געשיכטע

דעם 12טן יולי 1906 האָט מען דרײַפֿוסן ריינגעוואַשן פֿון יעדן פֿאַרדאַכט
דעם 12טן יולי 1906 האָט מען דרײַפֿוסן ריינגעוואַשן פֿון יעדן פֿאַרדאַכט
הונדערט יאָר איז געוואָרן זינט די העכסטע יורידישע אינסטאַנץ פֿון פֿראַנקרײַך האָט, אין נאָמען פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿאָלק, זיך געשלאָגן על־חטא — און אַלפֿרעד דרײַפֿוס, דער ייִדישער קאַפּיטאַן — איז געוואָרן רעהאַביליטירט: ריינגעוואַשן פֿונעם בילבול. דער פֿײַערלעכער אַקט פֿון רעהאַביליטאַציע האָט אַ סוף געמאַכט צום יורידישן שווינדל, וואָס האָט צוועלף יאָר צײַט צעריסן די פֿראַנצויזישע געזעלשאַפֿט און אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט.

לאָמיר, בקיצור זיך דערמאָנען — וואָס איז דאָס געווען די דרײַפֿוס־אַפֿערע.

דער פּאָליטישער פּייזאַזש פֿון פֿראַנקרײַך סוף 19טן יאָרהונדערט איז באַהערשט פֿון נאַציאָנאַליזם און געמיינער שׂינאת־ישׂראל. דער בילבול אויפֿן ייִדישן קאַפּיטאַן איז געווען אַ קונציק צונויפֿגעשטוקעוועטער פּרעטעקסט צו אַן אָנגרײַף אויף דעם פֿראַנצויזישן ייִדנטום. די נאַציאָנאַליסטן האָבן דאָ געזוכט צו נעמען רעוואַנש פֿאַר דער ייִדישער עמאַנציפּאַציע, דערגרייכט מיט הונדערט יאָר פֿריִער; זיי האָבן געוואָלט צוריקדרייען דאָס רעדל פֿון דער געשיכטע... די קירך און די נאַציאָנאַליסטן, די אַנטי־רעפּובליקאַנער, האָבן די ייִדן נישט פֿאַרגונען זייערע דעראָבערטע רעכט, זייער סאָציאַל־עקאָנאָמישע עוואָלוציע, וועלכע האָט געהויבן דעם מאַטעריעלן מצבֿ פֿון די ייִדן. דער ייִדישער אָנטייל אין מלוכה־לעבן, אין די פֿרײַע פּראָפֿעסיעס, אין דער ראַדיקאַלער פּרעסע האָט געשטאָכן אין די אויגן די דאָזיקע לײַט. בײַ דער ערשטער געלעגנהייט האָבן זיי דאָס אַלץ געוואָלט ליקווידירן; און אַזאַ געלעגנהייט האָט זיך אונטערגערוקט.

נאָך דער מפּלה פֿונעם קיסר נאַפּאָלעאָן דעם דריטן אינעם קריג קעגן פּרײַסן אין יאָר 1870, האָט זיך אין מדינת־פֿראַנקרײַך אײַנגעשטעלט אַ רעפּובליק, באַהערשט פֿון אַ נאַציאָנאַליסטיש־קרענקלעכן פּאַטריאָטיזם: דער באַגער פֿון רעוואַנש איז דאָרט געווען גרויס! דערבײַ איז פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל עקאָנאָמישע צרות אויך. ס׳איז נישט פֿריילעך אין דער מדינה. ס’וואַקסט אין לאַנד דער אַנטיסעמיטיזם; און מיט ליכט זוכט מען שולדיקע אין אַלע צרות.

אין 1886 איז דערשינען אין פּאַריז דאָס בוך: "דאָס ייִדישע פֿראַנקרײַך", און דאָרט ווערט "אויפֿגעקלערט", אַז די שולדיקע אין אַלע פֿראַנצויזישע צרות זענען די ייִדן. דער מחבר, עדוואַרד דרימאַן, קלערט אויף אין זײַן "פֿאָרשונג", אַז "ייִדן האָבן שוין אין מיטלעלטער אָקופּירט פֿראַנקרײַך". און ער קומט צום אויספֿיר, אַז די ייִדן־עמאַנציפּאַציע, זינט דער רעוואָלוציע פֿון 1789, איז געווען אַ גרויס אומגליק!

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן: דרימאַנס "ווערק" האָט געהאַט אין פֿראַנקרײַך אַ גרויסן אָפּקלאַנג; אין 1891 נעמט שוין דרימאַן אַרויסגעבן אַ טאָגצײַטונג מיטן נאָמען "La libre Parole" (דאָס פֿרײַע וואָרט), און דאָס בלעטל טוט דעמאָראַליזירן דאָס פֿאָלק מיט העצן קעגן ייִדן! אַ העצע פֿירט די צײַטונג קעגן ייִדישע אָפֿיצירן אין דער פֿראַנצויזישער אַרמיי — זיי זענען ביכולת צו פֿאַרראַטן ס׳פֿאָטערלאַנד!

