אין דער פּרשה דערציילט די תּורה, אַז דער מלאך (עשׂוס "שׂר" אין הימל) האָט געזאָגט צו יעקבֿ אָבֿינו: "לא יעקבֿ יאמר עוד שמך, כּי אם ישׂראל" — ס׳וועט נישט געזאָגט ווערן, אַז יעקבֿ איז דײַן נאָמען, נאָר ישׂראל. געזאָגט האָט דאָס דער מלאך ווען יעקבֿ האָט זיך געראַנגלט מיט אים און האָט אים נישט אָפּגעלאָזט ביז דער מלאך וועט אים בענטשן. דעם מלאכס ברכה איז טאַקע געווען די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם מלאך, אַז יעקבֿס נאָמען וועט זײַן ישׂראל — "כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל" — ווײַל דו האָסט באַהערשט שטרײַטנדיק מיט אַ מלאך און מיט מענטשן (לבֿן און עשׂו) און דו האָסט זיי בײַגעקומען (אינעם נאָמען ׳ישׂראל׳ זײַנען דאָ די אותיות פֿון ׳שׂרית׳, ׳שׂר׳).
מיט אָט די צוויי נעמען ׳יעקבֿ׳ און ׳ישׂראל׳, ווערט באַצייכנט דער גאַנצער כּלל־ישׂראל, דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק. טייל מאָל ווערט דאָס ייִדישע פֿאָלק אָנגערופֿן מיטן נאָמען ׳יעקבֿ׳ — ווי מיר געפֿינען אין גאָר אַ סך פּסוקים פֿון תּנ״ך — און אָפֿט רופֿט מען זיי אָן ׳ישׂראל׳ (עם ישׂראל אד״ג).
וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די צוויי נעמען? אין דער תּורה קען מען נישט זאָגן, אַז דאָס איז סתּם אַ טאָפּלקייט. ווערט אין תּורת החסידות דערקלערט, אַז מיט די צוויי נעמען ווערן באַצייכנט צוויי אַלגעמיינע מדריגות פֿון ייִדישן פֿאָלק. ס׳איז פֿאַראַן בײַם ייִדישן פֿאָלק אַזאַ גײַסטיקער מצבֿ, וואָס צוליב אים ווערט ער אָנגערופֿן "עבֿד השם", און ס׳איז דאָ אַ מצבֿ, אין וועלכן דאָס פֿאָלק ווערט באַצייכנט ווי "בן". ווען דער עם־ישׂראל איז בלויז אין דער מדריגה פֿון "עבֿד", דעמאָלט ווערט ער אָנגערופֿן "יעקבֿ", ווי מיר געפֿינען אין פּסוק (ישעי׳ מד, א): "ועתּה שמע יעקבֿ עבֿדי" (מיטן נאָמען יעקבֿ ווענדט זיך דער נבֿיא צו כּלל־ישׂראל זײַענדיק ג־טס אַן ׳עבֿד׳); און ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק דערהייבט זיך צו דער מדריגה פֿון "בן", ווערט ער באַצייכנט מיטן נאָמען ׳ישׂראל׳, ווי דער פּסוק זאָגט (שמות ד, כב): "בני בכורי ישׂראל".
ס׳איז נישט נייטיק קיין אַריכות צו דערקלערן דעם אונטערשייד צווישן ׳בן׳ (אַ זון) און ׳עבֿד׳ (אַ קנעכט). ס׳איז קלאָר פֿאַר יעדן איינעם: ווען אַ זון דערפֿילט דעם טאַטנס ווילן און פֿירט דורך עפּעס פֿאַר זײַן וווילזײַן, טוט ער דאָס מיט ליבשאַפֿט, מיט פֿרייד און פֿאַרגעניגן. אָבער אַן ׳עבֿד׳, אַ קנעכט, איז נישט אַלע מאָל וויליק צו טאָן וואָס זײַן האַר באַפֿעלט אים; אַ סך מאָל פֿירט ער אויס דעם האַרס באַפֿעל בלית־ברירה, געצוווּנגענערהייט.
