געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַרקאַדי זעלצער. ייִדן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ׃ וויטעבסק און די שטעטלעך, 1917—1941. מאָסקווע׃ ראָספּען, 2006 (רוסיש)Arkadi Zeltser. The Jews of the Soviet Provinces: Vitebsk and the Shtetls 1917—1941. Moscow: ROSSPEN, 2006.
אַרקאַדי זעלצער. ייִדן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ׃ וויטעבסק און די שטעטלעך, 1917—1941. מאָסקווע׃ ראָספּען, 2006 (רוסיש)
Arkadi Zeltser. The Jews of the Soviet Provinces: Vitebsk and the Shtetls 1917—1941. Moscow: ROSSPEN, 2006.
דאָס בוך פֿונעם רוסיש־ייִדישן היסטאָריקער פֿון ירושלים אַרקאַדי זעלצער איז אַ פֿרוכט פֿון מער ווי צען־יאָריקער פֿאָרשערישער אַרבעט. דער מחבר מאָלט דאָ אַ פֿילפֿאַרביקן קאָלעקטיוון פּאָרטרעט פֿון סאָוועטישן ייִדנטום אין דער וויטעבסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד אין דער צײַט צווישן דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע און דעם חורבן. די דאָזיקע פֿאָרשונג באַזירט זיך, קודם־כּל, אויף די מאַטעריאַלן פֿון אַרכיוון און פּרעסע, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט די פֿילזײַטיקייט פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. דעם מחבר האָט זיך אײַנגעגעבן צו לייזן צוויי אויפֿגאַבעס. זײַן בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אי אַ סאָלידע אַנאַליטישע פֿאָרשונג, אי אַ לעבעדיקע היסטאָרישע דערציילונג, וואָס טראָגט אין זיך דעם טעם פֿון דער תּקופֿה. וויטעבסק איז געווען די סאַמע ייִדישע שטאָט צווישן אַלע סאָוועטישע שטעט און די סאַמע סאָוועטישע שטאָט צווישן אַלע ייִדישע שטעט. אַן אַלטער צענטער פֿון ייִדישן לעבן, טיף אײַנגעוואָרצלט אין די ייִדישע טראַדיציעס, האָט וויטעבסק ערבֿ דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן ייִדישן פּראָלעטאַריאַט און אַקטיווע פּאָליטישע פּאַרטייען פֿון פֿאַרשידענע ריכטונגען. דער בירגער־קריג איז דורכגעגאַנגען גאַנץ מילד אין וויטעבסק, און די שטאָט האָט כּמעט ניט געליטן פֿון פּאָגראָמען. אַזוי אַרום איז וויטעבסק אַרײַן אין דער סאָוועטישער תּקופֿה אָן גרויסע ליידן און פֿאַרלוסטן.

זעלצערס בוך עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון דעם פּאָליטישן מצבֿ אין וויטעבסק אין די ערשטע פּאָר יאָר נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. דער מחבר ווײַזט, ווי אַזוי די באָלשעוויקעס האָבן פֿאַרפֿעסטיקט זייער שליטה איבער דער שטאָט, וווּ זייערע פּאָזיציעס זײַנען לכתּחילה געווען גאַנץ שוואַכע. אינטערעסאַנט, וואָס דער פּראָצענט פֿון ייִדן אין דער באָלשעוויסטישער פּאַרטיי אין וויטעבסק איז געווען אַ סך נידעריקער, איידער דער פּראָצענט פֿון ייִדן אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, ווײַל די באָלשעוויקעס האָבן געזוכט שטיצע, דער עיקר, צווישן די זעלנער און ניט צווישן די תּושבֿים פֿון דער שטאָט. די ייִדישע פּאַרטייען — דער "בונד" און די ציוניסטן פֿון פֿאַרשידענע מינים — זײַנען געווען ניט בכּוח זיך אַנטקעגנצושטעלן דער קאָמוניסטישער דיקטאַטור, ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט פֿאַר די אַנטי־קאָמוניסטישע כּוחות, וועלכע האָבן געשמט מיט זייער אַנטיסעמיטיזם. דאָס האָט גורם געווען אַ קריזיס און אַ שפּאַלטונג אין דער ייִדישער פּאָליטיק, וואָס איז אויסגעניצט געוואָרן דורך די קאָמוניסטן.

אין די 1920ער יאָרן האָט וויטעבסק פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין דער סאָוועטישער ייִדישער פּאָליטיק. די סאָוועטישע מאַכט האָט דאָ אויסגעפּרוּווט פֿאַרשידענע סטראַטעגיעס פֿון ייִדישער פּאָליטיק, וועלכע האָבן צומאָל אָנגענומען מער ראַדיקאַלע פֿאָרמעס אין וויטעבסק, איידער אין די אַנדערע ערטער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זייער אינטערעסאַנט און באַלערעוודיק איז זעלצערס אַנאַליז פֿון דער עוואָלוציע צווישן די פֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער "ייִדן־סעקציע" מיט זייערע גלגולים פֿון אַנאַרכיסטן און בונדיסטן צו קאָמוניסטישע אַפּאַראַטשיקעס.

