תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: "ויצא יעקבֿ מבאר שבֿע וילך חרנה" — יעקבֿ אָבֿינו איז אַרויס פֿון באר־שבֿע און איז אַוועק קיין חרן. יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַרלאָזט די הייליקע היים, דאָס הויז פֿון אַ צדיק, און גייט צו אַ הויז פֿון אַ שווינדלער, פֿון אַ רשע. יעקבֿ האָט דעמאָלט געהאַט געלערנט פֿערצן יאָר אין דער ישיבֿה פֿון שם ועבֿר, האָט ער אויפֿגעהערט לערנען און זיך אַוועקגעלאָזט גיין קיין חרן און געקומען אין הויז פֿון לבֿן הארמי. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ פּאַסטעך און געפֿיטערט טאָג און נאַכט לבֿנס שאָף. ביז דאַן האָט יעקבֿ זיך פֿאַרנומען מיט אַ גײַסטיקער עבֿודה, געלעבט דורכויס אין אַ וועלט פֿון רוחניות, און איצט האָט ער אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט מאַטעריעלע ענינים, מיט פּאַשען שעפּסן און ציגן.

אָבער וואָס זעען מיר? — דווקא אין לבֿנס הויז האָט יעקבֿ זייער שטאַרק מצליח געווען, אויף אַן אויסערגעוויינלעכן אופֿן! ווי מיר געפֿינען אין פּסוק: "ויפֿרוץ האיש מאד מאד", אַז ער האָט זיך זייער און זייער מעכטיק אויסגעשפּרייט אין פֿאַרנעם פֿון זײַן אייגנטום. יעקבֿ איז דאָרט געוואָרן זייער רײַך מאַטעריעל, אין גשמיות ווי אויך אין רוחניותדיקן אויפֿטו. אין חרן האָט יעקבֿ אויפֿגעשטעלט די צוועלף שבֿטים, וואָס דאָס איז אַן אומגעהײַערע דערגרייכונג — דערמיט האָט ער געבויט דעם פֿונדאַמענט פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק.

אָבער דאָ פֿרעגט זיך די שאלה: ווי אַזוי האָט יעקבֿ דערגרייכט דעם הויכפּונקט פֿון דערפֿאָלג דווקא אין דער צײַט, וואָס ער איז געווען אין חרן? ווי קען מען פֿאַרשטיין, אַז דער ׳בית־יעקבֿ׳, דער יסוד פֿון ייִדישן פֿאָלק, האָט זיך אויפֿגעבויט דווקא אין ׳בית לבֿן הרשע׳, אינעם הויז פֿון לבֿן דעם רשע?

נאָר אייגנטלעך קען מען אַן ענלעכע שאלה פֿרעגן אין שײַכות צו דער ׳דירה׳ כּבֿיכול פֿון דעם אויבערשטן, וואָס געפֿינט זיך דווקא אין דער נידעריקסטער וועלט, אין עולם־הזה. עס זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור הויך־גײַסטיקע וועלטן, אײַנגעטיילט אין די פֿיר אַלגעמיינע וועלטן: אַצילות, בריאה, יצירה און עשׂי׳, און עס איז פֿאַראַן אַ גן־עדן — אָבער אויסגעקליבן האָט דער אויבערשטער צו האָבן זײַן ׳דירה׳ כּבֿיכול דווקא דאָ אין דער נידעריקסטער וועלט!

אָבער אין דער שאלה גופֿא ליגט דער ענטפֿער: יאָ, דער אויבערשטער האָט געוואָלט האָבן זײַן ׳וווינונג׳ כּבֿיכול דאָ, אין עולם־הזה, טאַקע נאָר דערפֿאַר ווײַל דאָס איז די נידעריקסטע, פֿינצטערע וועלט, וואָס איז אַ שטיק פֿאַרהוילעניש, וואָס פֿאַרשטעלט אויף איר באַשעפֿער אַזוי ווײַט, אַז מ׳קען גאָרנישט וויסן, אַז דער אויבערשטער האָט זי באַשאַפֿן. האָט דער אויבערשטער געוואָלט, אַז טראָץ דעם זאָל דאָ סוף־כּל־סוף אַנטפּלעקט ווערן דאָס ג־טלעכע ליכט; און וואָס נאָכמער, אַז די מאַטעריעלע, גשמיותדיקע וועזנס זאָלן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין הייליקע וועזנס, באַזעלט מיט ג־טלעכער ליכט.

