פּערל טייטלבוים לערנט ״ייִדיש פֿאַר זינגער״ |
די אָרגאַניזאַציע וואָס פֿירט דורך דעם "קלעזקעמפּ" הייסט "ליווינג־טראַדישאָנס" ["לעבעדיקע טראַדיציעס"], און איז געגרינדעט געוואָרן אין 1994. פֿאַר דעם, אָנהייבנדיק אין 1985, איז "קלעזקעמפּ" געווען אונטערן אויפֿזע פֿונעם "ייִוואָ־אינסטיטוט". דער אָנפֿירער פֿונעם "קלעזקעמפּ" איז הענעך סאַפּאָזשניק — מוזיקער און מוזיק־פֿאָרשער. זײַן בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין אַמעריקע, ווי אויך זײַן סעריע וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ אין אַמעריקע, האָט מען שטאַרק געלויבט. די סעריע האָט מען טראַנסמיטירט איבערן לאַנד דורך דער נאַציאָנאַלער ראַדיאָ־נעץ. אין גיכן וועט אַרויס סאַפּאָזשניקס בוך אויף דער טעמע, פֿאַר וועלכער ער האָט אויסגעפֿאָרשט און געזאַמלט הונדערטער שעה פֿון וויכטיקע ראַדיאָ־פּראָגראַמען און דאָקומענטן.
עמבער פֿעלדמאַן |
צום ערשטן מאָל איז געקומען אין "קלעזקעמפּ" דער קלאַרנעטיסט און מאַנדאָליניסט אַנדי סטאַטמאַן, איינער פֿון די ערשטע מוזיקער פֿונעם נײַעם דור צו שפּילן קלעזמער־מוזיק. הענעך סאַפּאָזשניק האָט אים אינטערוויויִרט פֿאַרן גאַנצן עולם. פֿון דײַטשלאַנד איז געקומען, צום ערשטן מאָל, אַנדרעאַס שמיטגעס ווי אַ לערער פֿון טענץ, און צוזאַמען מיטן טענץ־לערער סטיווען ווײַנטרויב, האָבן זיי אויך אָנגגעפֿירט מיט טענץ יעדן אָוונט, בעת פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס האָבן געשפּילט אויף דער בינע.
פֿאַר יעדן אינסטרומענט איז דאָ אַ מײַסטער־לערער, אויסגעקליבן פֿון די בעסטע מוזיקער אין דער קלעזמער־וועלט. דערצו האָט מען אַ געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין אַן אָרקעסטער פֿאַר יעדן ניוואָ. אַלעקס קאָנאָראָוויטש האָט דיריגירט מיט אַ גרופּע, וואָס לערנט זיך אויס די ניגונים אָן נאָטן, נאָר "מיטן אויער". ישׂשכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט אַן עלעקטראָנישער "ראָק"־קאַפּעליע פֿאַר דער יוגנט. פֿאַר די וואָס ווילן זיך לערנען קונסט, לערנען אָדם ווײַטמאַן פּאַפּירשניטערײַ, סוסען לעוויטאַן — קאַליגראַפֿיע און וועראַ סאָקאָלאָוו, ניי־קונסט. אַוזי אַרום געפֿינט זיך עפּעס אַן אַקטיוויטעט פֿאַר יעדן.יאָסל קורלאַנד |
פֿעלדמאַן שטאַמט פֿון אַטלאַנטאַ און האָט געהערט ייִדיש פֿון אירע זיידע־באָבע. די "סודותדיקע" שפּראַך האָט זי צוגעצויגן. אינעם אוניווערסיטעט פֿון טעקסעס האָט זי שטודירט די שפּראַך מיט נינאַ וואַרנקע, און אין איר נײַער אַרבעט אין סינסינעטי פּרוּווט זי אַרײַנפֿלעכטן ייִדיש, אָבער עס גייט שווער, ווײַל די שטאָט סינסינעטי איז באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, וואָס איז היסטאָריש פֿרעמד דער ייִדישער קולטור. "ייִדיש איז צו ייִדישלעך פֿאַר זיי", זאָגט זי.
עמבער פֿעלדמאַן קומט יעדעס יאָר אין "קלעזקעמפּ", ווײַל דאָ געפֿינט זי איר "משפּחה" — באָבעס, זיידעס, קינדער וואָס וואַקסן אויף — און במשך פֿון דער וואָך באַקומט זי אַן "אַײַנשפּריצונג פֿון יִידיש", וואָס זי קען נישט באַקומען ערגעץ אַנדערש. אין איר קאָנטראַקט בײַ דער נײַער שטעלע האָט זי באַשטימט, אַז זי מוז די וואָך באַקומען פֿרײַ יעדעס יאָר.
אין אַן אַנדער צימער האָבן מיר זיך צוגעהערט ווי פּערל טייטלבוים לערנט מיט אַ קלאַס — "ייִדיש פֿאַר זינגערס"; אַ קורס אין וועלכן נישט־געבוירענע ייִדיש־רעדערס הערן זיך צו צו רעקאָרדירונגען און זינגען פֿאַרן קלאַס, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש. פּערל טייטלבוים איז שוין לאַנגע יאָרן אַ ייִדיש־לערערין, ווי אויך אַ גוט־באַקאַנטע זינגערין.