אין אַזאַ אַנטמאָספֿער איז אין יאָר 1894 אַרעסטירט געוואָרן דער איינציקער ייִדישער אָפֿיציר פֿון גענעראַל־שטאַב אַלפֿרעד דרײַפֿוס: ער ווערט באַשולדיקט אין מלוכה־פֿאַרראַט. היות די באַשולדיקונג־מאַטעריאַלן זענען גאַנץ קנאַפּע, באַפֿעלט דער קריגס־מיניסטער "צושטעלן פֿאַלשע דאָקומענטן". און אויף אַזאַ אופֿן האָט מען דרײַפֿוסן פֿאַרמישפּט, אָפּגענומען בײַ אים דעם ראַנג און אים פֿאַרשיקט אויף אייביקער קאַטאָרגע. דרײַפֿוס האָט געשריגן: "איך בין אומשולדיק!" די יוסטיץ האָט אים אָבער געשטעמפּלט — ער איז אַ שפּיאָן!

ווער איז דאָס געווען, דער אַלפֿרעד דרײַפֿוס (1859—1935)? דרײַפֿוס איז געווען אַ זון פֿון אַ רײַכן ייִדישן אינדוסטריעלער אין דער עלזאַסער שטאָט מילהוס. די פֿראַנצויזישע מפּלה אין קריג קעגן פּרײַסן האָט אויפֿן יונגן אַלפֿרעד, דערצויגן אין גײַסט פֿון ליבע צו פֿראַנקרײַך, געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק. ובֿכן, האָט ער געטרוימט צו ווערן אַ מיליטער־מאַן און העלפֿן צו בויען אַ מאָדערנע אַרמיי. נאָכן פֿאַרענדיקן עטלעכע העכערע מיליטער־שולן און נאָך אַ געהעריקן סטאַזש, איז דער קאַפּיטאַן דרײַפֿוס געוואָרן אַן אָפֿיציר אינעם גענעראַל־שטאַב פֿון דער פֿראַנצויזישער אַרמיי. גאַנץ אין גיכן וועט מען אין שטאַב לויבן די מעלות פֿון ייִדישן אָפֿיציר, בפֿרט — זײַן פּאַטריאָטיזם.

בינו־לבינו האָט זיך דרײַפֿוס משדך געווען מיט אַ רײַכער ייִדישער טאָכטער פֿון פּאַריז און אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישע משפּחה. נו, זאָל דער־אָ דרײַפֿוס, אַ מענטש פֿון רײַכן בירגערטום, דער פּאַטריאָט פֿון פֿראַנקרײַך פֿאַרראַטן דאָס לאַנד און ווערן אַ שפּיאָן? מאָדנע. אין געוויסע אינטעלעקטועלע קרײַזן פֿון פֿראַנקרײַך האָט מען היפּש געצווייפֿלט.

געווען צו יענער צײַט אין פּאַריז אַ ייִדישער פּאָעט פֿון די סימבאָליסטן, אַ מענטש פֿון פּאָליטיש־לינקן לאַגער, בערנאַר לאַזאַר האָט ער געהייסן. ער איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער דרײַפֿוס־פּראָצעס איז אַ שווינדל, אַ קונציק פֿאַבריצירט באָמבעלע קעגן דעם גאַנצן פֿראַנצויזישן ייִדנטום. והראיה, אייניקע טעג נאָכן טעאַטראַלן ספּעקטאַקל פֿון דער דרײַפֿוס־דעגראַדאַציע האָבן די דעפּוטאַטן פֿונעם נאַציאָנאַליסטיש־"פּאַטריאָטישן" לאַגער אַרײַנגעטראָגן אין פּאַרלאַמענט אַ געזעץ־פֿאָרשלאָג: פֿאַרווערן די ייִדן אַרײַנצוגליטשן זיך אין דער אַרמיי, אָפּשאַפֿן דאָס געזעץ פֿון ייִדן־בירגעררעכט וואָס די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע פֿון 1789 האָט באַשלאָסן. געווען אַפֿילו אַ פֿאָרשלאָג פֿון אַ "פּאַטריאָט" מען זאָל די ייִדן פֿאַרטרײַבן פֿון דער פֿראַנצויזישער ערד! הכּלל.

