‫פֿון רעדאַקציע

מאָנטיק האָט דער ישׂראלדיקער פּרע­מיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, באַ­שטעטיקט דעם בודזשעט פֿון מלוכישער שטיצע פֿאַר די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינען הײַנט אין ישׂראל.

60 יאָר האָט געדויערט אָנצונעמען אַזאַ געזעץ. און ווי ס‘האָט באַטאָנט דער פּרעמיער "מוזן מיר פֿאַרריכטן דעם אומיושר. די ניצול געבליבענע ישׂראלים פֿאַרדינען צו האָבן אַ בכּבֿודיקע עלטער, נישט לײַדן, ווי ביז אַהער".

ייִדיש־וועלט
ד

די רובריק "אַ גאַסט אויף אַ ווײַלע" איז גוט באַקאַנט די צוהערער פֿון אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם די "פֿאָרווערטס־שעה". צום באַדויערן, קאָנען נישט אַלע לייענער די פּראָגראַם הערן, קודם־כּל, צוליב די באַגרע­נעצטע טעכנישע מעגלעכקייטן. דעריבער, לויט אײַערע בקשות, ברענגען מיר די דאָזיקע רובריק אַרײַן אויך אין אונדזער צײַטונג.


אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז געקומען פֿון בוענאָס־אײַרעס, די שטאָט פֿון קאַרנאַ­וואַלן און ברענענדיקע טאַנגאָס. זײַן נאָמען איז אַבֿרהם ליכטענבוים. אַ גוטן אָוונט, אַבֿרהם.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, געשיכטע, װיסנשאַפֿט
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון אָנהייב דאַרף איך מודה-ומתוודה זײַן, אַז קיין עקספּערט אין דער ייִדישער ליטע­ראַטור בין איך אַוודאי ניט, און וועגן דער אַלטער ליטעראַטור (קל-וחומר די גאָר אַלטע טעקסטן, וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דעם באַנד) בין איך אַ גאָלער עם-הארץ. וועל איך שרײַבן וועגן דעם אימפּאָזאַנטן בוך ניט ווי אַ קריטיקער אָדער אַ פּוסק, מיט שטרענגע קריטעריעס און צוגעשליפֿענעם חלף, נאָר ווי אַ בחור, וואָס האָט זיך פֿאַר­ליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען מיט איר גאַנצער פּראַכט: די ייִדישער ליטעראַטור.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם ערשטן אויגוסט 1982, מיט 25 יאָר צוריק, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי, אין פֿאַרלויף פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, אײַנגענומען דעם פֿליפֿעלד פֿון ביירוט. איך בין דאַן געווען אַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און געדענק זייער גוט די דאַטע; און איך באַטראַכט זי ווי איינע פֿון די דעצידירנדיקסטע דאַטע אין דעם וואָס עס פּאַסירט ביזן הײַנטיקן טאָג צווישן אונדז און די פּאַלעסטינער. קען זײַן, אַז וואָס איך שרײַב איצט איז אַ חכמה אחר־המעשׂה, אָבער איך האָב גוטע סיבות אַזוי צו טראַכטן.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ניט געקוקט אויף די פּאָליטישע מחלוקת אין קיִעוו, זײַנען די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר געווען גוט פֿאַר אוקראַיִנע. מען זעט אַ סך נײַע הײַזער אונטער די כאַראַקטעריסטישע מאָדערנע רויטע און בלויע דעכער. די מענטשן זעען אויס גוט, און די פּרײַזן זײַנען נידעריק אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד און אייראָפּע. די נאָסטאַלגיע נאָך דעם סאָוועטישן עבֿר גייט פּאַמעלעך אַוועק, און עס וואַקסט אונטער אַ נײַער דור, וואָס רעדט אוקראַיִניש און נישט רוסיש.

תּורה־געדאַנק
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו איבערגערעכנט אַלע טובֿות, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגע­זאָגט צו געבן דעם ייִדישן פֿאָלק פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות. משה-רבינו האָט אָבער געוואָרנט, אַז ווען די ייִדן וועלן אָנקומען קיין ארץ-ישׂראל און וועלן "זאַט ווערן" מיט די אַלע טובֿות, טאָרן זיי נישט פֿאַרגעסן דעם אייבערשטן, און נישט זאָגן, אַז "כּוחי ועוצם ידי עשׂה לי את החיל הזה" — "מײַן כּוח און שטאַרקייט האָט מיר געבראַכט אָט-דעם רײַכטום". אַ ייִד דאַרף תּמיד געדענקען, אַז זײַן אייגענער כּוח, אָן דער ג-טלעכער הילף, איז גאָרנישט ווערט.

