מויני שולמאַן
שולמאַן פֿלעגט זיצן אײַנגעהויקערט. זײַן רוקנביין איז געווען אַרומגעזאַפֿט מיט אַ האַרטן לעדערנעם גאַרטל און אַלץ איינס האָט ער געליטן פֿון שטאַרקע ווייטיקן. פֿון זײַטיקע פֿלעגט ער עס אויסבאַהאַלטן. אַזוי, אײַנגעהויקערט, מיטן טעקסט דערנענטערט צו די אויגן, האָט ער געקענט פֿון פֿאַר טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט רעדאַקטירן אַ מאַנוסקריפּט פֿון אַ בוך, די קאָרעקטור־זײַטלעך, די וויאָרסטקע, ביז דער ספֿר פֿלעגט ניט אָנטרעפֿן אין אײַנבונד־צעך.
אין איינעם אַ טאָג האָט מויני אומגעקערט אין פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" אַ מאַנוסקריפּט, וואָס ער האָט שוין אָנגעהויבן צו רעדאַקטירן. זײַנע אויגן האָבן ניט געוואָלט מער דינען און ער איז אײַנגעגאַנגען אויף אַן אָפּעראַציע. פֿון אויגן־שפּיטאָל האָב איך אים אָפּגעפֿירט ניט אַהיים, נאָר אין אַ צווייטן שפּיטאָל, וווּ ס׳איז אים פֿאָרגעשטאַנען אַ מער ערנסטע אָפּעראַציע.
אַזוינס איז שווער אַפֿילו צוקלערן, נאָר דער כירורג וואָס האָט דער ערשטער באַטראַכט דעם חולה, אַ יונגער־מאַן פֿון אַ יאָר דרײַסיק, האָט זיך ניט אויף אַ שפּאַס אונטערגענומען איינער אַליין צוצוגרייטן אַ ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך; און ווי דאָס זאָל ניט זײַן אומגלייבלעך, האָט ער שוין באַוויזן אויפֿצוטאָן עפּעס גוטס. דעם מענטש רופֿט מען באָריס ווײַנבלאַט. הײַנט וווינט ער בײַ אונדז אין לאַנד, אין כּפֿר־סבא, און האָפֿט, אַז גאָר אין גיכן וועט זײַן ייִדיש־רוסישער ווערטערבוך דערשײַנען. דער ברייט באַוווּסטער "לערנער־פֿאָנד" האָט צוגעזאָגט טיילווײַז צו שטיצן פֿינאַנציעל דעם פּראָיעקט.
וועגן מויני שולמאַנען איז נאָך פֿאַראַן אַ סך וואָס צו דערציילן. פֿון זײַן ליטעראַרישן אַרכיוו ווילט זיך מיר ברענגען כאָטש נאָך צוויי בריוו: פֿון אים און צו אים:
מאָסקווע, 01.08.1993
"חשובֿער פֿרײַנד דבֿ בן־יעקבֿ!
קודם־כּל דאַנק איך אײַך פֿאַר דעם בריוו, וואָס כ׳האָב פֿון אײַך באַקומען מיט אַ חדשים צוויי צוריק, אויב ניט מערער. כ׳בין אָט די גאַנצע צײַט געווען זייער קראַנק, ממש ניט געקאָנט זיך צוזעצן צום שרײַבטיש און דעריבער צו דער צײַט ניט געענטפֿערט.
הײַנט, ווען ס׳האָט זיך אויסגעגעבן אַ ביסל אַ גרינגערער טאָג, הייב איך אים אָן פֿון ענטפֿערן אײַך, ווײַל איר האָט מיך שטאַרק דערפֿרייט מיטן פֿאָרשלאָג אָנבינדן קאָנטאַקטן מיט אײַך און כ׳בין שטאַרק פֿאַראינטערעסירט דערין.
