פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען.

אַזוינס געשעט מיט דער פּאָליטיק און מיט די פּאָליטישע האַנדלונגען פֿון דעם איצטיקן קאַפּיטאַן פֿון דער רעגירונגס-שיף, דעם ראָש הממשלה פֿון מדינת־ישׂראל, אהוד אָלמערט.

אין די נאָענטסטע טעג וועט ווערן אַ יאָר זינט דער מוח-שטורץ, וואָס האָט שרונען אַרײַנגעלייגט אין זײַן לעטאַרגישן שלאָף — און האָט דעם כאַריזמאַטישן מנהיג פֿאַרוואַנדלט אין אַן אומבאַהאָלפֿענעם לעבעדיקן מת, איז געשטאָרבן זײַן געטרײַער נושׂא-כּלים און פֿאַנאַטישער חסיד, דער זשורנאַליסט אורי דן. דאָס איז געווען דער, וואָס האָט געהאַט אַרײַנגעשריבן אינעם פּאָליטישן לעקסיקאָן די נבֿואה, אַז "ווער עס האָט נישט געוואָלט צולאָזן שרונען צו ווערן דער הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי, וועט אים נאָך זען ווי דעם זיכערהייטס-מיניסטער, און ווער עס וויל אים נישט זען ווי דעם זיכערהייטס-מיניסטער [איידער ער איז באַזײַטיקט געוואָרן פֿון דעם אַמט דורך דער כּהן-קאָמיסיע בעת דער ערשטער לבֿנון־מלחמה] — וועט אים מוזן אָננעמען ווי דעם שעף פֿון דער רעגירונג". אורי דן האָט נאָר נישט געקענט פֿאָרויסזען דעם טראַגישן סוף פֿון שרונס קאַריערע. אַזוי ווי זײַן אייגענעם טראַגישן סוף).

שרונס יורש, וועלכער האָט פֿיר חדשים געהערשט אין שאָטן פֿון זײַן פאַרשטומטן פּאַטראָן און איז, אין די אַכט חדשים זינט די לעצטע וואַלן, שוין אומאָפּהענגיק אין זײַנע האַנדלונגען — איז מיט זײַנע כאַראַקטער-שטריכן דער היפּוך פֿון זײַן פֿאָרגייער, וועלכער פֿלעגט האַלטן די קאָרטן פֿון זײַנע כּוונות פֿעסט צוגעדריקט צו דער ברוסט. אין קעגנזאַץ צו אים שפּילט אָלמערט מיט אָפֿענע קאָרטן. ער טוישט זיי אָבער זייער אָפֿט — און די זיגזאַגישע סטרוקטור פֿון זײַנע פּאָליטישע קאָנצעפּציעס צעפֿאַלט זיך אָפֿט ווי אַ קאָרטן-הײַזל.

אין משך פֿון דעם יאָר וואָס ער האַלט דעם רודער פֿון דער מאַכט אין זײַן האַנט האָט אָלמערט, אַזוי ווי זײַן פֿריִערדיקער "באָס" געטענהט, אַז ישׂראל האָט נישט קיין פּאַרטנער צו אונטערהאַנדלונגען וועגן אַ שלום. אַזוי ווי שרון, האָט אויך אָלמערט גרינגגעשאַצט אַראַפֿאַטס יורש ווי פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ — געזען אין אים אַ "שוואַכן" מנהיג, וואָס וועט נישט זײַן בכּוח אָנצוּוואַרפֿן די פּאַלעסטינער נישט קיין גינסטיקע פֿאַר זיי, אָדער נישט פּאָפּולערע, פּשרות. דאָס אַלץ — נישט געקוקט דערויף, וואָס אַבו מאַזען, דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, האָט געהאַט דעם זעלטענעם מוט צו פֿאַרלאַנגען פֿון זײַן רעגירונג פֿון "כאַמאַס" זי זאָל אָננעמען די דרײַ פֿאָדערונגען פֿון ישׂראל און פֿון דעם "קוואַרטעט" (אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג, פאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד און יו-ען) זיך קעגנצושטעלן דעם טעראָר, אָנערקענען ישׂראל און רעספּעקטירן אַלע פֿריִערדיקע פֿאַרפֿליכונגען אין די דערגרייכטע אָפּמאַכן צווישן ישׂראל און דער פּל"אָ (ד"ה די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ).

