמבער פֿעלדמאַן
יעדעס יאָר לייגט "קלעזקעמפּ" דעם טראָפּ אויף אַ געוויסער טעמע און דאָס יאָר האָט מען אויסגעקליבן "חסידיזם". מע האָט פֿאַרבעטן עטלעכע מבֿינים וועגן דער חסידישער וועלט, בפֿרט וואָס שייך מוזיק און קונסט, ווי: וועלוול פּאַסטערנאַק, אַ זאַמלער און אַרויסגעבער פֿון ייִדישער מוזיק, וועלכער פֿלעגט זינגען אין חסידישע כאָרן אין זײַן יוגנט. פּאַסטערנאַק האָט געגעבן אַן איבערבליק וועגן דער געשיכטע פֿון חסידישער מוזיק, אָפֿט מאָל, שפּילנדיק פֿון זײַן געוואַלדיקער זאַמלונג. אין אַן אַנדער קורס דערציילט ער ווי אַזוי חסידישע ניגונים זענען געוואָרן די מעלאָדיעס פֿון פּאָפּולערע וועלט־באַרימטע לידער ווי "הבֿה נגילה" און "מיזערלו". אַנדערע לעקטאָרן וועגן דער חסידישער מוזיק זענען געווען: פּראָפֿ׳ מאַרק קליגמאַן און די טענץ־פֿאָרשערין, דזשיל געלערמאַן. מײַקל וועקס, דער פּאָפּולערער מחבר, באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאָמישע קאָמענטאַרן, האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער שפּראַך פֿון חסידים און דער השפּעה פֿון חסידים אויף ייִדיש. פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס האָט געלערנט וועגן דעם חסידישן מאָטיוו אין דער ייִדישער ליטעראַטור. נאָך אַ ספּעציעלער גאַסט פֿון דער חסידישער וועלט איז געקומען — דער הײַנטיקער רעדאַקטאָר פֿונעם "אַלגעמיינער זשורנאַל", יוסף יצחק יעקבסאָן, זון פֿונעם גרינדער פֿון דער צײַטונג, גרשון יעקבסאָן.

צום ערשטן מאָל איז געקומען אין "קלעזקעמפּ" דער קלאַרנעטיסט און מאַנדאָליניסט אַנדי סטאַטמאַן, איינער פֿון די ערשטע מוזיקער פֿונעם נײַעם דור צו שפּילן קלעזמער־מוזיק. הענעך סאַפּאָזשניק האָט אים אינטערוויויִרט פֿאַרן גאַנצן עולם. פֿון דײַטשלאַנד איז געקומען, צום ערשטן מאָל, אַנדרעאַס שמיטגעס ווי אַ לערער פֿון טענץ, און צוזאַמען מיטן טענץ־לערער סטיווען ווײַנטרויב, האָבן זיי אויך אָנגגעפֿירט מיט טענץ יעדן אָוונט, בעת פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס האָבן געשפּילט אויף דער בינע.

פֿאַר יעדן אינסטרומענט איז דאָ אַ מײַסטער־לערער, אויסגעקליבן פֿון די בעסטע מוזיקער אין דער קלעזמער־וועלט. דערצו האָט מען אַ געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין אַן אָרקעסטער פֿאַר יעדן ניוואָ. אַלעקס קאָנאָראָוויטש האָט דיריגירט מיט אַ גרופּע, וואָס לערנט זיך אויס די ניגונים אָן נאָטן, נאָר "מיטן אויער". ישׂשכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט אַן עלעקטראָנישער "ראָק"־קאַפּעליע פֿאַר דער יוגנט. פֿאַר די וואָס ווילן זיך לערנען קונסט, לערנען אָדם ווײַטמאַן פּאַפּירשניטערײַ, סוסען לעוויטאַן — קאַליגראַפֿיע און וועראַ סאָקאָלאָוו, ניי־קונסט. אַוזי אַרום געפֿינט זיך עפּעס אַן אַקטיוויטעט פֿאַר יעדן.

