תּורה־געדאַנק

אין אונדזער פּרשה דערשײַנט דעם אויבערשטנס צוזאָג, אַז דאָס לאַנד ארץ־ישׂראל וועט געהערן צו די קינדער פֿון אַבֿרהם אָבֿינו. דער אויבערשטער זאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לזרעך אתּן את הארץ הזאת" — צו דײַנע קינדער וועל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד.

מיר געפֿינען אין דעם ענין אַ מערקווירדיקע זאַך: אין דעם דערמאָנטן פּסוק שטייט: "אתּן את הארץ" — איך וועל געבן דאָס לאַנד — אין דער צוקונפֿט; אָבער נאָך דעם ווי אַבֿרהם איז דורכגעגאַנגען דאָס לאַנד אין דער לענג און אין דער ברייט ("לאָרכּה ולרחבה", ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט), האָט דער אויבערשטער איבערגעחזרט דעם צוזאָג; אָבער דאָס מאָל, מיט אַן אַנדער לשון: "לזרעך נתתּי את הארץ הזאת" — צו דײַנע קינדער האָב איך געגעבן דאָס לאַנד — אין דער פֿאַרגאַנגענהייט.

דאָס מיינט קלאָר צו לאָזן הערן, אַז פֿון דעם מאָמענט וואָס דער אויבערשטער האָט דאָס געזאָגט, האָט ארץ־ישׂראל (וואָס איז דעמאָלט געווען אַ גוייִשע ׳נחלה׳) שוין פֿאַקטיש געהערט צום ייִדישן פֿאָלק. אויך אין די צײַטן פֿון לאַנגן ייִדישן גלות פֿון זייער צעשפּרייטקייט אין פֿאַרשיידענע לענדער, איז אָט די ג־טלעכע הבֿטחה (אַז דער אויבערשטער האָט ארץ־ישׂראל אַוועקגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק) אין איר פֿולער און גאַנצער קראַפֿט. איז אמת טאַקע, אַז "מפּני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו" — אַז צוליב אונדזערע זינד זײַנען מיר פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון אונדזער לאַנד — איז אָבער ארץ־ישׂראל נאָך אַלץ אונדזער לאַנד; ווי מיר זאָגן אין די אויבנדיקע זעלבע ווערטער אין דאַוונען: ׳ארצנו׳, ׳אדמתנו׳ (אונדזער לאַנד, אונדזער באָדן).

לכאורה זײַנען די צוויי צונויפֿגעפּאָרטע ווערטער "ארץ־ישׂראל" סתּירהדיק, קאָנטראַדיקטיש: "ארץ" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ עכט־גשמיותדיקן מאַטעריאַליסטישן וועזן — ערד; דאַקעגן "ישׂראל" איז דער העכסטער נאָמען פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס דריקט אויס העכערקייט, דערהייבנקייט (דער דאָזיקער נאָמען איז געגעבן געוואָרן צו יעקבֿ אָבֿינו — און איז דערנאָך אַריבער צו אַלע זײַנע קינדער — ווײַל "שׂרית עם אלקים", ׳שׂרית׳ איז פֿון לשון ׳שׂר׳ — האַר), וואָס איז עקסטרעם ווײַט פֿון ׳ארץ׳, ערדישקייט. אויך די אַנדערע צוויי ווערטער מיט וועלכע ארץ־ישׂראל ווערט אָנגערופֿן — "ארץ־הקודש", זײַנען קעגנזעצלעך, ווי יעדער פֿאַרשטייט. און דאָס זאָגט אונדז גאָר אַ סך:

אין דעם איז דאָ אַ גרונטיקער אָנווײַז, וואָס אַ ייִד דאַרף אויפֿטאָן אין דער וועלט: צו דערהייבן דעם ארץ כּנען, דעם ארץ פֿון גראָבקייט און אומווירד, ביז צום ווערן ארץ־ישׂראל — אַ לאַנד פֿון ייִדישער גײַסטיקער הויכקייט; פֿאַרוואַנדלען די ערדישקייט פֿון ארץ אין קדושה, צו ווערן ׳ארץ הקודש׳.