דער פֿראַנצויזישער שרײַבער עמיל זאָלאַ (1840—1902), וואָס האָט נאָך דערווײַל נישט געהאַט קיין קלאָרע מיינונג וועגן דרײַפֿוס־פּראָצעס, האָט נישט פֿאַרטראָגן די אַנטיסעמיטישע העצע, וואָס פֿאַרפֿינצטערט די מוחות פֿון פֿאָלק, ובֿכן, האָט ער אין אַ צײַטונגס־אַרטיקל אונטערן קאָפּ "ייִדן לטובֿת" געשריבן: "די וויסטע העצע (קעגן ייִדן) פֿירט אונדז צום ניבֿזהדיקן מצבֿ פֿון בלוטיק־רעליגיזעזע רדיפֿות פֿון מיט הונדערט יאָר צוריק. זאָל הײַנט מעגלעך זײַן אַזאַ צוריקגאַנג צו פֿאַנאַטיזם? אַזעלעכס — אין אונדזערע צײַטן? זאָל מען אין אונדזער פֿאָלק, אין גרויסן פּאַריז, אין אַ צײַט פֿון דעמאָקראַטיע הערן אַזעלכע וויסטע קלאַנגען? ווי קאָן דאָס מעגלעך זײַן אין צײַטן פֿון אוניווערסאַלער טאָלעראַנץ?"

דערווײַל מאַכט זיך, אַז אין שפּיץ פֿון דעם פֿראַנצויזישן מיליטערישן געהיים־דינסט איז געקומען אַ נײַער לייטער, און ער האָט דערטאַפּט דעם שולדיקן אין שפּיאָנאַזש מיטן נאָמען עסטערהאַזי. אַן אייביקער געברויכער פֿון געלט, האָט ער זיך אויסגעדריקט אין אַן איבערגעכאַפּט בריוול צו זײַן געליבטער, אַז ער איז "אַ שׂונא דעם פֿראַנצויזישן פֿאָלק".

די מעשׂה איז אָבער, אַז די ריכטער, באַנאַנד מיט די מיליטער־שעפֿן, די מחברים פֿון דעם פֿאַבריצירטן דרײַפֿוס־שווינדל, האָבן נישט מסכּים געווען מיטן אויפֿגעדעקטן אמת. און אַז עסטערהאַזי איז געשטעלט געוואָרן פֿאַר אַ געריכט, און געוואָרן באַפֿרײַט, האָט מען אַרעסטירט דעם קאָמענדאַנט פּיקאַר, וואָס האָט אויפֿגעדעקט דעם ריכטיקן שפּיאָן. מ׳האָט פּיקאַרן פֿאַראורטיילט פֿאַר "אויסטראַכטן ליגנס אויף אַן אומשולדיקן אָפֿיציר"...

די דרײַפֿוס־אַפֿערע נעמט אָן דראַמאַטישע פֿאָרמען: די מחנה פֿון יושר און צדק ווערט אין פֿראַנקרײַך אַלץ גרעסער און גרעסער, דער אינטעלעקטועלער עולם — מענטשן פֿון וויסנשאַפֿט, שרײַבער און קינסטלער — האָבן פֿאַרשטאַנען דעם שווינדל, און זיי פֿאַרלאַנגען אַ רעוויזיע פֿונעם דרײַפֿוס־פּראָצעס. די מאַכט איז אָבער נישט מסכּים.

דאָ האָט שוין אַ דונער געטאָן דער מעכטיקער "J’accuser" (איך באַשולדיק) פֿון פֿראַנצויזישן שרײַבער עמיל זאָלאַ. מיט אַ שטאָלצן כּעס שטורעמט זאָלאַ קעגן דעם יוסטיץ־שקר פֿון די גענערעלער און מיניסטאָרן פֿון פֿראַנקרײַך. זאָלאַ טוט אויפֿדעקן דאָס געמיינע פֿאַרברעכן פֿון דער פּאָליטיש־מיליטערישער קאָנספּיראַציע; ער פֿאַרלאַנגט די רעוויזיע פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס! "די אומשולד פֿון ייִדישן אָפֿיציר", שרײַבט ער, "איז קלאָר, ווי דער טאָג!" ובֿכן, מוז דער יוסטיץ־שווינדל פֿון די אַנטיסעמיטן געשטעמפּלט ווערן. זאָל די וועלט זען, אַז ס׳זײַנען נאָך פֿאַראַן אין פֿראַנקרײַך "מענטשן פֿון האַרץ און יושר, וואָס קאָנען נישט זײַן פּאַסיוו צו דער העסלעכער דרײַפֿוס־אַפֿערע — צום סקאַנדאַל פֿון באַפֿרײַען עסטערהאַזי — דעם פֿאַררעטער".

