פּובליציסטיק

"אוי חנוכּה, אַ יום־טובֿ אַ שיינער..."

די פֿריילעכע חנוכּה־טעג פֿון יאָר תּשס"ז זענען שוין אַוועק און "עמך ישׂראל"האָט זיך שוין צוריקגעקערט צו דער וואָכעדיקער רוטין אין וועלכער מיר לעבן איצט אין ישׂראל.

ווי געוויינטלעך, באַמיט מען זיך יעדעס יאָר אָפּצומערקן און פֿײַערן דעם יום־טובֿ חנוכּה אין ישׂראל מיט אַלע צערעמאָניעס און ריטואַלן, כאָטש ניט שטענדיק איז פֿריילעך אויפֿן האַרצן, און ניט שטענדיק איז לײַכט זיך צו באַפֿרײַען פֿון די זאָרגן און שטימונגען, וועלכע זענען משפּיע אויף דײַן געמיט־צושטאַנד, אויף דײַן האַלטונג און האַנדלונג, אין דײַן טאָג־טעגלעכן קיום.

איז טאַקע גוט, וואָס אין די קאַלטע, טריבע, ווינטערדיקע טעג קומט אָן דער יום־טובֿ חנוכּה, אין וועלכן די פֿלעמעלעך פֿון די חנוכּה־ליכטלעך דערוואַרעמען דײַן האַרץ און די לײַכטנדיקע שטורקאַצן און מנורות אויף די דעכער פֿון די מלוכישע און געזעלשאַפֿטלעכע געבײַדעס, דערמאָנען אַלעמען, אַז


...ווען איך זע אײַך שמינקלענדיק,
קומט אַ חלום פֿינקלענדיק,
רעדט אַן אַלטער טרוים:
ייִד, דו האָסט געקריגט אַ מאָל,
ייִד, דו האָסט געזיגט אַ מאָל —
גאָט, דאָס גלייבט זיך קוים!..
(מאָריס ראָזענפֿעלד)

אין די טעג פֿון חנוכּה, קומען זיך צונויף משפּחות צו פֿײַערן צוזאַמען דעם יום־טובֿ, צינדן די חנוכּה־ליכטלעך, זיך פּאָסמאַקעווען מיט טראַדיציאָנעלע חנוכּה־לאַטקעס, אָדער מיט די סופֿגניות ווי מען רופֿט דאָ די פּאָנטשיקעס.

יום־טובֿדיקע אימפּרעזעס איבערן גאַנצן לאַנד זענען פֿאָרגעקומען פֿאַר קינד און קייט, די יערלעכע פֿעסטיוואַלן און פֿעסטיגאַלן, גרויסע, קאָלירפֿולע ספּעקטאַקלען, אויף וועלכע די קינדער וואַרטן מיט אומגעדולד אַ גאַנץ יאָר.

אין יעדער שטאָט און שטעטל, אין יעדן קיבוץ און ייִשובֿ אין לאַנד, האָט מען געפֿײַערט דעם יום־טובֿ, יעדער איינער אויף זײַן שטייגער, יעדער איינער לויט זײַן אויפֿפֿאַסונג און זײַן טראַדיציע. עס איז אַ יום־טובֿ, וועלכן עס פֿײַערן סײַ רעליגיעזע און סײַ סעקולערע, אַ יום־טובֿ וואָס נעמט אַרום דאָס גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לאַנד.

דרײַ ישׂראל־זעלנער נאָך אַלץ אין געפֿענקעניש

אין דער מיט פֿון די דאָזיקע פֿריילעכע פֿײַערונגען, זענען ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אויך די שאָטנדיקע זײַטן און אַספּעקטן פֿון אונדזער איצטיקן מצבֿ אין לאַנד.

די נאָכווייענישן און טראַוומאַטישע איבערלעבונגען פֿון דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון, די טעראָר־אַקטן און די "קאַסאַם"־ראַקעטן, וואָס הערן ניט אויף צו פֿאַלן אויף שׂדרות און אַנדערע ייִשובֿים, נאָענט פֿון עזה־פּאַס, כאָטש אָפֿיציעל דאַרף דאָרטן הערשן אַ וואָפֿנשטילשטאַנד, באַאומרויִקן אונדז אַלעמען; זיי לאָזן אונדז וויסן, אַז די מלחמה מיט אונדזערע שׂונאים איז נאָך ניט פֿאַרענדיקט, אַז עס דראָען אונדז נאָך אַ סך געפֿאַרן אין דער נאָענטער און ווײַטער צוקונפֿט.

