‫פֿון רעדאַקציע

דעם 23סטן דעצעמבער האָבן די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", סוף־כּל־סוף, אָנגענומען אַ באַשלוס קעגן איראַן, וואָס מיינט, אַ ריי סאַנקציעס, געצילט צו באַגרענעצן און, מעגלעך, אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון טעהעראַן. פֿיר חדשים זײַנען אָנגעגאַנגען די פֿאַרהאַנדלונגען סײַ מיט דער איראַנישער רעגירונג און סײַ צווישן די לענדער, וואָס גייען אַרײַן אינעם זיכערהייט־ראַט.

לויט אייניקע אָפּשאַצונגען פֿון דעם באַשלוס, איז דאָס וויכטיקסטע געווען פֿאַר אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קודם־כּל, "אײַנצוהאַלטן" אין די ראַמען פֿונעם זיכערהייט־ראַט זײַנע צוויי מיטגלידער — רוסלאַנד און כינע. ווי באַקאַנט, האָבן ביידע לענדער לײַבלעכע אינטערעסן אין איראַן; רוסלאַנד בויט דאָרט אַ נוקלעאַרע עלעקטראָסטאַנציע, וואָס ברענגט איר נישט איין מיליאַרד דאָלאַר, און כינע באַקומט פֿון איראַן אַ היפּש ביסל נאַפֿט. ערנסטע סאַנקציעס קעגן איראַן וואָלטן ממשותדיק געטראָפֿן די אינטערעסן פֿון די ביידע לענדער. דעריבער איז נישט צו חידושן זיך, וואָס רוסלאַנד האָט ממש מיט די ציין אַרויסגעריסן די "האַרבע" פּונקטן פֿון דער רעזאָלוציע, וואָס פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און דײַטשלאַנד האָבן צוגעשטעלט צום זיכערהייט־ראַט מיט פֿיר חדשים צוריק, וועלכע וואָלטן באַגרענעצט מאָסקוועס מיטאַרבעט מיט טעהעראַן אין פֿאַרשיידענע געביטן.

עס וואָלט געווען נאַיִוו צו טראַכטן, אַז די כינעזישע און רוסלענדישע רעגירונגען פֿאַרשטייען נישט, ווי גרויס איז די סכּנה, וואָס עס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַזאַ פֿאַנאַטיש־פֿונדאַמענטאַליסטישער רעזשים, ווי ער איז הײַנט אין איראַן, האָבנדיק אין די הענט אַ נוקלעאַרע באָמבע. דער גלאַנץ פֿון גאָלד פֿאַרבלענדט אָבער, נעמט אָפּ דעם שׂכל, ברענגט צו אַ פֿאַרראַט.

האָט זיך טאַקע באַקומען אַזאַ פּאַרווע רעזאָלוציע, אָדער ווי דער איראַנישער פּרעזידענט האָט זי אָנגערופֿן "אַ שטיקל פּאַפּיר". וואָס ער וועט מיט דעם "שטיקל פּאַפּיר" טאָן ווײַטער, איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן. צי וועט די רעזאָלוציע אָננעמען כּוח פֿון אַ וויכטיקן אינטערנאַציאָנאַלן דאָקומענט, וועט ווערן קלאָר מיט אַ צײַט אַרום.

יאָר־אויס, יאָר־אײַן

ווי באַנאַל עס זאָל נישט קלינגען, אָבער נאָך איין יאָר איז דורכגעפֿלויגן. בלויז אַ קליין שפּאַרונקעלע איז געבליבן אין דעם קײַלעכדיקן גאַנג פֿון צײַט, וואָס טיילט אָפּ אונדזער "נעכטן" פֿונעם "מאָרגן". אַ רגע אונטערצופֿירן סך־הכּלען, נישט, חלילה, כּדי צו מאַכן אַ סוף, נאָר צוליב אָנהייבן אַ נײַעם בלאַט.

דער "פֿאָרווערטס" גייט, מירטשעם, פֿײַערן אינעם נײַעם יאָר 2007 זײַן 110טן געבורסטאָג — אַ בכּבֿודיקע עלטער, וואָס נישט יעדע אויסגאַבע, בפֿרט אַ ייִדישע, האָט זוכה געווען צו דערלעבן. מיר ווייסן גוט דעם גורל פֿון דעם ייִדישן געדרוקטן וואָרט בכלל און די ייִדישע צײַטונגען בפֿרט. און דאָך האָבן מיר זיך מיט וואָס צו טרייסטן.

דווקא הײַיאָר, אין 2006, איז בײַם "פֿאָרווערטס" געגרינדעט געוואָרן און גייט אַרויס אַ חודשלעכע פּובליקאַציע "ווײַטער", אויסגערעכנט פֿאַר אַ סטודענטישן עולם. דערמיט לייגן מיר דורך אַ סטעזשקעלע צו די אוניווערסיטעטן, מיט האָפֿענונג, אַז דער ייִנגערער דור ייִדיש־אָנהענגער וועט אויך אַרויסגיין אונדז אַנטקעגן און דערזען אין ייִדיש נישט בלויז דעם פֿאַרברענטן "נעכטן", נאָר דעם ליכטיק־ברענענדעקן ייִדיש־גײַסט פֿון הײַנט.

מיר האָבן געשאַפֿן און האַלטן בײַם אַנטוויקלען אַ נײַע וועבזײַט, וואָס ס׳וואָלט זיך געוואָלט אָנפֿילן מיט נוצלעכע, וויכטיקע זאַכן — פֿאַרן הײַנט און פֿאַרן מאָרגן פֿון ייִדיש־וועלט. אמת, עס פֿעלן אונדז פֿיזישע כּוחות און פֿינאַנציעלע שטיצע — ייִדיש, צום באַדויערן, בלײַבט אויך ווײַטער אַ יתום — אָבער דעם גרויסן בטחון, וואָס מיר האָבן געירשנט בײַ אונדזערע גרויסע פֿאָרגייער, לאָזט אונדז נישט פֿאַלן בײַ זיך. מיר געדענקען זייער אָנזאָג: לעבעדיק און פֿריילעך! קומט און בלײַבט מיט אונדז אויך ווײַטער, אינעם יאָר 2007.