אַזוי ווי שרון, איז אויך אָלמערט לכתּחילה געווען אַן אָנהענגער פֿון איינזײַטיקע אָפּעראַציעס און פֿאַרציכטונגען, כּדי נישט צו דאַרפֿן אַנטקעגנקומען, אין די ראַמען פֿון אַ פּשרה, די אָדער יענע פֿאָדערונגען פֿון די פּאַלעסטינער. אמת, די תּקופֿה פֿון די איינזײַטיקע לייזונגען איז שוין פֿאַרבײַ, אָלמערט האָט שוין אָנגעהויבן רעדן וועגן אונטערהאַנדלונגען — אָבער דאָס האָט אויסגעזען צו זײַן העט ווײַט הינטער די ווײַטע האָריזאָנטן פֿון דעם געדיכט פֿאַרוואָלקנטן הימל.

אַזוי ווי שרון, האָט אויך אָלמערט דעריבער געזען אין אַבו מאַזענען — און אַזוי אויך אין דעם סירישן פּרעזידענט באַשיר אַסאַד — אַ "non-partner". און דאָ מיט אַ מאָל — די אומגעריכטע באַגעגעניש דעם לעצטן שבת-צונאַכט מיט אַבו מאַזענען און זײַנע געהילפֿן בײַ אָלמערטן אין שטוב אין ירושלים. אַ באַגעגעניש, וואָס האָט אויסגעזען ווי צווישן אַלטע גוטע פֿרײַנד, מיט קעגנזײַטיקע מתּנות, מיט טיטולירן — צום ערשטן מאָל — אַבו מאַזענען "מיסטער פּרעזידענט" און בײַ דער וואַרעמער גאַסטפֿרײַנדשאַפֿט פֿון עליזה אָלמערט. אמת, קיין הבֿדלה האָט מען נישט געמאַכט, קײַן געפֿילטע פֿיש אויף דער סעודה רבֿיעית נישט געגעסן און קיין זמירות האָט מען אַוודאי נישט געזונגען.

דערפֿאַר אָבער האָט דער פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל מכבד געווען דעם חשובֿן גאַסט מיט צוויי קושן אויף ביידע באַקן — וואָס דער פּאַלעסטינער מנהיג האָט אויפֿגענומען מיט אַ זויערער מינע.

דאָס קושן זיך בײַ אָפֿיציעלע, און נאָך מער בײַ פֿײַערלעכע באַגעגענישן איז אַן אָנגענומענער מינהג בײַ די אַראַבישע פֿעלקער. אָבער אין דעם פֿאַל האָט די דאָזיקע — דאָס מאָל טאַקע איינזײַטיקע — דעמאָנסטראַציע פֿון פֿרײַנדשאַפֿט אַרויסגערופֿן בײַ די פּאַלעסטינער אַ פּײַנלעכן בײַגעשמאַק. אין דער אָנגעהיצטער אַטמאָספֿער, אין וועלכער זיי געפֿינען זיך אויף דער שוועל פֿון אַ בירגערקריג — איז אַבו מאַזען דאָ פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין דער ראָלע פֿון אַ קאָלאַבאָראַנט, ווי אַ דינער פֿון דעם פֿאַרהאַסטן אָקופּאַנט.

נישט געקוקט אויף דער לאַנג דויערנדיקער פֿאַרגליווערונג פֿון אַלע פּאָליטישע איניציאַטיוון, אין דער צײַט ווען עס הערט נישט אויף דער "קאַסאַמען"-טעראָר פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט דער דרוק פֿון דער אַרמיי-פֿירונג און פֿון די מיליטאַריסטישע קרײַזן, ווי אויך פֿון די לײַדנדיקע אײַנוווינערס פֿון שׂדרות און פֿון די מיליטאַנטישע רעכטע פּאַרטייען, וואָס שטויסן צו אַ נײַער מיליטערישער אַוואַנטורע קעגן דעם עזה-שטרײַף — הערן מיר אָן אויפֿהער אין דער מעדיאַ און אין דער כּנסת דעם רוף צו "פֿאַרשטאַרקן אַבו מאַזענען", און אין דעם ליכט ווערט אויך פֿאָרגעשטעלט די איצטיקע פֿאַרשטענדעניש מיט די קליינע זשעסטן, וואָס זענען באַשלאָסן געוואָרן פֿאַר די פּאַלעסטינער בעת דער מוצאי-שבתדיקער סעודה בײַ אָלמערטן.

ביז אָט דער סעודה איז ממשותדיק גאָרנישט געטאָן געוואָרן צו פֿאַרשטאַרקן דעם שלום-וויליקן לאַגער פֿון אַבו מאַזען, אָבער די אָפֿטע דיבורים אין ישׂראל, אַז מען דאַרף אים העלפֿן און פֿאַרשטאַרקן — האָבן אים נאָר אָפּגעשוואַכט. אַזוי האָבן אויך געווירקט די צוויי פֿאָטאָגראַפֿירטע קושן אויף די באַקן פֿון אַבו-מאַזען.