אַן אײַנדרוקספֿולע און רירנדיקע צערעמאָניע פֿון אָנצינדן דאָס דריטע חנוכּה־ליכטל, איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן דעצעמבער בײַם כּותל־המערבֿי, געווידמעט די דרײַ פֿאַרכאַפּטע זעלנער פֿון צה"ל: אהוד גאָלדוואַסער, גלעד שאַליט און אלדד רגבֿ (רעגעוו), וועלכע שמאַכטן נאָך אַלץ, העכער פֿינף חדשים, אין דער געפֿענקעניש פֿון "כעזבאָלאַ" און "כאַמאַס".

אין דער דאָזיקער צערעמאָניע האָבן אָנטיילגענומען הונדערטער מענטשן, צווישן זיי אַ צאָל יוגנט־גרופּעס, משפּחה־מיטגלידער פֿון די געפֿאַנגענע, זעלנער פֿון צה"ל, דער אַשכּנזישער רבֿ הראָשי יונה מעצגער, דער פֿינאַנץ־מיניסטער הירשזאָן, דער יושבֿ־ראָש פֿון דער סוכנות זאבֿ ביעלסקי און אַנדערע פּערזענלעכקלייטן.

דער רבֿ פֿון כּותל, הרבֿ ראַבינאָוויטש, האָט געזאָגט אַ תּפֿילה פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון די געפֿאַנגענע.

די ליכט האָבן אָנגעצונדן צבֿי רגבֿ, דער פֿאָטער פֿון דעם געפֿאַנגענעם אלדד, צבֿי שאַליט, דער פֿאָטער פֿון גלעד און שלמה גאָלדוואַסער, דער פֿאָטער פֿון אהוד, וועלכער האָט אויסגעדריקט זײַן און אַלעמענס וווּנטש, אַז די שײַן פֿון די חנוכּה־ליכט זאָל פֿאַרטרײַבן די פֿינצטערניש פֿון דער געפֿאַנגענשאַפֿט, אין וועלכער עס געפֿינען זיך די דרײַ פֿאַרכאַפּטע ישׂראל־זעלנער, און ברענגען זיי אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג, אַז זייער באַפֿרײַונג איז נאָענט, און אין גיכן וועלן זיי זיך פֿאַראייניקן געזונטערהייט מיט זייערע משפּחות.

דערבײַ האָט דער לייטער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון די זעלנער אַפּעלירט צו די אינסטאַנצן אין לאַנד און אין אויסלאַנד, ניט אָפּצושוואַכן זייערע באַמיִונגען, און אויסווירקן אַ שנעלע באַפֿרײַונג פֿון די דרײַ געפֿאַנגענע ישׂראל־זעלנער.

ער האָט אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז די תּפֿילה, ווען מען צינדט אָן די חנוכּה־ליכט, זאָל מקוים ווערן; אַז פּונקט ווי עס איז געשען דער חנוכּה־נס אַ מאָל, אין צײַטן פֿון די חשמונאָים, זאָל אויך אין גיכן געשען אַ נס אין אונדזערע טעג, און די העלדישע זעלנער פֿון צה"ל זאָלן אין גיכן באַפֿרײַט ווערן פֿון זייער געפֿענקעניש.

פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער פֿון ישׂראל — 70 יאָר זינט זײַן גרינדונג

במשך פֿון די חנוכּה־טעג האָט מען פֿײַערלעך אָפּגעמערקט דעם "געבוירנטאָג" פֿון דעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1936, מיט 70 יאָר צוריק! צו ערשט האָט מען עס גערופֿן "דער פּאַלעסטײַן סימפֿאָנישער אָרקעסטער" און נאָכן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, איז ער אָפֿיציעל באַקאַנט געוואָרן ווי דער "ישׂראלדיקער סימפֿאָנישער אָרקעסטער".

די געשיכטע פֿון זײַן גרינדונג שפּיגלט אָפּ איינעם פֿון די וויכטיקסטע עטאַפּן אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ישׂראל־קולטור און באַזונדערס אויף דעם געביט פֿון מוזיק און קונסט.

די דרײַסיקער יאָרן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט זענען באַקאַנט ווי די יאָרן פֿון דעם אויפֿקום פֿון אַדאָלף היטלער, ימח־שמו, און זײַן אַנטי־ייִדישער נאַצי־פּראָפּאַגאַנדע, די רדיפֿות און פֿאַרפֿאָלגונגען אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דײַטשלאַנד.