אָבער ניט געקוקט אויף דעם פּאָליטישן, עקאָנאָמישן און אידעאָלאָגישן דרוק מצד דער סאָוועטישער מאַכט, איז דאָס ייִדישע לעבן אין וויטעבסק געווען אַקטיוו און פֿילזײַטיק. באַזונדערס ווערטפֿול, פֿונעם פֿאָרשערישן שטאַנדפּונקט, איז זעלצערס באַשרײַבונג פֿונעם ייִדישן לעבן אין וויטעבסק אין די 1930ער יאָרן, ווען די מקורים ווערן קאַרג און טרוקן. דאָס איז געווען די תּקופֿה פֿון דראַמאַטישע בײַטן אינעם לעבנסשטייגער פֿון אַלע סאָוועטישע מענטשן, און ייִדן בתוכם. די יוגנט האָט פֿאַרלאָזט די שטעט און שטעטלעך פֿון דעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ און האָט אַרײַנגעשטראָמט אין די גרויסע אינדוסטריעלע צענטערס. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון וויטעבסק און זײַנע סבֿיבֿות איז געוואָרן אַלץ קלענער און עלטער. אַ שווערער קלאַפּ פֿאַר אַ סך ייִדן איז געווען די ליקווידאַציע פֿון פּריוואַטע אונטערנעמונגען אין די יאָרן 1929—1930, וואָס האָט גורם געווען אַ גרויסן דוחק אין אַלע פּראָדוקטן. די עקאָנאָמישע גזירות זײַנען געגאַנגען האַנט בײַ האַנט מיט די פּאָליטישע. די דאָזיקע פּראָצעסן האָבן באַקומען אַן אינטערעסאַנטן סימבאָלישן אָפּקלאַנג׃ פֿון די גאַסן, פֿאַבריקן, שולן איז באַזײַטיקט געוואָרן דער נאָמען פֿון הירש לעקערט, דעם ייִדישן רעוואָלוציאָנער, וועלכער האָט אין 1902 געשאָסן אויפֿן ווילנער גענעראַל־גובערנאַטאָר. אין די 1920ער יאָרן איז לעקערט געווען דער סאַמע באַקאַנטער ייִדישער העלד פֿון ווײַסרוסלאַנד, אָבער אין די 1930ער איז ער, אַ מיטגליד פֿונעם "בונד", מער ניט געווען כּשר.

די געהיימע באַריכטן פֿון דער סאָוועטישער פּאָליציי אַנטפּלעקן די אמתדיקע שטימונגען פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט געליטן פֿון כּלערליי צרות. סײַ די ייִדן און סײַ די ניט־ייִדן האָבן זיך באַקלאָגט אויף די שוועריקייטן. אָבער די ייִדן זײַנען כּסדר געווען מער געטרײַ דעם סאָוועטישן רעזשים. להיפּוך צו אייניקע ניט־ייִדן, האָבן זיי ניט געהאַט קיין אילוזיעס, אַז אַ מלחמה מיט דײַטשלאַנד אָדער די מפּלה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט וועט מאַכן זייער לעבן בעסער. די סאָוועטישע מאַכט, ווי שלעכט זי זאָל ניט געווען זײַן, האָט צום סוף 1930ער יאָרן אויסגעזען אין די ייִדישע אויגן ווי דער איינציקער כּוח, וואָס האָט געקאָנט פֿאַרטיידיקן די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער נאַציסטישער סכּנה.

ביזן סוף 1930ער יאָרן האָט ייִדיש געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע ווי איינע פֿון פֿיר מלוכישע שפּראַכן פֿון סאָוועטישן ווײַסרוסלאַנד. די פּאָליטיק לגבי די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן האָט זיך געביטן אין 1938, ווען די צענטראַלע מאַכט האָט אָנגעהויבן אַ נײַע פּאָליטיק פֿון רוסיפֿיקאַציע. ייִדיש און פּויליש זײַנען אַוועק פֿון דעם אָפֿיציעלן אומגאַנג נאָכן אײַנפֿירן געהעריקע בײַטן אין דער ווײַסרוסישער קאָנסטיטוציע. איינצײַטיק זײַנען ליקווידירט געוואָרן די נאַציאָנאַלע ראַטן און ראַיאָנען, וווּ ייִדיש איז געווען די שפּראַך פֿון דער אַדמיניסטראַציע. אָבער די ירידה פֿון ייִדיש אין ווײַסרוסלאַנד האָט געהאַט צו טאָן ניט נאָר מיט דער פּאָליטיק פֿון דער מלוכה. אַ סך ייִדישע עלטערן האָבן ניט געוואָלט שיקן זייערע קינדער אין ייִדישע שולן, ווײַל זיי האָבן דערזען, אַז די וויכטיקסטע שפּראַך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געוואָרן רוסיש.

צום שלוס פֿון זײַן פֿאָרשונג קומט דער מחבר צו אַן אויספֿיר, אַז דאָס גאַנצע סאָוועטישע ייִדנטום לאָזט זיך צעטיילן אויף דרײַ גרופּעס׃ א) די, וואָס האָבן מיט התלהבֿות אָנגענומען די קאָמוניסטישע מאַכט; ב) די, וואָס האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער נײַער מאַכט; און ג) די, וואָס האָבן זיך צוגעפּאַסט צו דער מלוכישער פּאָליטיק. די דריטע גרופּע איז געווען אַ סך גרעסער פֿון די ערשטע צוויי, און דווקא זי האָט באַשטימט דאָס קאָלעקטיווע פּנים פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דווקא די דאָזיקע מענטשן האָבן אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן סאָוועטיש־ייִדישן שטייגער, וועלכער האָט קאָמבינירט עלעמענטן פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט מיט דעם סאָוועטישן אינטערנאַציאָנאַליזם.