נישט געקוקט אָבער אויף די אויסערלעכע פֿאָרמען פֿון דער טאַקטלאָזער טאַקטיק, איז די באַגעגעניש אין ירושלים געווען אַ גוטער אָנהייב פֿאַר אַ באַנײַונג פֿון דעם פּאָליטישן פּראָצעס. פֿון אונדזער לאַנגיאָריקער דערפֿאַרונג ווייסן מיר, אַז נישט נאָר דער "כאַמאַס", דער "דזשיהאַד" און די אַנדערע קלענערע מיליטאַנטישע אָרגאַניזאַציעס און די נישט אָרגאַניזירטע און נישט דיסציפּלינירטע טעראָריסטישע יחידים זענען עלול מיט איין באָמבע-אויפֿרײַס אויפֿצורײַסן פֿאַרשטענדיקונגען און שלום-צוגן, וואָס ווערן דערגרייכט מיט גרויס מאַטערניש. נאָר דאָס טוען אויך — נישט ערגער פֿון זיי — אונדזערע היימישע ייִדישע מנהיגים, וואָס לויפֿן אין די בונקערס יעדעס מאָל ווען זיי דערהערן אַ סיגנאַל פֿון שלום.

די לאַנג געגאַרטע באַגעגעניש צווישן אָלמערטן און אַבו מאַזען איז פֿאָרגעקומען אין שאָטן פֿון דער נײַער טענדענץ, וואָס מערקט זיך אין דער פּאָליטיק פֿון דעם "ווײַסן הויז" אין וואַשינגטאָן, ווי אַ רעזולטאַט פֿון דעם בייקער-באַריכט, וואָס איז דערלאַנגט געוואָרן דעם אַמעריקאַנער קאַנגרעס און דעם סענאַט. די דאָזיקע טענדענץ מערקט זיך אויך אין דער באַציִונג צו די כּסדרדיקע סיגנאַלן מצד דעם סירישן פּרעזידענט באַשיר אַסאַד — אַרום וועלכע עס גייט איצט אָן אַ העפֿטיקער וויכּוח צווישן צוויי אָפּשאַצונגען פֿון די ישׂראלדיקע געהיים-דינסטן: דער "מוסד" און דער "שב״כּ" טענהן, אַז באַשיר אַסאַד מיינט עס נישט ערנסט, און זײַן כּוונה איז — דורך זײַנע פֿאַלשע ליבע-דערקלערונגען פֿאַרן שלום — צו קריגן אַ לעגיטימאַציע אין דער מערבֿדיקער וועלט, דער עיקר, בײַ אַמעריקע און פֿראַנקרײַך און זיך אַזוי אַרום צו באַפֿרײַען פֿון דער עקאָנאָמישער בלאָקאַדע. דאַקעגן, זאָגט די אָפּשאַצונג פֿון דעם אַלגעמיינעם אינפֿאָרמאַציע-דינסט, אַז די כּוונה פֿון דעם סירישן פּרעזידענט איז אַן אויפֿריכטיקע, און אַז ער איז פֿאַראינטערעסירט זיך אַרויסצוקריגן פֿון דער "אַקס פֿון רשעות", ווי פּרעזידענט בוש באַצייכנט די אַקס פֿון די דרײַ ווידערשפּעניקע מדינות: איראַן, צפֿון-קאָרעע און סיריע, כּדי צו פֿאַרבעסערן איר פּאָליטישע און עקאָנאָמישע פּאָזיציע.

אַזוי ווי אַלע מאָל — איז אויך דאָס מאָל די אָפּשאַצונג פֿון די אָנגעזאַמלטע געהיימע און אָפֿענע אינפֿאָרמאַציעס אָפּהענגיק אין אַ גרויסער מאָס פֿון דער אידעיִשער אײַנשטעלונג פֿון די אַנאַליטיקער. די דערפֿאַרונג האָט אָבער דערוויזן, אַז אַ סך פֿון די מיליטאַנטישע פֿאַרוואַלטערס פֿון די געהיימע אינפֿאָרמאַציע-דינסטן גייען אַרויס פֿון זיי — לינק אָריענטירט, ווי עס האָבן דאָס אַזוי בולט באַשטעטיקט דער היסטאָריקער פּראָפֿעסאָר הרכּבֿי, עמי אילון און אחרון אחרון — גענ. פֿאַרקאַש-זאבֿי, דער נאָרוואָס פּענסיאָנירטער הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון אמ"ן, דעם מיליטערישן אינפֿאָרמאַציע-דינסט.

תּל-אָבֿיבֿ, 26סטער דעצעמבער 2006