און דאָס דאַרפֿן ייִדן באַווײַזן מיט זייער דינען דעם אויבערשטן, מיט זייער עבֿודה פֿון תּורה ומצוות. זעען מיר דאָך, אַז אַלע פּראַקטישע מצוות, וואָס ייִדן זײַנען מקיים, באַשטייען אָדער זײַנען געבונדן מיט גשמיותדיקע זאַכן: תּפֿילין ווערן געמאַכט פֿון פֿעל פֿון אַ בהמה; ציצית — פֿון וואָל; אַ סוכּה — פֿון האָלץ און צווײַגן; אַ מזוזה — פֿון פּאַרמעט (ווידער פֿון אַ בהמה); צדקה — מיט גשמיותדיקע מטבעות אאַ״וו. אַלע מצוות ווערן דורכגעפֿירט מיט דער הילף פֿון פֿיזישע מאַטעריאַלן. מיט זיי און דורך זיי ווערט אויסגעפֿירט דער ג־טלעכער ווילן און כּוונה צו מאַכן פֿון די אַלע גשמיותדיקע וועזנס אַ ׳כּלי׳ און אַ ׳דירה׳ צום ג־טלעכן ליכט. פֿאַקטיש באַשטייט די עבֿודה פֿון אַ ייִדן במשך זײַן גאַנצן לעבן — צו באַנוצן זיך מיט אַלע גשמיותדיקע זאַכן אין דער וועלט און זיי פֿאַרוואַנדלען אין אַ שטענדיקער ׳דירה׳ — אַ ׳בית׳ כּבֿיכול פֿאַר השם יתברך.

איז אמת טאַקע, אַז איצט איז נאָך ׳פֿינצטער׳ און מ׳זעט נישט דאָס ג־טלעכע ליכט אין די גשמיותדיקע מצוות־וועזנס. דאָס וועט מען ערשט קענען זען נאָך דער גאולה שלימה, ווען ס׳וועט פֿולקאָם דערפֿילט ווערן דעם אויבערשטנס רצון און ס׳וועט אויסגעפֿירט ווערן אין דער פֿולער מאָס די כּוונה פֿון וועלט־באַשאַף — די גאַנצע וועלט וועט דעמאָלט ווערן אַ ׳דירה׳ פֿאַר דעם אויבערשטן, ווי ס׳ווערט פֿאָרויסגעזאָגט אין תּנ״ך: "כּי מלאָה הארץ דעה את ה׳ כּמים לים מכסים" — די וועלט וועט דעמאָלט (נאָך דער גאולה) פֿול ווערן מיט וויסן דעם אויבערשטן, אָט ווי די וואַסערן וואָס פֿאַרדעקן דעם ים.

אַזוי אַרום וועט זײַן פֿאַרשטענדלעך, פֿאַר וואָס יעקבֿ אָבֿינו האָט געבויט זײַן הויז און אויפֿגעשטעלט זײַן דערהייבענע משפּחה — דעם פֿונדאַמענט פֿון עם־ישׂראל — דווקא בײַם פֿאַרנעמען זיך מיט סאַמע פּשוטע מאַטעריעלע וועזנס, זײַענדיק דווקא אין אַזאַ נידעריק לאַנד ווי חרן ("חרון אַפּו של ה׳" — אַן אָרט וואָס דערוועקט דעם אויבערשטנס צאָרן).

דערמיט האָט יעקבֿ אָבֿינו פֿאַקטיש אָנגעהויבן אויספֿירן דעם אויבערשטנס רצון און זײַן כּוונה אין דעם גאַנצן וועלט־באַשאַף — ער ב״ה זאָל האָבן אַ "דירה בתּחתּונים" — אַ ׳דירה׳ אין די נידעריקייטן פֿון דער וועלט. דווקא דורכן באַשעפֿטיקן זיך מיט גשמיותדיקע ענינים, און דווקא אין לבֿנס הויז, בויט יעקבֿ און שטעלט אויף דאָס הייליקע ייִדישע פֿאָלק; אַ פֿאָלק, וואָס וועט אין דער צוקונפֿט דאַרפֿן פֿאַרוואַנדלען דאָס גאַנצע וועלטלעכע גשמיות אין אַ ג־טלעכער ׳דירה׳ און דערמיט אויספֿירן די כּוונה און דעם תּכלית פֿון בריאַת־העולם.

