טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די קינסטלער ענבר פּינטאָ און אַבֿשלום פּאָלאַק
די קינסטלער ענבר פּינטאָ און אַבֿשלום פּאָלאַק
די אָפּערע "אַרמיד", פֿון קריסטאָף וויליבאַלד גלוק איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין 1777 דורך דער אָפּערע פֿון פּאַריז. הײַנט ווערט דאָס דאָזיקע קונסטווערק פֿאָרגעשטעלט מיט גרויס דערפֿאָלג אין ישׂראל דורך דער היגער אָפּערע. די סענסאַציע, וואָס "אַרמיד" האָט דערוועקט בײַ אונדז, איז, אין אַ גרויסער מאָס, אַ דאַנק די אייגנאַרטיקע ישׂראל־קינסטלער אַבֿשלום פּאָלאַק און ענבר (אינבאַר) פּינטאָ, וואָס זײַנען דאָ פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער רעזשי, כאָרעאָגראַפֿיע, אַנימאַציע קאָסטיומען, און פֿירן אויך אויס די בינע־אײַנשטעלונג.

פּינטאָ און פּאָלאַק געפֿינען זיך הײַנט צווישן די בולטסטע שאַפֿער אויפֿן טאַנץ־געביט אין ישׂראל. אויך דער טעאַטער אין לאַנד לויבט זייער טאַלאַנט; זייער ספּעקטאַקל "אויסטער" איז אָנערקענט געוואָרן ווי אַ טעאַטער־געשעעניש פֿון יאָר 1999. זייער אַרבעט ווערט געקרוינט מיט הצלחה אויך דורך די צושויער פֿון וויכטיקע טאַנץ־צענטערס איבער דער וועלט.

ענבר פּינטאָ און אַבֿשלום פּאָלאַק האָבן זיך באַגעגנט אין 1993, בײַם אָנהייב פֿון זייערע קאַריערעס: ענבר — כאָרעאָגראַפֿיע; אַבֿשלום — טעאַטער. פֿון דעמאַלט אָן זײַנען זיי שותּפֿים סײַ אין דער שאַפֿונג, סײַ אין לעבן; זיי זײַנען אויך די עלטערן פֿון אַ דרײַ־יאָריק ייִנגעלע.

פּינטאָ און פּאָלאַק זײַנען געפֿאָרן אויף אַ טורנע מיט זייער ספּעקטאַקל "אויסטער" קיין וויסבאַדן, דײַטשלאַנד. דאָרט האָבן זיי אומדערוואַרטערהייט באַקומען דעם פֿאָרשלאָג אויפֿצופֿירן אַן אָפּערע. דער פֿאָרשלאָג איז זיי דווקא געפֿעלן געוואָרן, און זיי האָבן זיך אונטערגענומען אים צו רעאַליזירן, נישט געקוקט וואָס ביז דעמאָלט, האָבן זיי נישט געהאַט קייין דערפֿאַרונג אינעם אָפּערע־זשאַנער. די אָפּערע איז געווען "אַרמיד" פֿון גלוק, וואָס אין דער פּינטאָ־פּאָלאַק־ווערסיע האָט פֿאַרכּישופֿט און אַרויסגערופֿן באַוווּנדערונג בײַם דאָרטיקן פּובליקום מיט זײַן אייגנאַרטיקייט און צויבער.