טויזנטער פֿון די פֿאַרפֿאָלגטע ייִדן זענען אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל, וווּ זיי האָבן געפֿונען אַ דאַך איבערן קאָפּ. אָבער אויסגעוואָרצלטע פֿון זייערע היימען און זייערע פּראָפֿעסיעס, זענען זיי דורכגעגאַנגען ניט קיין לײַכטן אַבסאָרבציע־פּראָצעס, אין דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ וואָס האָט דאַן געהערשט אין לאַנד.

צווישן די דאָזיקע דײַטשע פּליטים איז געווען אַ גאָר גרויסער פּראָצענט פֿון אינטעלעקטואַלן, פּראָפֿעסאָרן, דאָקטוירים, מוזיקער און מענטשן פֿון אַנדערע פֿרײַע פּראָפֿעסיעס, וועלכע האָבן ניט געפֿונען קיין אַרבעט. זיי זענען געווען אַרבעטסלאָז, און האָבן בלית־ברירה געפֿונען אַ וועלכע עס איז באַשעפֿטיקונג אין אַנדערע געביטן.

עס איז צו פֿאַרדאַנקען דעם באַרימטן פּוילישן ייִד, דעם פֿידל־ווירטואָז בראָניסלאַוו הובערמאַן, פֿאַר זײַן איניציאַטיוו און ענערגיע אין גרינדן דעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אין יאָר 1936.

די מערסטע פֿון די 87 מוזיקער זענען געווען פּליטים פֿון דײַטשלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.

דעם ערשטן קאָנצערט פֿון דעם נײַ־געגרינדעטן "סימפֿאָנישן אָרקעסטער" האָט דיריגירט דער דאַן וועלט־באַרימטער איטאַליענישער דיריגענט אַרטוראָ טאָסקאַניני, וועלכער איז געווען באַקאַנט ווי אַ מוטיקער אַנטינאַצי און אַ פֿרײַנד פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.

צו דעם ערשטן קאָנצערט זענען געקומען דער דעמאָלטיקער בריטישער הויך־קאָמיסאַר, חיים ווייצמאַן, דוד בן־גוריון און נאָך אַ סך פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן.

דער "יונגער", אָרקעסטער איז מיט דער צײַט געוואָרן אַן אָנגעזעענער אָפֿיציעלער רעפּרעזענטאַנט פֿון דער אויפֿגייענדיקער ייִדישער מדינה. ער איז אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע קאָנצערטן איבער דער גאָרער וועלט און געוווּנען גרויס אָנערקענונג אומעטום. וועלט־באַרימטע דיריגענטן האָבן דיריגירט מיט דעם אָרקעסטער אין לויף פֿון זײַן לאַנגער געשיכטע. צווישן זיי זענען געווען לעאָנאַרד בערנשטײַן (1947—1990), קורט מאַזור, יואל לעווי א"אַנד.

אין יאָר 1969 איז זובין מעטאַ געוואָרן דער מוזיקאַלישער ראַטגעבער פֿון אָרקעסטער, און אין 1981 האָט מען אים באַשטימט, אויף זײַן גאַנץ לעבן, ווי דער מוזיקאַלישער לייטער און דיריגענט פֿון דעם "ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער".

אונטער זײַן לייטונג איז דער אָרקעסטער אויפֿגעטראָטן אין טויזנטער קאָנצערטן, רעקאָרדירונגען, אין אַלע פֿינף קאָנטינענטן פֿון דער וועלט. ער איז דער איינציקער וואָס פֿירט אָן מיט דעם אָרקעסטער אַזאַ לאַנגע צײַט.

ער האָט באַקומען צענדליקער אויסצייכענונגען און ערן־טיטלען. דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, דער אוניווערסיטעט אין תּל־אָבֿיבֿ און דער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט אויף ח. ווייצמאַנס נאָמען האָבן אים דעקאָרירט מיט ערן־דאָקטאָראַטן. דער העברעיִשער אוניווערסיטעט האָט אָנגערופֿן אַ מוזיק־דעפּאַרטעמענט פֿון אוניווערסיטעט אויף זײַן נאָמען און א"נ פֿון זײַן פֿאָטער, וועלכער איז אויך געווען אַ באַקאַנטער דיריגענט.

