דעם 1טן סעפּטעמבער 1905 איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון אַ נײַער וועכנטלעכער אויסגאַבע, פֿינאַנצירט דורכן "פֿאָרווערטס". געהייסן האָט דער זשורנאַל "דער צײַט-גײַסט", און ער וועט אַרויסגיין אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָר. אין די ערשטע שורות האָבן די רעדאַקטאָרן קלאָר געמאַכט די אידעאָלאָגישע פּאָזיציע פֿון דעם וואָכנבלאַט: "׳דער צײַט-גײַסט׳ ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער ׳פֿאָרווערטס-אַסאָסיִיישן׳. זײַן ריכטונג איז דעריבער די ריכטונג פֿון דעם ׳פֿאָרווערטס׳.
זײַנע בעלי-הבתּים — דאָס זײַנען אייגנטלעך אַלע פֿאָרגעשריטענע ייִדיש-שפּרעכנדיקע אײַנוווינער פֿון אַמעריקע. די געזעלשאַפֿט אָבער וואָס זאָגט איבער אים אַ דעה, באַשטימט זײַן רעדאַקציע און זײַן געשעפֿטס-פֿאַרוואַלטונג און קאָנטראָלירט אַלץ וואָס איז פֿאַרבונדן מיט זײַן אַרויסגאַנג, האָט דײַטלעכע איבערצײַגונגען איבער סאָציאַלע פֿראַגן. זיי זײַנען סאָציאַל-דעמאָקראַטן...
אינטערעסאַנט איז דער אינהאַלט פֿון דעם זשורנאַל. אַ סך אָרט פֿאַרנעמען אויפֿקלערערישע אַרטיקלען. למשל, וועגן וויסנשאַפֿט און מאָדערנער טעכנאָלאָגיע. אַב. קאַהאַן האָט אין דעם נוסח פֿון אַ פּרשה פֿון דער וואָך געדרוקט זײַן פּאָפּולערן טײַטש פֿון קאַרל מאַרקס׳ "קאַפּיטאַל". אַ סך אָרט האָט מען אָפּגעגעבן פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד, בתוכם — וועגן קיום פֿון ייִדיש אין דער אַלטער היים.
דער נומ׳ 4, וואָס איז אַרויס דעם 22סטן סעפּטעמבער 1905, איז כּולל אַן אַרטיקל, אונטערגעשריבן דורך "א." און באַטיטלט "דער זשאַרגאָן און דער זשאַרגאָנישער לעזער אין רוסלאַנד". דער אַנאָנימער מחבר אַנאַליזירט דעם סטאַטוס פֿון ייִדיש אין דער רוסישער אימפּעריע, אויסטיילנדיק צוויי מינים שׂונאים פֿון דער שפּראַך: די אַסימילאַטאָרן און די משׂכּילים. ער טענהט, אַז אַן אַסימילאַטאָר "הייבט אָן געוויינטלעך דורכצופֿירן זײַנע טעאָריעס אויף זיך אַליין. ... ער זאָגט, אַז ייִדן אין רוסלאַנד דאַרפֿן רעדן נאָר רוסיש; לערנט ער זיך אויס רוסיש און רעדט ערגעץ-וווּ נאָר רוסיש. מיט די איבעריקע ייִדן, מיט די זשאַרגאָן-שפּרעכנדיקע ייִדן, האָט ער שוין דאַן ווייניק וואָס צו טאָן."
אַנדערש איז געווען מיט די משׂכּילים-העברעיִסטן, וועמעס שׂינאה צו דער שפּראַך איז געוואָרן באַזונדערס שטאַרק, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן הצלחהדיק אַנטוויקלען די מאָדערנע ליטעראַטור אויף ייִדיש. די משׂכּילים האָבן תּמיד "געהאַט די געוווינהייטן צו רעדן אין נאָמען פֿון גאַנצן ייִדישן פֿאָלק; זיי זײַנען אָבער אין גרונט, געווען אָפּגעזונדערט פֿון פֿאָלק, פֿון די גרויסע פֿאָלקס-מאַסן, אַזוי ווי די ייִדישע אַסימילאַטאָרן. זיי האָבן אייגנטלעך רעפּרעזענטירט אַ גאַנץ קליינע גרופּע ייִדן."