ס׳איז דאָך באַוווּסט, אַז די אָפּערע־קונסט באַשעפֿטיקט זיך מיט די צוויי גרויסע טעמעס פֿון דער מענטשלעכער איבערלעבונג: ליבע און טויט. די וויזועלע פֿאָרשטעלונג פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טעמעס מוז אומבאַדינגט דערפֿירן צו אַן אינטערעסאַנטער, הײַנטצײַטיקער און אָריגינעלער שאַפֿונג. טאַקע די דאָזיקע אויפֿגאַבע האָבן זיך אונטערגענומען צו פֿאַרווירקלעכן די צוויי קינסטלער. זיי האָבן עס דערגרייכט דורך אויפֿרייצנדיקע עפֿעקטן בײַ דער אויפֿפֿירונג אין דער ישׂראל־אָפּערע: אַ מולטימעדיאַ־ספּעקטאַקל פֿול מיט סורפּריזן. וואָס איז דאָ נאָר נישט פֿאַראַן? גראָטעסק, הומאָר און אַפֿילו אַ פּאַראָדיע אויף אַן אידעאַלער פֿרוי: פּוכיקע בלאָנדע טענצערינס וואָס טאַנצן מיט לײַכטע חנעוודיקע באַוועגונגען, לעכערלעכע קאַוואַלירן מיט אַ ווײַטער ענלעכקייט צו דאָן קישאָט, אַ וווּנדער־שיינע פּאַווע, ווי אַ סימבאָל פֿון ליבע, אַ רויטהאָריקע "שׂינאה"־געשטאַלט און פֿיל אַנדערע געשטאַלטן, געבוירן אין דער רײַכער פֿאַנטאַזיע פֿון די קינסטלער.

די האַנדלונג פֿון דער אָפּערע קומט פֿאָר אין דמשׂק, אין דער תּקופֿה פֿון די קרייצצוגן. אַרמיד, די פּרינצעסין פֿון דמשׂק, איז אַ כּישוף־מאַכערין; זי באַזיצט אַן אומבאַגרענעצטן כּוח, מיט וועלכן זי קאָן דערגרייכן אַלץ וואָס נאָר זי וויל. צו איר דינסט שטייט אַ גאַנצע אַרמיי פֿון דערמאָנען און גײַסטער, וועלכע קאָנען דורך איר כּישוף זיך פֿאַרוואַנדלען אין געמיטלעכע אָנגענעמע געשטאַלטן; זי קאָן אַרויפֿברענגען דעם גײַסט פֿון דער שׂינאה, די שרעקלעכסטע געשטאַלט פֿון אַלע, נאָר אַרמיד איז נישט גרייט די שׂינאה זאָל דורכפֿירן איר אַרבעט. זי וויל אַליין געווינען די ליבע פֿון אַ מאַן, דעם העלדישן קרייצנטרעגער רענאָ, מיט די פּשוטע כּוחות פֿון אַ פֿאַרליבטער פֿרוי, און נישט מיטן כּוח פֿון איר כּישוף. זי פֿאַרכּישופֿט דעם מוטיקן העלד און ווירקט אויף אים ער זאָל זיך פֿאַרליבן אין איר, אָבער אויף דער וואָר העלפֿן איר נישט אירע כּישוף־כּוחות. רענאָ פֿאַרלאָזט זי, ווײַל פֿאַקטיש האָט אים קיין מאָל נישט אויפֿגערייצט דער כּוח פֿון ליבע, און אַרמיד פֿאַרבלײַבט אַליין אין דער וועלט פֿון פֿאַנטאַזיע, וואָס זי האָט זיך געשאַפֿן. בלויז איין וועג איז איר פֿאַרבליבן: צעשטערן אַלץ וואָס אַרום איר עקזיסטירט און בלײַבן בלויז מיט די כּישוף־כּוחות, וועלכע קאָנען איר נישט העלפֿן צו דערגרייכן די איינציקע זאַך וואָס זי באַגערט.

די מוזיק און די זינגער פֿאַרנעמען זיך דאָ מיט די וויכטיקע פֿראַגן: ליבע, שׂינאה, גלאָריע, טויט. די מוזיקאַלישע אויפֿפֿירונג איז איבערצײַגנדיק. פּינטאָ און פּאָלאַק האָבן געשאַפֿן אַ שפּילעוודיק־געוואַגטן ספּעקטאַקל, מיט פֿילצאָליקע מיטלען און אַ גוטן געשמאַק.