אין 1995 האָט זובין מעטאַה באַקומען דעם ישׂראל־פּרײַז און דעם פּרעסטיזשפֿולן וווּלף־פּרײַז פֿאַר קונסט. אין סעפּטעמבער 2006 האָט ער באַקומען דעם אַרטור רובינשטיין־פּרײַז פֿאַר זײַן לאַנגיאָריקער מוזיק־קאַריערע; ער האָט אויך באַקומען ערן־בירגערשאַפֿט פֿון תּל־אָבֿיבֿ-יפֿו.

אין דער יום־טובֿדיקער בראָשור לכּבֿוד דעם 70סטן געבוירנטאָג, ווערט דער אָרקעסטער באַצייכנט ווי "אַ פּראָדוקט פֿון איניציאַטיוו און וויזיע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן, נאָך לאַנג פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה, ווען בראָניסלאַוו הובערמאַן האָט גערופֿן די בעסטע ייִדישע מוזיקער פֿון אייראָפּע, עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל און רעאַליזירן אין איר די קולטור פֿון ציוניזם און לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות".

* * *

די ערשטע פֿײַערונג פֿון 70 יאָר זינט דער גרינדונג, איז פֿאָרגעקומען דינסטיק, דעם 17טן דעצעמבער אין דעם גרויסן קאָנצערט־זאַל פֿון בניני־האומה אין ירושלים. דער זאַל איז געווען איבערפֿולט מיט אַ באַגײַסטערטן עולם און חשובֿע געסט.

אויף דער בינע איז געשטאַנען אַ גרויסע חנוכּה־מנורה.

דער אָרקעסטער האָט געעפֿנט דעם קאָנצערט מיט "התּיקווה", און די דערציִונגס־ און קולטור־מיניסטאָרין יולי תּמיר האָט באַגריסט דעם עולם צו דעם פֿײַערלעכן יום־טובֿ, און מכבד געווען דעם דיריגענט זובין מעטאַה (פֿון אינדישער אָפּשטאַמונג), אָנצוצינדן דאָס דריטע חנוכּה־ליכט. דער אָרקעסטער האָט געשפּילט "מעוז צור" און דער גאַנצער עולם האָט מיטגעזונגען די באַקאַנטע ווערטער פֿון "מעוז צור ישועתי".

נאָך דער סימפֿאָניע נומ' 41 פֿון וואָלפֿגאַנג־אַמאַדעוס מאָצאַרט, מיט דער באַטייליקונג פֿון די באַרימטע מוזיקער יעווגעני קיסין (פּיאַנע), יוליאַן ראַכלין (פֿידל) און מישאַ מײַסקי (טשעלאָ), איז אין דעם קאָנצערט פֿאַר פּיאַנע און אָרקעסטער פֿון ראָבערט שומאַן געווען אַ לענגערער איבעררײַס, ווען דער גאַנצער עולם האָט געמאַכט אַ יום־טובֿדיקן "לחיים" און פֿאַרביסן מיט סופֿגניות (פּאָנטשיקעס).

אין דעם צווייטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט דער אָרקעסטער אויסגעפֿירט אַ קאָנצערטאָ אין לאַ־מינאָר פֿאַר פֿידל און טשעלאָ פֿון יאָהאַנעס בראַמס. שפּעט בײַ נאַכט איז דער עולם אַוועק אַהיים אַ העכסט צופֿרידענער פֿון דעם דאָזיקן היסטאָרישן קאָנצערט.

דאָס זעלבע איז אויך פֿאָרגעקומען אין לויף פֿון די חנוכּה־טעג אין די אַנדערע קלאַסישע קאָנצערטן אין די קאָנצערט־זאַלן פֿון חיפֿה און תּל־אָבֿיבֿ, אין וועלכע עס זענען אויפֿגעטראָטן די וועלט־באַרימטע מוזיקער — יעפֿים בראָנפֿמאַן, גיל שחם, דניאל באַרנבוים, פּינחס צוקערמאַן. עס האָבן דיריגירט, אין צוגאָב צו זובין מעטאַה, די געסט־דיריגענטן לורין מאַזל און וואַלערי גערגײַעוו.

די פֿײַערונגען לכּבֿוד 70 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, האָט צוגעגעבן אַ סך גענוס און שײַן אין די הײַיאָריקע קאַלטע, ווינטערדיקע חנוכּה־טעג אין ישׂראל.