אָט די צוויי מדריגות אינעם גײַסטיקן צושטאַנד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אַלגעמיין, זײַנען פֿאַראַן אין עבֿודת השם פֿון אינדיווידועלע ייִדן. אַ ייִד קאָן לערנען תּורה, דאַוונען און מקיים זײַן מצוות מיט שׂמחה און פֿאַרגעניגן, אַזוי ווי אַ זון וואָס טוט פֿאַר זײַן טאַטן; און ער קען אויך טאָן, ווי אַ קנעכט טוט טייל מאָל פֿאַר זײַן האַר, אָן די געפֿילן פֿון פֿרייד און גוטמוטיקייט, נאָר ווײַל ער האָט נישט קיין ברירה, ער מוז אויספֿירן דעם באַפֿעל פֿון זײַן באַלעבאָס.
און אין דעם באַשטייט די מעלה פֿון ׳ישׂראל׳ לגבי ׳יעקבֿ׳: אַז אַ ייִד שטייט אין דער מדריגה פֿון ׳ישׂראל׳, לויפֿט ער מיט שׂמחה צו דינען דעם אויבערשטן און ער פֿירט נישט קיין אינערלעכע מלחמות מיט זײַן יצר־הרע אין דעם ענין. דערקעגן ווען ער געפֿינט זיך אין דער דרגא פֿון ׳יעקבֿ׳, הייסט עס דעמאָלט, אַז זײַן יצר־הרע איז גאָר נישט אַזוי באַגײַסטערט צו דינען דעם אויבערשטן, און דער ייִד דאַרף דערוועקן זײַן יצר־טובֿ, זײַן צווייטן ג־טלעכן נפֿש צו קעמפֿן מיטן יצר־הרע און זיך אָנשטרענגען צו באַהערשן אים; אַזאַ ייִד דינט אָפֿט דעם אויבערשטן בלויז מיט ׳קבלת־עול׳ (אָננעמען אויף זיך ווי מ׳נעמט אויף זיך אַ יאָך).
דאָס וואָס ס׳איז נוגע צו וויסן איז אָט וואָס: אַוודאי איז די מדריגה פֿון ׳ישׂראל׳ די שלימותדיקע, פֿולקאָמע עבֿודה, צו וועלכער מיר דאַרפֿן שטרעבן און זוכן צו דערגרייכן; ס׳איז אָבער אוממעגלעך צוצוקומען צו דעם נישט דורכגייענדיק פֿריִער די עבֿודה אין דער בחינה פֿון ׳יעקבֿ׳. אין אַנדערע און מער דערמוטיקנדיקע ווערטער: ווען אַ ייִד קלאָגט זיך, אַז ס׳איז אים זייער שווער כּסדר צו דינען דעם אויבערשטן, און נישט שטענדיק האָט ער חשק צו מקיים זײַן די תּורה און אירע מצוות — זאָל ער בײַ זיך נישט אַראָפּפֿאַלן און ווערן פֿאַרצווייפֿלט; ער דאַרף וויסן, אַז דאָס איז דער נאָרמאַלער גײַסטיקער מצבֿ בײַם אָנהייב פֿון דעם דרך צו שטײַגן העכער און העכער. נישט מיט אַ מאָל קען אַ מענטש באַזײַטיקן פֿון זיך דעם יצר־הרע און דערגרייכן, אַז דעם אויבערשטנס רצון זאָל ווערן זײַן רצון.
אין אָנהייב (און אָט דער אָנהייב קען זיך פֿאַרציִען אויף יאָרן) איז דער יצר־הרע זייער קעגנעריש; ער קעמפֿט, פּרוּווט שטערן מיט אַלע מיטלען — אָבער ווען מ׳שטעלט זיך קעגן אים מיט דער געהעריקער עקשנות, מיט אויסגעהאַלטנקייט — און דער עיקר נישט פֿאַרלירן זיך און נישט ווערן פֿאַרצווייפֿלט — איז מען מצליח צו באַזיגן דעם יצר־הרע און צוקומען צו אַ מצבֿ, אַז דאָס לעבן פֿון תּורה און מצוות ווערט געשמאַק, פֿאַרגעניגנדיק און אַ זאַך, וואָס מ׳לויפֿט טאָן מיט גרויס שׂמחה.
