קאַ משפּחה אין טורקמעניסטאַן קוקט אויף דער טעלעוויזיע די לוויה פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעזידענט סאַפּאַרמוראַט ניִיאַזאָוו, דינסטיק |
Getty Images |
דער הויפּט־קונה פֿון טורקעמנישן גאַז איז געווען די רוסישע מלוכישע קאָרפּאָראַציע "גאַזפּראָם", איינער פֿון די גרעסטע דעה־זאָגער אין דער רוסישער אויסערן־פּאָליטיק. "גאַזפּראָם" האָט ווײַטער איבערפֿאַרקויפֿט דעם טורקמענישן גאַז קיין אוקראַיִנע, גרוזיע און אייראָפּע און דערבײַ באַקומען אַ רווח פֿון העכער ווי הונדערט פּראָצענט. "גאַזפּראָם" האָט ניט געהאַט קיין קאָנקורענטן, ווײַל ער האָט געהאַלטן אין זײַנע הענט די רערליניע, וואָס האָט געפֿירט פֿון טורקמעניע קיין רוסלאַנד. ניִיאַזאָוו איז געווען גוט פֿאַר רוסלאַנד, ווײַל ער האָט געהאַלטן זײַן לאַנד פֿעסט אין זײַנע די הענט. מאָסקווע איז געווען אַפֿילו גרייט צו פֿאַרמאַכן די אויגן אויף דער דיסקרימינאַציע פֿון דער עטנישער רוסישער באַפֿעלקערונג אין טורקמעניסטאַן. איצט שטייט די צוקונפֿט פֿון דעם דאָזיקן געשעפֿט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן.
אין משך פֿון איין־און־צוואַנציק יאָר פֿון זײַן שליטה האָט ניִיאַזאָוו מיט גרויס התמדה באַזײַטיקט פֿון זײַן סבֿיבֿה אַלע אַלטע באַקאַנטע און מיטאַרבעטער, בפֿרט די, וועלכע האָבן אים געקענט נאָך פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, ווען ער איז געווען אַ געוויינטלעכער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין טורקמעניסטאַן. ער האָט אויפֿגעבויט אַ מין רעליגיעזן קולט אַרום זיך, אַ געמיש פֿון נאַציאָנאַליזם, איסלאַם און סטאַליניזם, וואָס האָט ניט קיין ענלעכס אין דער וועלט. ער איז געווען דער איינציקער און אַלמעכטיקער גאָט, וואָס האָט געהאַט אַ פֿולע שליטה איבערן לעבן און טויט פֿון זײַנע בירגער.
אָבער קיין צוואה האָט ניִיאַזאָוו ניט איבערגעלאָזט, און נאָך זײַן טויט האָט מען באַשלאָסן צו פֿאָלגן דעם אַלטן סאָוועטישן מינהג. דער פֿאָרזיצער פֿון דער לוויה־קאָמיסיע איז באַשטימט געוואָרן פֿאַרן צײַטווײַליקן פֿאַרוואַלטער פֿונעם לאַנד. ניִיאַזאָוו איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אינעם מאַוזאָליי, וואָס ער האָט באַקומען ווי אַ מתּנה פֿון דער פֿראַנצויזישער בוי־פֿירמע, וועלכע האָט אויפֿגעבויט דעם צענטראַלן מעטשעט אין אַשכאַבאַד. דער דאָזיקער מעטשעט האָט געקאָסט מער ווי הונדערט מיליאָן דאָלאַר און איז דער גרעסטער אין צענטראַל־אַזיע. דער טורקמען־באַשי איז באַגראָבן געוואָרן לעבן זײַן מוטער, פֿאָטער, און צוויי ברידער, וועלכע זײַנען אומגעקומען בעת דעם ערדציטערניש פֿון 1948, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט אַשכאַבאַד.