הקיצור, דער "J’accuser" פֿון עמיל זאָלאַ האָט אינטערנאַציאָנאַליזירט די דרײַפֿוס־פּרשה. וויכטיקע פּערזענלעכקייטן פֿון דער גאָרער וועלט מישן זיך אַרײַן; זיי לויבן די דרייסטקייט פֿונעם פֿראַנצויזישן שרײַבער. זאָלאַ איז "דאָס געוויסן פֿון דער מענטשהייט", דערקלערט אַ גײַסט־מענטש. די ליבעראַלע וועלט נעמט זיך אָן די קריוודע פֿון קאַפּיטאַן דרײַפֿוס. אַזוי האָט דער נאָרוועגישער קאָמפּאָזיטאָר עדוואַרד גריג (1843—1907) אָפּגעוואָרפֿן די אײַנלאַדונג צו קומען קיין פֿראַנקרײַך. "מײַן פֿוס", האָט ער געזאָגט, "וועט נישט באַטרעטן די ערד פֿון לאַנד, וווּ מען פֿאַראורטיילט אַן אומשולדיקן מענטש דערפֿאַר ווײַל ער איז אַ ייִד..."

בקיצור, אין קאַמף קעגן יוסטיץ־שווינדל האָבן די אינטעלעקטועלע אין מדינת־פֿראַנקרײַך זייערס אויסגעפֿירט: די רעגירונג האָט מסכּים געווען אויף אַ רעוויזיע פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס. נאָכן אָפּזיצן פֿינף יאָר אויף קאַטאָרגע איז דרײַפֿוס געשטעלט געוואָרן אויף ס׳נײַ פֿאַר אַ געריכט. און געשען איז, לויטן פּוילישן פֿאָלקסווערטל: "דער וואָלף איז זאַט און דאָס שעפּסל איז גאַנץ". דרײַפֿוסן האָט מען אויף ס’נײַ פֿאַראורטיילט... אלא נאָר אויף צען יאָר תּפֿיסה.

אַ וואָך שפּעטער האָט אים דער מלוכה־פּרעזידענט באַגנעדיקט, און דרײַפֿוס איז געוואָרן פֿרײַ. ווי זאָגן די ייִדן: מ׳האָט דאָ געמאַכט אַ קניפּ מיט אַ שלייף, ווײַל דעם "וואָלף" האָט מען נאָך אַלץ כּסדר מורא געהאַט צו דערצערענען. אינטערעסאַנט, ווען עסטערהאַזי האָט געהערט, אַז ס’גרייט זיך די רעוויזיע פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס, האָט ער געמאַכט אַ ויבֿרח קיין אויסלאַנד.

אַלפֿרעד דרײַפֿוס איז צוריק געקומען צו זײַן משפּחה אַ פֿרײַער מענטש. די שׂימחה האָט אים אָבער נישט באַפֿרידיקט. "איך וועל פֿירן מײַן קאַמף", האָט ער עפֿנטלעך דערקלערט, "ביז דער יוסטיץ־טעות וועט ווערן גלײַכגעשטעלט!" דרײַפֿוס האָט געקעמפֿט, און אַרויס מיט אַ נצחון! דער דרייסטער קאַמף פֿון די דרײַפֿוס־פֿאַרטיידיקער, האָט סוף־כּל־סוף, געענדערט דאָס פּנים פֿון פֿראַנקרײַך. אין 1902 האָט דער פּאָליטיש־לינקער בלאָק אָפּגעהאַלטן אַ גרויסן נצחון בײַ די וואַלן אין פּאַרלאַמענט און די פֿולשטענדיקע רעהאַביליטאַציע פֿון ייִדישן קאַפּיטאַן דרײַפֿוס איז אַרויף אויף אַ וועג.

דעם 12טן יולי 1906 האָט מען דרײַפֿוסן ריינגעוואַשן פֿון יעדן פֿאַרדאַכט. פֿײַערלעך רעהאַביליטירט, איז ער געוואָרן צוריקגעשטעלט אין דער אַרמיי מיט אַ גראַד העכער, און באַקומען די העכסטע אויסצייכענונג — דעם ערן־לעגיאָן!

די נאַציאָנאַליסטן, די שׂונאי־ישׂראל, זײַנען אָבער נישט אָפּגעשטאַנען: גלײַך נאָך דער רעהאַביליטאַציע האָבן זיי ממשיך געווען צו העצן, אַז דרײַפֿוס האָט פֿאַרראַטן פֿראַנקרײַך. זיי האָבן געוואַרט אויף אַ רעוואַנש. זייער שעה איז געקומען בעתן חורבן. זיי האָבן געהאָלפֿן די נאַציס צו פֿאַרניכטן די ייִדן אין די לאַגערן. און אַכציק טויזנט ייִדן פֿון פֿראַנקרײַך זענען אומגעקומען!