און דערמיט ווערט גוט פֿאַרשטאַנדיק נאָך עפּעס. מיר געפֿינען, אַז אויך נאָך דעם ווי יעקבֿ איז געבענטשט געוואָרן צו באַקומען דעם נאָמען ׳ישׂראל׳, איז ער אָבער אויך געבליבן מיטן נאָמען ׳יעקבֿ׳ (נישט ווי בײַ אַבֿרהם אָבֿינו, וואָס נאָך דעם ווי מ׳האָט געביטן זײַן נאָמען פֿון אַבֿרם אויף אַבֿרהם, איז דער נאָמען אַבֿרם אינגאַנצן באַזײַטיקט געוואָרן), ווײַל כאָטש די מדריגה פֿון ׳ישׂראל׳ איז טאַקע אַ סך העכער, איז אָבער נאָך אַלץ נייטיק די דרגא פֿון ׳יעקבֿ׳ בכדי צו דערגרייכן דורך איר צו דער הויכקייט פֿון ׳ישׂראל׳.
* * *
אויף דעם פּסוק (לב, כה): "...ויאבֿק איש עמו...", אַז מיט יעקבֿן האָט זיך געראַנגלט אַ מלאך (עשׂוס ׳שׂר׳ אין הימל), וואָס ווערט אין פּסוק אָנגערופֿן "איש", ווײַל ער האָט געהאַט די געשטאַלט פֿון אַ מענטש — איז דאָ אין גמרא (חולין צא, א) אַ מחלוקת: רבי שמואל בן נחמני זאָגט, אַז דער מלאך האָט בײַ אים אויסגעזען ווי אַ גוי; און רבי שמואל בר אחא האָט געזאָגט, אַז ער האָט בײַ אים אויסגעזען ווי אַ ׳תּלמיד־חכם׳.
וואָס מיינט עס? זאָגט דער צדיק און גאון דער "אבֿני נזר" זצ״ל, אַז עס זײַנען פֿאַראַן צוויי אופֿנים, ווי דער יצר־הרע (וואָס עשׂוס מלאך שטעלט מיט זיך פֿאָר) זוכט אײַנצורעדן אַ מענטשן ער זאָל זינדיקן: אַ מאָל טוט ער דאָס ווי אַ גוי — ער ׳זאָגט׳ אים פּראָסט און פּשוט ער זאָל זײַן ווי אַ גוי און טאָן די עבֿירה, וויסנדיק אַז דער אויבערשטער האָט עס בפֿירוש פֿאַרבאָטן אין דער תּורה; און אַ מאָל שטעלט זיך פֿאָר דער יצר־הרע ווי אַ תּלמיד־חכם, פּרוּוונדיק אויפֿווײַזן דעם מענטשן, אַז די עבֿירה, וואָס ער רעדט אים אײַן צו טאָן, איז גאָר בעצם אַ ׳מצוה׳...
* * *
דער באַרימטער גאון און צדיק, דער "חתם־סופֿר" זצ״ל, וואָס האָט בשעתּו שטאַרק געקעמפֿט קעגן דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, פֿלעגט זאָגן בדרך הצחות וועגן דער אויבן דערמאָנטער מחלוקת פֿון די צוויי חכמים, אַז אייגנטלעך זײַנען זיי גאָר נישט מחולק צווישן זיך און ביידע מיינונגען זײַנען אויסגעהאַלטן צוזאַמען — אַז עשׂוס מלאך ("שׂרו של עשׂו") האָט זיך באַוויזן צו יעקבֿן סײַ ווי אַ ׳גוי׳ און סײַ ווי אַ ׳תּלמיד־חכם׳... דהײַנו: ער האָט זיך, נעמלעך, באַוויזן צו אים אין געשטאַלט פֿון אַ רעפֿאָרם־ראַבינער, וואָס פֿירן פֿירט ער זיך ווי אַ גוי און שפּילן שפּילט ער די ראָלע פֿון "רבֿ אַ תּלמיד־חכם"...