ווײַטער אַנאַליזירט דער אַנאָנימער "א." די סך-הכּלען פֿון דער רוסלענדישער פֿאָלקס-ציילונג (1897) און ווײַזט די ברייטע פֿאַרשפּרייטונג פֿון ייִדיש. ס׳איז אויך וויכטיק אָנצוּווײַזן, אַז ס׳רובֿ ייִדן האָבן געקענט לייענען ניט רוסיש, נאָר דווקא ייִדיש. קיין חידוש ניט, אַז "די ייִדישע פֿאָלקסמאַסן נייטיקן זיך אין אַ גוטער זשאַרגאָנישער ליטעראַטור". אין אַזאַ ליטעראַטור האָבן זיך באזונדערס גענייטיקט די ביבליאָטעקן.
"פֿון די זעקס ביבליאָטעקן אין ביאַליסטאָק האָבן צוויי אויסשליסלעך זשאַרגאָנישע לעזער. נאָך צוויי האָבן 80 פּראָצענט זשאַרגאָנישע לעזער. אַ העלפֿט פֿון די לעזער אין דער ריגער ביבליאָטעק זײַנען זשאַרגאָנישע. די אָדעסער ביבליאָטעקן זײַנען די לעצטע צײַט געצוווּנגען געווען צו פֿאַרגרעסערן די זשאַרגאָנישע אָפּטיילונג. אַפֿילו פֿון פֿאַרשידענע שטעט אין קרים און אין דער יעקאַטערינאָסלאַווער גובערניע הערט מען אַלץ איין טענה, אַז די ביבליאָטעקן נייטיקן זיך אַם שטאַרקסטן אין זשאַרגאָנישע ביכער, אַז די מאַסע לעזט מיט חשק נאָר זשאַרגאָן.
"די געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרייטן בילדונג צווישן די ייִדן אין רוסלאַנד האָט זיך דורכגעשריבן וועגן דעם דאָזיקן ענין מיט 48 ביבליאָטעקן, וואָס זײַנען צעזייט און צעשפּרייט אין פֿאַרשידענע ווינקלען פֿון די ייִדישע גובערניעס. פֿון אומעטום זײַנען אָנגעקומען איינע און די זעלבע ענטפֿערס: דער נאָכפֿרעג אויף זשאַרגאָנישע ביכער ווערט אַלץ שטאַרקער."
בינו-לבינו האָט מען באַמערקט, אַז אין אַמעריקע האָט ייִדיש גענומען קלינגען און אויסזען אַנדערש איידער אין רוסלאַנד. וועגן דעם האָט אין נומ׳ 25 (דעם 16טן פֿעברואַר 1906) געשריבן נ. ראַבינאָוויטש (מיר האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צו געפֿינען קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן אַזאַ מחבר). אין זײַן אַרטיקל "ייִדיש אָן נקודות און ייִדיש מיט נקודות" באַמערקט ער, אַז אין רוסלאַנד האָט די פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד" געשאַפֿן אַ סטאַנדאַרד פֿון "ספּעלינג" (אויסלייג): "למשל, היט מען אָפּ יעדע נקודה און מען סטאַרעט זיך אַרײַנפֿירן אַזאַ ספּעלינג, אַז עס זאָל ניט זײַן אין וואָרט קיין איבעריקער אות. צוגלײַך מיט דער צײַטונג סטאַרען זיך אַלע פֿאַרלאַגן פֿון ייִדישער ליטעראַטור אָפּצומעסטן יעדן שריט און טריט מיט די פֿאַרפֿאַסער אָדער איבערזעצער און פֿאָדערן פֿון זיי, אַז די ספּעלינג פֿון דעם ׳פֿרײַנד׳ זאָל בײַ זיי זײַן אָפּגעהיט ווי אַ הייליקע זאַך."