יאָסל קורלאַנד
יאָסל קורלאַנד
צווישן די אָנטיילנעמער אין "קלעזקעמפּ", וועלכער קומט יאָר־אײַן, יאָר־ אויס, איז געווען עמבער פֿעלדמאַן. זי איז צווישן דעם פּערסאָנאַל וואָס העלפֿט מיט בײַם פֿאַרשרײַבן זיך. לעצטנס איז זי געוואָרן די קונסט־דירעקטאָרין אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין סינסינעטי. דעם "פֿאָרווערטס" אַבאָנירט זי און האָט גרויס הנאה פֿון אים, כאָטש קיין ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה אין איר נײַער היים האָט זי נאָך נישט געפֿונען. זי איז געווען אַן אַספּיראַנטקע אינעם דראַמע־אָפּטייל אין טעקסאַסער אוניווערסיטעט און האָט אַנאַליזירט די ייִדישע ספּעקטאַקלען אויף בראָדווײַ פֿון 1968 ביז ,1972, וואָס בען באָנוס און מינאַ בערן האָבן אויפֿגעפֿירט, ווי, למשל, "לאָמיר זינגען ייִדיש". די ספּעקטאַקלען אויף ייִדיש, האַלט זי, האָט מען אויפֿגעפֿירט אין אַ היסטאָרישער אינטערעסאַנטער צײַט, צווישן דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין 1967 און דעם טעראָריסטישן אַטאַק אויף די ישׂראלדיקע ספּאָרטלער אין מינכן אין 1972. די לידער און סקיצן באַהאַנדלען די הײַנטיקע וועלט ווי אויך דאָס שטעטל פֿון אַמאָל; פּאָליטיק, ציוניזם און מאָדערנקייט אויף איין האַנט, און נאָסטאָלגיע, אויף דער אַנדערער. דאָס געמיש האָט פֿאַרכאַפּט פֿעלדמאַנען. כאָטש היסטאָריקער פֿונעם ייִדישן טעאַטער קוקן אַראָפּ אויף די שפּילן, איז כּדאַי זיי צו אַנאַליזירן, זאָגט פֿעלדמאַן. נאָך 1972 האָט מען שוין נישט געזען קיין ייִדישע שפּילן אויף בראָדוויי.

פֿעלדמאַן שטאַמט פֿון אַטלאַנטאַ און האָט געהערט ייִדיש פֿון אירע זיידע־באָבע. די "סודותדיקע" שפּראַך האָט זי צוגעצויגן. אינעם אוניווערסיטעט פֿון טעקסעס האָט זי שטודירט די שפּראַך מיט נינאַ וואַרנקע, און אין איר נײַער אַרבעט אין סינסינעטי פּרוּווט זי אַרײַנפֿלעכטן ייִדיש, אָבער עס גייט שווער, ווײַל די שטאָט סינסינעטי איז באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, וואָס איז היסטאָריש פֿרעמד דער ייִדישער קולטור. "ייִדיש איז צו ייִדישלעך פֿאַר זיי", זאָגט זי.

עמבער פֿעלדמאַן קומט יעדעס יאָר אין "קלעזקעמפּ", ווײַל דאָ געפֿינט זי איר "משפּחה" — באָבעס, זיידעס, קינדער וואָס וואַקסן אויף — און במשך פֿון דער וואָך באַקומט זי אַן "אַײַנשפּריצונג פֿון יִידיש", וואָס זי קען נישט באַקומען ערגעץ אַנדערש. אין איר קאָנטראַקט בײַ דער נײַער שטעלע האָט זי באַשטימט, אַז זי מוז די וואָך באַקומען פֿרײַ יעדעס יאָר.

אין אַן אַנדער צימער האָבן מיר זיך צוגעהערט ווי פּערל טייטלבוים לערנט מיט אַ קלאַס — "ייִדיש פֿאַר זינגערס"; אַ קורס אין וועלכן נישט־געבוירענע ייִדיש־רעדערס הערן זיך צו צו רעקאָרדירונגען און זינגען פֿאַרן קלאַס, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש. פּערל טייטלבוים איז שוין לאַנגע יאָרן אַ ייִדיש־לערערין, ווי אויך אַ גוט־באַקאַנטע זינגערין.

אין איר קלאַס רעדט נישט פּערל טייטלבוים וועגן דיאַלעקט, נאָר וועגן דעם ריכטיקן אַרויסרעד. אַן אָפֿטער טעות, למשל, קומט פֿאָר ווען זינגער זינגען נישט ריכטיק די סופֿיקסן פֿון די ווערבן, ווי "זינגען", "טרינקען" "הערן" "טאַנצן" אאַ״וו. איין פּראָבלעם איז וואָס הײַנטיקע צײַטן לערנט מען זיך אויס אַ ליד פֿון אַ ביכל, און נישט פֿון קיין לעבעדיקן מענטש. פּערל טייטלבוימס קלאַס איז אַ וויכטיקער, בפֿרט הײַנט, ווען דער טראַדיציאָנעלער פּראָצעס פֿון לערנען אַ ליד האָט זיך געביטן. מע קען אַפֿילו נישט זיכער זײַן הײַנט, אַז אַ ליד ווערט קאָרעקט געזונגען אויף אַ רעקאָרדירונג. דער בעסטער אופֿן איז צו לערנען די שפּראַך ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן.