* * *

די ערשטע ווערטער פֿון דער פּרשה זײַנען: "ויצא יעקבֿ מבאר שבֿע וילך חרנה" — יעקבֿ אָבֿינו איז אַרויסגעגאַנגען פֿון באר־שבֿע און איז אַוועק קיין חרן. פֿרעגט אויף דעם רש״י אין זײַן פּירוש: "לא הי׳ צריך לכתּובֿ אלא ׳וילך יעקבֿ חרנה׳, ולמה הזכּיר יציאָתו?" — דער פּסוק האָט געדאַרפֿט בלויז זאָגן, אַז יעקבֿ איז אַוועק קיין חרן, וואָס דאָס איז דאָ נייטיק צו וויסן — פֿאַר וואָס זאָגט ער אַז ער איז אַרויס פֿון באר־שבֿע? דאָס ווייסט מען דאָך אַליין: אַז ער גייט קיין חרן, איז דאָך פֿאַרשטאַנדיק אַז ער איז אַרויס פֿון זײַן וווינאָרט באר־שבֿע.

זאָגט דער "בית הלוי" אַזאַ פּשט: ווען אַ מענטש גייט פֿון איין אָרט צו אַ צווייטן, קען עס זײַן אויף צוויי אופֿנים: אַ מאָל איז עס אַ פֿאַל ווען ער וויל בעיקר, צוליב אַ געוויסער סיבה, אַוועקגיין פֿון דעם ערשטן אָרט; און אַ מאָל טרעפֿט, אַז ער צילט בעיקר צו קומען אין דעם צווייטן אָרט. דאָ, בײַ יעקבֿס גיין פֿון באר־שבֿע קיין חרן, זײַנען געקומען צום אויסדרוק ביידע פֿאַלן צוזאַמען: זײַן מוטער רבֿקה האָט אים אָנגעזאָגט, אַז ער זאָל אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים קיין חרן, צוליב דעם וואָס עשׂו האָט געפּלאַנט צו הרגענען זײַן ברודער יעקבֿ; און בכדי צו ראַטעווען יעקבֿס לעבן האָט רבֿקה הויפּטזעכלעך געוואָלט ער זאָל אַוועקגיין פֿון באר־שבֿע.

אויך יצחק האָט אָנגעזאָגט יעקבֿן ער זאָל אַוועקגיין קיין חרן, אָבער זײַן כּוונה איז דערבײַ געווען, אַז יעקבֿ זאָל דאָרט, אין חרן, געפֿינען זײַן זיווג אין רבֿקהס משפּחה, פֿון לבֿנס טעכטער. הייסט עס דאָך, אַז יצחק איז געווען אויסן, אַז יעקבֿ זאָל קומען אין חרן.

אַזוי אַרום קומט אויס, אַז ווען יעקבֿ האָט געוואָלט מקיים זײַן די מצוה פֿון כּיבוד אָבֿ ואם — האָט ער פֿאַר זיך געהאַט די מצוה אויסצופֿאָלגן אי וואָס דער טאַטע האַט אָנגעזאָגט און אי דער מאַמעס אָנזאָג; אי אַרויסצוגיין פֿון באר־שבֿע און אי צו קומען אין חרן. דערפֿאַר באַטאָנט דער פּסוק סײַ זײַן אַרויסגיין פֿון באר־שבֿע און סײַ זײַן גיין קיין חרן.

* * *

ווען ר׳ משה מאָנטעפֿיאָרע איז געווען אין ווילנע, האָט צווישן די דעלעגאַציעס, וועלכע זײַנען אים געקומען באַגריסן, זיך אויך געפֿונען אַ געוויסער משומד, וועמען ר׳ משה האָט זיך אָפּגעזאָגט אויפצונעמען. צווישן די דעלעגאַציעס זײַנען אויך געווען אַזעלכע, וואָס האָבן זיך געוווּנדערט, וואָס אַזאַ אינטעליגענטער מאַן ווי מאָנטעפֿיאָרע זאָל זײַן אַזוי אומטאָלעראַנט צו אַ מענטשן, וואָס מ׳האָט אים באַשפּריצט מיט אַ ביסל גלחיש וואַסער.

דערויף האָט מאָנטעפֿיאָרע אַזוי דערקלערט: דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט אונדזער זיידן יעקבֿ: "והי׳ זרעך כּעפֿר הארץ", אַז זײַנע קינדער וועלן זײַן געגליכן צו ערד. ערד אַליין איז אַ גאַנץ גוטע זאַך; וואַסער אַליין איז אויך גאַנץ גוט; אָבער ווען מ׳נעמט ערד און מ׳גיסט אַרויף אויף דעם וואַסער, ווערט דערפֿון בלאָטע, און בלאָטע האָב איך פֿײַנט...