און אָט דער תּפֿקיד איז פֿאַראַן אויך בײַ אַ ייִדן אין זײַן אייגענעם אינערלעכן לעבן: יעדער ייִד ווערט אויפֿגעפֿאָדערט צו באַהערשן זײַן שׁכל און זײַנע געפֿילן, ווי אויך זײַנע נאַטירלעכע באַשעפֿטיקונגען פֿאַר זײַן עקזיסטענץ, און זיי אַלע הייליקן דורך אײַנשפּאַנען זיי אין עבֿודת השם. ער דאַרף אויפֿטאָן, אַז אויך זײַן גשמיותדיק, ערדיש לעבן זאָל געהייליקט ווערן, ווערנדיק אַ מיטל צו דינען דעם אויבערשטן.

אויבערפֿלעכלעך גענומען, ווערט די שאלה: ווי קען מען דאָס באַווײַזן? ס׳איז דאָך אין זיי פֿאָרט פֿאַראַן אַן אינערלעכער קעגנזאַץ. נאָר די זאַך איז, אַז אויך דער ייִד אַליין אַנטהאַלט אין זיך אָט די קעגנזעצלעכקייט. דער אויבערשטער באַצייכנט די ייִדן ווי אַן "ארץ חפֿץ" ("כּי תּהיו אַתם ארץ חפֿץ" — מלאכי ג, יב); און דאָ זעען מיר ווידער צוויי עקסטרעמען: ׳ארץ׳ שטעלט מיט זיך פֿאָר, ווי געזאָגט, דעם נידעריקסטן וועזן אין דער וועלט, וואָס אַלע טרעטן אויף דעם; דערקעגן ׳חפֿץ׳ מיינט אַ פֿאַרגעניגנדיקער ווילן און באַגער, וואָס דער ווײַטער אונטערשייד צווישן זיי איז גוט פֿאַרשטאַנדיק. דער פֿיזישער קערפּער פֿון אַ ייִדן איז אין דער בחינה פֿון ׳ארץ׳, און די נשמה שטעלט מיט זיך פֿאָר די הויכע מדרגה פֿון "חפֿץ" — די ייִדן זײַנען דעם אויבערשטנס ווילן און באַגער. און ווײַל אַ ייִדיש וועזן שליסט אין זיך אײַן אי די העכסטע מדרגה פֿון קדושה און אי די נידעריקע ערדישקייט, דערפֿאַר האָט ער דעם כּוח אויפֿצוהייבן גראָבע גשמיותדיקע זאַכן און זיי באַהויכן און באַזעלן מיטן ליכט פֿון קדושה. און אַזוי ווי אין זײַן אייגן וועלטל איז ער מסוגל אויסצופֿירן, אַז דער קערפּער זאָל זײַן אונטערגעוואָרפֿן דער נשמה, אַזוי איז ער בכּוח צו פּועל זײַן אויף דער גשמיות פֿון דער וועלט, אַז זי זאָל ווערן באַהערשט פֿון קדושה.

דער בעל־שם־טובֿ האָט צוגעגעבן אַ באַזונדערן טיפֿן דערהער אינעם אויסדרוק "ארץ חפֿץ", מיט וועלכן די ייִדן ווערן באַצייכנט: אַזוי ווי מיר קענען גאָרנישט אָפּשאַצן וויפֿל פֿאַרשיידנאַרטיקע טײַערע עלעמענטן און נאַטור־אוצרות עס געפֿינען זיך אין די ערד־טיפֿענישן — אַזוי קען מען גאָרנישט משער זײַן וויפֿל און וואָסערע ליכטיקע גײַסטיקע אוצרות עס געפֿינען זיך אין אַ ייִדיש האַרץ. אויסערלעך, זעט עס אויס ווי ׳ארץ׳, ווי אַ פּשוט שטיק ערד, אָבער דווקא דערפֿאַר האָט דער אויבערשטער אין איר אײַנבאַהאַלטן די וווּנדערלעכסטע אוצרות.

* * *

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, אַז ווען אַבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעדריקט פֿאַר דעם אויבערשטן זײַן פֿאַרדרוס וואָס ער האָט נישט קיין קינדער, האָט אים דער אויבערשטער אַרויסגעצויגן אין דרויסן און געזאָגט: "הבט נא השמימה וספור הכּוכבים וגו׳ כּה יהי׳ זרעך" — גיב אַ קוק אויפֿן הימל און צייל די שטערן... אַזוי וועלן זײַן דײַנע קינדער.