צווישן די אַנדערע לערערס איז אויך געווען דער קלעזמער יאָסל קורלאַנד, אַ לערער מיט די קינדער אין "קלעזקעמפּ", און פֿידלער, זינגער און אָנפֿירער פֿון דער "האָלסייל קלעזמער קאַפּעליע", וואָס צייכנט אָפּ איר 24סטן יאָר. ער קומט אין "קלעזקעמפּ" פֿונעם ערשטן יאָר אָן. יאָסל קורלאַנד צייכנט זיך אויך אויס מיט זײַן קאַפּעליע, מיט דעם וואָס ער שאַפֿט נײַע לידער אויף ייִדיש, אָדער פּאַסט צו נײַע ווערטער צו אַלטע לידער, ווי "מאָטל דער אָפּערייטער", זיי צו פֿאַרהײַנטיקן.

רחל פּאָלטאָראַק
רחל פּאָלטאָראַק
ער איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק, אין בראָנקס, און האָט זיך געלערנט פֿידל אין מיטלשול. נאָך דעם האָט ער געוואַנדערט אין אַ צאָל שטעט און שטעטלעך ביז ער און זײַן ווײַב, די קינסטלערין חיהלע דייוויס־קורלאַנד, האָבן זיך באַזעצט אין מערבֿ־מאַסאַטשוסעטס. זייערע צוויי קינדער פֿאַרשטייען ייִדיש און ווען מע קומט אויף דער "ייִדיש־וואָך" רעדן זיי אויך. אין ייִדיש־געזאַנג האָט ער זיך אינטערעסירט נאָך דעם ווי ער האָט געהערט אַ פּלאַטע פֿון טעאָדער ביקעל אין דער יוגנט. דערנאָך האָט ער ווײַטער שטודירט אין ייִוואָ/קאָלומביע זומער־פּראָגראַם און אין מאַסאַטשוסעטס־אוניווערסיטעט. פֿאַר אים איז דער "קלעזקעמפּ" זײַן "שטעטל", וווּ ער זעט זיך מיט אַלטע פֿרײַנד און נאָענטע.

צווישן די אָנטיילנעמער אין קלעזקעמפּ איז רחל (רובי) פּאָלטאָראַק, וואָס פֿלעג אויך קומען יעדעס יאָר אויף "מאַמע־לשון" און "קלעזקאַנאַדע". ייִדיש איז איר "באָבע־לשון". ווען זי האָט אָנגעהויבן זיך צו לערנען אין אַ ייִדיש־קלאַס אויף די עלטערע יאָרן איז די שפּראַך צוריקגעקומען צו איר. זי זאָגט — "עס איז עפּעס דאָ סובווערסיווס אין ייִדיש וואָס איז וויכטיק פֿאַר מיר. ווען די ייִדן זענען געקומען קיין אַמעריקע האָט מען געוואָלט פֿאַרגעסן די שפּראַך, כּדי זיך אַרויפֿצואַרבעטן אין דער נײַער געזעלשאַפֿט. אָבער דאָס לשון האָט אין זיך דעם עיקר פֿון אונדזער אידענטיטעט ווי אַ פֿאָלק. איך גיב זיך אָפּ מיט ייִדיש, ווײַל דאָס איז אַ שטאָך צו די אַלע וואָס האָבן געוואָלט די שפּראַך אַוועקוואַרפֿן." אין רחל פּאָלטאָראַקס ליד "לערערין" דערציילט זי וועגן אירע געפֿילן:

איך האָב ליב ווי ייִדיש פֿליסט דורך מײַן מויל
און אויף מײַן צונג.
איך ברענג אַרויס מײַן באָבע ווען איך רעד.
איך האָב קיין מאָל נישט גערעדט ווי אַ קינד —
זי האָט גערעדט ייִדיש צו מיר; איך ,ענגליש צו איר
די אַלע ווערטער האָבן זיך צוזאַמענגעשמאָלצן
מיט איר אײַנגערוימטער אינטימקייט און סודותדיקע באַטײַטן,
פֿון מינהג און שטעטל און אַ מאָל רעוואָלוציע,
פֿון גאָט און סטרײַקן און ירושה און אינטעלעקט,
זענען געפֿלאָסן דורך מײַנע אויערן אין מײַן מוח
און געבליבן דאָרט, שטיל און אײַנגעשלעפֿערט
פֿאַר דרײַסיק יאָר,
ווען אַ פּשוטער ייִדיש־קלאַס האָט זיי באַפֿרײַט פֿון תּפֿיסה.
זיי לויפֿן אַרום משוגע איצט
און איך שטעק אָן אַנדערע, נײַע סטודענטן.
זיי ווערן אויך פּריטשמעליעט.

די וואַרעמקייט צו ייִדיש און דער ייִדישער קולטור און מוזיק הערט מען אין אַלע צימערן און קאָרידאָרן פֿון "קלעזקעמפּ", אַן אייגנאַרטיקע אונטערנעמעונג לטובֿת ייִדיש.

סאַנע מעריקע (אויפֿן אַקאָרדיאָן) לערנט מיט איר קלאַס
סאַנע מעריקע (אויפֿן אַקאָרדיאָן) לערנט מיט איר קלאַס