בעת־מעשׂה, זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי אומדערוואַרטע געשעענישן׃ דער אָפֿיציעלער פּאָליטישער יורש פֿון ניִיאַזאָוו, דער פֿאָרזיצער פֿונעם פּאַרלאַמענט, איז אַרעסטירט געוואָרן גלײַך נאָך זײַן טויט; נאָך פֿאַר דעם איז נעלם געוואָרן ניִיאַזאָווס פּריוואַטער באַנקיר, וועלכער האָט קאָנטראָלירט זײַנע געלט־ענינים. עס גייען אַרום קלאַנגען, אַז ער איז אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל. די פּאָליטיקער פֿון דער אָפּאָזיציע, וועלכע געפֿינען זיך טיילווײַז אין אויסלאַנד און טיילווײַז אין תּפֿיסות, רופֿן צו ראַדיקאַלע פּאָליטישע בײַטן. דערווײַל האָבן זיי נאָך ניט באַקומען קיין דערלויבעניש זיך אומצוקערן אין טורקמעניסטאַן. דער צענטער פֿון זייער אַקטיוויטעט געפֿינט זיך אין קיִעוו, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון דעם פֿאַרבאַנד פֿון דעמאָקראַטישע כּוחות פֿון טורקמעניסטאַן. טורקמעניסטאַן איז זייער וויכטיק פֿאַר אוקראַיִנע, וואָס איז אָפּהענגיק פֿון די רוסישע ליפֿערונגען פֿון דעם טורקמענישן גאַז.
די רעאַלע מאַכט אין טורקמעניסטאַן געהערט הײַנט צו דעם קאָמאַנדיר פֿון ניִיאַזאָווס פּריוואַטן זיכערקייט־דינסט, וועלכער בלײַבט אין פּאָליטישן שאָטן. אַ סבֿרה, אַז ער און זײַן סבֿיבֿה וועלן פּרוּוון אָפּהיטן דעם קאָנטראָל איבערן לאַנד און איבער די גאַז־רווחים. ביז אַהער האָבן זיי ניט אַרויסגעוויזן קיין סימנים פֿון אינטערעס אין אַ דיאַלאָג מיט דער אָפּאָזיציע. די אָפּאָזיציע האָט דערקלערט, אַז זי וועט ניט דערלאָזן, מען זאָל ממשיך זײַן ניִיאַזאָווס פּאָליטיק. זיי קוקן אַרויס אויף אַ שטיצע פֿון אייראָפּע, אַמעריקע אָדער אוקראַיִנע. אַזאַ מין אַנטוויקלונג וואָלט ניט געווען צום האַרצן רוסלאַנד, ווײַל מאָסקווע וויל ווײַטער האַלטן דעם קאָנטראָל איבערן טורקמענישן גאַז.
ניִיאַזאָוו האָט קונציק אויסגענוצט די גינסטיקע געאָ־פּאָליטישע סיטואַציע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן נאָכן צעפֿאַלן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. סײַ אַמעריקע, סײַ רוסלאַנד, זײַנען געווען, קודם־כּל, באַזאָרגט וועגן דער סטאַבילקייט אינעם לאַנד, וואָס געפֿינט זיך אַזוי נאָענט צו איראַן און אַפֿגאַניסטאַן. דערפֿאַר האָט די וועלט פֿאַרמאַכט די אויגן אויף די פֿאַרברעכנס פֿון ניִיאַזאָוון, וועלכע זײַנען געוואָרן אַלץ ווילדער פֿון יאָר צו יאָר. ניִיאַזאָוו האָט אײַנגעשטעלט אַ טאָטאַלן קאָנטראָל איבער אַלע תּושבֿים פֿון זײַן לאַנד. ער איז געוואָרן אַלץ רײַכער, בעת זײַן באַפֿעלקערונג האָט געלעבט אין דלות. די קאָנטאַקטן מיט דער אַרומיקער וועלט זײַנען געוואָרן איבערגעריסן: מען האָט אָפּגעשאַפֿן די אײַזנבאַן־ און אויטאָ־פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערע לענדער, פֿאַרווערט צו באַקומען פּרעסע פֿון אויסלאַנד, און אַפֿילו באַשטראָפֿט מיט פֿופֿציק טויזנט דאָלאַר פֿאַר חתונה האָבן מיט אַן אויסלענדישן בירגער. איצט איז געקומען די צײַט אומצוקערן טורקמעניסטאַן צו אַן אַנדער לעבן.