מײַן ליבער חבֿר מישע לעוו האָט מיר גאַנץ גענוי דערציילט וועגן אײַער אינסטיטוט און באַגײַסטערט זיך אָפּגערופֿן וועגן דער אַרבעט, וואָס איר פֿירט. איך בין מוכן־ומזומן אָפּצושיקן אײַך אַלע מאַטעריאַלן, וואָס געפֿינען זיך בײַ מיר. כ׳האָב נאָר צוויי שאלות: ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער? כ׳האָב ניט בלויז צענדליקער בריוו פֿון ייִדישע שרײַבער, נאָר אויך גאָר וואָגיקע מאַנוסקריפּטן. מיט דער פּאָסט איז דאָס ניט אָפּצושיקן. ווי אַזוי אַנדערש, ווייס איך ניט...
אַגבֿ, וויל איך אײַך זאָגן, אַז בײַ מיר האָט זיך אויך פֿאַרהיט אַ טייל פֿון יעקבֿ שטערנבערגס אַרכיוו, דערונטער אַ גרויסע צאָל זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס און בריוו צו אים פֿון די ערשטע עולים — ייִדישע שרײַבער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
און שנית: אויף ווי ווײַט דאַרף מען פֿון אַרכיוויסטישן שטאַנדפּונקט צוגרייטן די מאַטעריאַלן, וואָס כ׳האָב בדעה אײַך איבערצוגעבן.
כ׳וועל מיט אומגעדולד אַרויסקוקן אויף אײַער ענטפֿער.
זײַט געזונט און שטאַרק
מויני שולמאַן"
11.16.1993
"חשובֿער פֿרײַנד מ. שולמאַן!
איך האָב באַקומען אײַער בריוו מיט דעם פֿאָרשלאָג אונדז איבערצושיקן פֿאַרשידענע בריוו, מאַנוסקריפּטן און בילדער פֿון ייִדישע שרײַבער. איך דאַנק אײַך דערפֿאַר...
מיר האָבן גרויס אינטערעס פֿאַר דעם, ווײַל דער 'מְכוֹן־גּנָזִים’ מאַכט אויספֿאָרשונגען איבער ייִדישער און עבֿרית־ליטעראַטור פֿון אַלע דורות און וועלן [וועט] די אינפֿאָרמאַציעס פֿאַרשפּרייטן.
מיט האַרציקע גרוסן
שֶׁלְךָ בְּהוֹקָרָה
דבֿ בן־יעקבֿ
דירעקטאָר פֿונעם
ביאָביבליאָגראַפֿישן
אַרכיוו — 'מְכוֹן־גּנָזִים’
תּל־אָבֿיבֿ"
אין די לעצטע טעג פֿון זײַן, מויני שולמאַנס, לעבן האָט אים די קראַנקייט אַזוי אײַנגעשרומפֿן, אַז אים איז שווער געווען צו דערקענען. זײַן עטוואָס לענגלעך, בלאַסלעך פּנים איז ווי קלענער געוואָרן. אַן אויסגעדייווערטער איז ער געלעגן אויפֿן שפּיטאָל־בעטל און ניט געקוקט אויף די פֿיזישע ליידן, געהאַלטן אין איין דערמאָנען זיך, דערציילן. מיט אַ מאָל האָט ער שוואַך אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט און ווי צו קיינעם ניט אַ זאָג געטאָן:
— עך, איבעריקע רייד. ס׳איז נאָך דאַנק דיר גאָט, וואָס כ׳האָב באַוויזן זײַן אין ישׂראל. דעם חודש וואָס דו וועסט דאָרט זײַן וועל איך נאָך אפֿשר אויסהאַלטן; און נאָך אַ לאַנגער פּויזע, — האַ, ווי מיינסטו?
ס׳איז פֿאַרבײַ ניט מער פֿון אַ וואָך און צוזאַמען מיט זײַנעם אַ תּלמיד, וואָס האָט געוווינט אין ירושלים, האָבן מיר אין צוויי שפּראַכן געשריבן אַ נעקראָלאָג וועגן מויני שולמאַנס טויט.
ווילט זיך אויסשרײַען: ניט אויסגעהאַלטן און די איינזאַמקייט פֿון די געציילטע עטלעכע ייִדישע שרײַבער איז געוואָרן נאָך מער געדיכטער, שווערער.
מויני שולמאַן איז געבוירן געוואָרן דעם 21.10.1911 אין בערעמעל, וואָלינער גובערניע, און איז געשטאָרבן דעם 16.03.1994 אין מאָסקווע.