אין איר קלאַס רעדט נישט פּערל טייטלבוים וועגן דיאַלעקט, נאָר וועגן דעם ריכטיקן אַרויסרעד. אַן אָפֿטער טעות, למשל, קומט פֿאָר ווען זינגער זינגען נישט ריכטיק די סופֿיקסן פֿון די ווערבן, ווי "זינגען", "טרינקען" "הערן" "טאַנצן" אאַ״וו. איין פּראָבלעם איז וואָס הײַנטיקע צײַטן לערנט מען זיך אויס אַ ליד פֿון אַ ביכל, און נישט פֿון קיין לעבעדיקן מענטש. פּערל טייטלבוימס קלאַס איז אַ וויכטיקער, בפֿרט הײַנט, ווען דער טראַדיציאָנעלער פּראָצעס פֿון לערנען אַ ליד האָט זיך געביטן. מע קען אַפֿילו נישט זיכער זײַן הײַנט, אַז אַ ליד ווערט קאָרעקט געזונגען אויף אַ רעקאָרדירונג. דער בעסטער אופֿן איז צו לערנען די שפּראַך ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן.
צווישן די אַנדערע לערערס איז אויך געווען דער קלעזמער יאָסל קורלאַנד, אַ לערער מיט די קינדער אין "קלעזקעמפּ", און פֿידלער, זינגער און אָנפֿירער פֿון דער "האָלסייל קלעזמער קאַפּעליע", וואָס צייכנט אָפּ איר 24סטן יאָר. ער קומט אין "קלעזקעמפּ" פֿונעם ערשטן יאָר אָן. יאָסל קורלאַנד צייכנט זיך אויך אויס מיט זײַן קאַפּעליע, מיט דעם וואָס ער שאַפֿט נײַע לידער אויף ייִדיש, אָדער פּאַסט צו נײַע ווערטער צו אַלטע לידער, ווי "מאָטל דער אָפּערייטער", זיי צו פֿאַרהײַנטיקן.
רחל פּאָלטאָראַק |
צווישן די אָנטיילנעמער אין קלעזקעמפּ איז רחל (רובי) פּאָלטאָראַק, וואָס פֿלעג אויך קומען יעדעס יאָר אויף "מאַמע־לשון" און "קלעזקאַנאַדע". ייִדיש איז איר "באָבע־לשון". ווען זי האָט אָנגעהויבן זיך צו לערנען אין אַ ייִדיש־קלאַס אויף די עלטערע יאָרן איז די שפּראַך צוריקגעקומען צו איר. זי זאָגט — "עס איז עפּעס דאָ סובווערסיווס אין ייִדיש וואָס איז וויכטיק פֿאַר מיר. ווען די ייִדן זענען געקומען קיין אַמעריקע האָט מען געוואָלט פֿאַרגעסן די שפּראַך, כּדי זיך אַרויפֿצואַרבעטן אין דער נײַער געזעלשאַפֿט. אָבער דאָס לשון האָט אין זיך דעם עיקר פֿון אונדזער אידענטיטעט ווי אַ פֿאָלק. איך גיב זיך אָפּ מיט ייִדיש, ווײַל דאָס איז אַ שטאָך צו די אַלע וואָס האָבן געוואָלט די שפּראַך אַוועקוואַרפֿן." אין רחל פּאָלטאָראַקס ליד "לערערין" דערציילט זי וועגן אירע געפֿילן:
איך האָב ליב ווי ייִדיש פֿליסט דורך מײַן מויל
און אויף מײַן צונג.
איך ברענג אַרויס מײַן באָבע ווען איך רעד.
איך האָב קיין מאָל נישט גערעדט ווי אַ קינד —
זי האָט גערעדט ייִדיש צו מיר; איך ,ענגליש צו איר
די אַלע ווערטער האָבן זיך צוזאַמענגעשמאָלצן
מיט איר אײַנגערוימטער אינטימקייט און סודותדיקע באַטײַטן,
פֿון מינהג און שטעטל און אַ מאָל רעוואָלוציע,
פֿון גאָט און סטרײַקן און ירושה און אינטעלעקט,
זענען געפֿלאָסן דורך מײַנע אויערן אין מײַן מוח
און געבליבן דאָרט, שטיל און אײַנגעשלעפֿערט
פֿאַר דרײַסיק יאָר,
ווען אַ פּשוטער ייִדיש־קלאַס האָט זיי באַפֿרײַט פֿון תּפֿיסה.
זיי לויפֿן אַרום משוגע איצט
און איך שטעק אָן אַנדערע, נײַע סטודענטן.
זיי ווערן אויך פּריטשמעליעט.
די וואַרעמקייט צו ייִדיש און דער ייִדישער קולטור און מוזיק הערט מען אין אַלע צימערן און קאָרידאָרן פֿון "קלעזקעמפּ", אַן אייגנאַרטיקע אונטערנעמעונג לטובֿת ייִדיש.
סאַנע מעריקע (אויפֿן אַקאָרדיאָן) לערנט מיט איר קלאַס |