זאָגט מען אין נאָמען פֿון בעל־שם־טובֿ דעם פּשט אַזוי: אַזוי ווי שטערן זעען אויס אין אונדזערע אויגן נישט מער ווי פּיצינקע פּינטעלעך, אין דער צײַט ווען זיי זײַנען פֿאַקטיש דאָרט אין הימל זייער גרויס, גאַנצע וועלטן (און אַ סך פֿון זיי זײַנען פֿילפֿאַכיק גרעסער ווי אונדזער ערדקוגל) — אַזוי וועלן געזען ווערן דײַנע קינדער, די ייִדן: דאָ, אין עולם־הזה, אין דער נידעריקער וועלט, וועלן זיי אויסזען קליין, נידעריק און דערשלאָגן, אָבער דאָרט, אין דער הימלדיקער וועלט, וועלן זיי באמת זײַן דערהייבן, מעכטיק און גרויס, און זיי וועלן מיט זיך פֿאָרשטעלן דעם יסוד פֿון גאַנצן באַשאַף.

* * *

אַנדערע מפֿרשים שטעלן זיך אויף די פּסוקים און פֿרעגן: וואָס מיינט דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו ער זאָל פּרוּוון ציילן די שטערן? — עס שטייט דאָך אין פּסוק פֿריִער, אַז דעמאָלט האָט די זון געהאַלטן ערשט בײַם פֿאַרגיין ("ויהי השמש לבֿוא") און דעמאָלט זעען זיך אינגאַנצן נישט קיין שטערן!

לערנען זיי דעם פּשט, אַז מיט קוקן אויף די שטערן האָט דער אויבערשטער נישט געמיינט, אַז די כּמות־צאָל פֿון די ייִדן וועט זײַן אַזוי ריזיק ווי די אומצייליקע שטערן — וואָרעם אין דער אמתן זײַנען דאָך די ייִדן פֿון די קליין־צאָליקסטע צווישן די אומות — "כּי אתּם המעט מכּל העמים", זאָגט די תּורה — נאָר דאָ ווערט געמיינט פּונקט פֿאַרקערט: דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז נישט געקוקט אויף דעם וואָס די ייִדן וועלן אין כּמות־צאָל זײַן זייער ווייניק לגבי אַ סך פֿון די אומות העולם, וועלן זיי אָבער אין איכות זײַן אַזוי חשובֿ און דערהייבן, אַז זיי וועלן זײַן די משפּיעים און וועגווײַזער פֿון דער גאַנצער מענטשהייט. אַלע לענדער וועלן לערנען בײַ די ייִדן די מאָראַלע ווערטן און די פּרינציפּן פֿון גערעכטיקייט. ווען נישט דאָס ליכט, וואָס די ייִדן וועלן פֿאַרשפּרייטן אין דער וועלט, וועט די וועלט זינקען אין פֿינצטערניש.

דערפֿאַר האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו אַבֿרהמען: גיב אַ קוק אויפֿן הימל, אין דער צײַט וואָס די זון שײַנט נאָך, און פּרוּוו זיי ציילן — קענסטו דאָס איצט טאָן? ניין! ווײַל דו קענסט זיי אַפֿילו נישט זען. וואָרעם הגם, אַז די שטערן געפֿינען זיך אין הימל אויך בײַטאָג, אָבער מ׳קאָן זיי נישט ציילן און אַפֿילו נישט זען — ווײַל די ליכטיקייט פֿון דער זון איז אַזוי שטאַרק, אַז זי פֿאַרבלאַסט אינגאַנצן אַלע שטערן, הגם זיי זײַנען אַזוי צאָלרײַך — און דאָס אין דער צײַט ווען די זון איז אַן איינציק וועזן.

דערפֿון וועסטו פֿאַרשטיין, אַז נישט די כּמות (קוואַנטיטעט), נאָר די איכות (קוואַליטעט) איז דער עיקר. איין זון מיט איר ליכט איז אַ סך שטאַרקער פֿון מיליאָנען שטערן. און אָט אַזוי — זאָגט דער אויבערשטער — וועלן זײַן דײַנע קינדער: זיי וועלן זײַן אַ קליינע מינדערהייט אין פֿאַרגלײַך מיט די אומות העולם; און פֿונדעסטוועגן וועט די ייִדישע זון־ליכט פֿאַרטונקלען און פֿאַרפֿינצטערן זייערע ברעקלעך ליכט...