גאַנץ אַנדערש איז געווען דער צוגאַנג אין אַמעריקע. "ניט אין ליטעראַטור בכלל און ניט אין די צײַטונגען זעט מען קיין נקודות, און די ספּעלינג פֿון די ווערטער איז גלײַך גענומען פֿון די בריוו, וואָס אונדזערע עלטער־באָבעס האָבן אונדז אַמאָל געשריבן — ניטאָ קיין כּללים און קיין אָפּהיטן דאָס געשלעכט, אַמאָל איז דאָ ׳דער קאָפּ׳ און אַמאָל ׳די קאָפּ׳."
(אַגבֿ, צי האָט עמעצער פֿון די שפּראַכקענער באַמערקט, אַז ענגלישע ווערטער, אַזעלכע ווי "ספּעלינג", "יוניאָן", "סאָבוויי", און, אַ פּנים, ניט ווייניק אַנדערע פֿלעגט מען אַרײַננעמען אין ייִדיש מיט דעם אַרטיקל "די" — לשון-נקבֿה? פֿאַר וואָס? אפֿשר, ווײַל the קלינג נאָענט צו "די"?)
ראַבינאָוויטש זעצט פֿאָר: "בכלל זעט מען קלאָר, אַז אין רוסלאַנד לייגט מען זיך טאַקע אַרײַן שטאַרק אין דעם ענין: מען ברעכט, ווי מען זאָגט, דעם קאָפּ אויף די אַלע זאַכן. אין אַמעריקע אָבער רעכנט מען דאָס פֿאַר אַ קלייניקייט, וואָס פֿאַרדינט ניט, מען זאָל זיך דערמיט אָפּגעבן. מען מאַכט דערפֿון קיין ׳ביזנעס׳ ניט. מע זעט עס באַזונדערס קלאָר אין דער צײַטונג-שפּראַך. "נעמט אַ ייִדישן פּייפּער [׳פּייפּער׳ (צײַטונג) איז פּלוצעם לשון-זכר! — ג.ע.] פֿון רוסלאַנד, וועט איר דאָרט געפֿינען זייער זעלטן אַ רוסיש וואָרט. די אַמעריקאַנישע ייִדישע פּייפּערס, אָבער, זײַנען טאַקע אין גאַנצן אַמעריקאַניזירט, האַלב אויף האַלב גייען אין זיי אַרײַן ענגלישע ווערטער."
בײַ ראַבינאָוויטשן דערוועקט עס די שאלה: "ווער וועט גובֿר זײַן, די רוסישע סיסטעם צו שרײַבן ייִדיש, אָדער די אַמעריקאַנישע?" ער האָט אַרײַנגעקוקט אין זײַן "קרישטאָלענער קויל" און געזאָגט אַזאַ נבֿיאות: וואָס שייך דעם גראַפֿישן פּרצוף-פּנים פֿון ייִדישע טעקסטן, וועט געווינען דער אַמעריקאַנער ראַציאָנאַליזם פֿון אָפּוואַרפֿן נקודות. אין דער ייִדישער צײַטונג-שפּראַך וועט יעדעס לאַנד האָבן אַ סך ווערטער, וואָס קומען פֿון די דאָמינירנדיקע שפּראַכן, ווײַל פֿון דעם קען מען זיך ניט פֿאַרבאַהאַלטן. דאָך האָט ראַבינאָוויטש געהאָפֿט, אַז ייִדיש וועט פֿונדעסטוועגן האָבן אַ מער-ווייניקער אוניווערסאַלן סטאַנדאַרד פֿאַר שיינער ליטעראַטור. אין תּוך אַרײַן, איז ער געווען גערעכט.