פּובליציסטיק, װיסנשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'ווערט אַלץ שווערער און שווערער פֿאַר קליינע לשונות זיך צו ספּראַווען מיט דער קאָנקורענץ פֿון די גרויסע אין אונדזער תּקופֿה פֿון גאַלאָפּירנדיקער גלאָבאַליזאַציע. דאָ רעדט זיך ניט נאָר וועגן די ענג־פֿאַרבונדענע וועלטן פֿון מיסחר, פּראָדוקציע, פֿאַרקויף ("דיסטריבוציע") און פּראָדוקטן־פֿאָרשונג, ווען מיר באַטראַכטן בלויז "האַר­טע" סחורות, נאָר אַפֿילו די וועלטן פֿון "ווייכע" סחורות, ווי אַ שטייגער צײַטונגען און ביכער, לידער, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אוניווערסיטעט־לימודים, בפֿרט אויף דעם גראַדויִר־ניוואָ, וווּּ עס הייבן זיך אָן די קורסן וואָס האָבן אַ קאַריע­רע־שײַכות.

קונסט
אײַזיק אַבראַמס:

מיט פֿערציק יאָר צוריק זענען זיך צונויפֿ­געקומען הונדערטער טויזנטער יונגע־לײַט אינעם גרעסטן פּאַרק פֿון סאַן־פֿראַנ­ציסקאָ צו פֿאַרברענגען מיט מוזיק, טענץ און אַנ­דערע פֿאָרשטעלונגען. אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער שׂימחה — "אַ ליבע־פֿאַר­ברענ­געניש" און די אונטערנעמונג איז געוואָרן אַ סימבאָלישער הויכפּונקט פֿון דער קול­טור, וועלכע האָט זיך צעבליט אין דער שטור­מישער תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט פּשוט אָן מיט דער פֿראַזע — "די 1960ער יאָרן".

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק-אײַזיק הורוויטש, 1912

דעם נאָמען יצחק-אײַזיק הורוויטש (Isaac Hourwich, 1924—1860) האָט, בלי-ספֿק, באַגעגנט יעדער איינער, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט אַזעלכע טעמעס ווי דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון ייִדן סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער-באַ­וועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אמת, די דאָזיקע צוויי טעמעס באַגרענעצן ניט הור­וויטשס לעבן. דער מענטש האָט איבער­געלאָזט שפּורן אין כּלערליי גע­ביטן.

ייִדיש־וועלט, רעליגיע

"בײַם לעצטן עטאַפּ פֿונעם סעאַנס, האָט זיך מיר אַנטפּלעקט אַ וויזיע פֿון אַ גרויסער, העל-באַלויכטענער סצענע, וואָס האָט זיך געפֿונען, דאַכט זיך, מחוץ דער צײַט און רוים. דאָרטן איז געהאַנגען אַ וווּנדער-שיינער פֿאָרהאַנג, וואָס אין זײַן געוועב האָט זיך אַזוי ווי אַנטהאַלטן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער וועלט. כ׳האָב אינטויִטיוו פֿאַר­שטאַנען, אַז איך געפֿין זיך אינעם טעאַטער פֿון דער קאָסמישער דראַמע, וווּ די הויפּט-ראָלעס האָבן געשפּילט די כּוחות, וואָס פֿורעמען אויס די מענטשלעכע היסטאָריע.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿופֿציקער יאָרן זײַנען מיר געווען פֿינף חבֿרטעס, דרײַ אין דער בראָנקס און צוויי אין ברוקלין. מיר האָבן זיך געהאַלטן אין איינעם, נישט ווײַל מיר האָבן געפּאַסט איינע צו די אַנדערע, נאָר ווײַל מיר זײַנען געווען מלחמה־קינדער, האָבן גערעדט דאָס זעלבע לשון, פֿאַרשטאַנען זיך אויפֿן וווּנק און זיך געפֿילט פֿאַרלוירן אין דער פֿרעמדער אַמעריקע. די וועלט אַרום איז נישט געווען צו פֿרײַנדלעך, האָבן מיר זיך געכאָוועט אויף פֿילמען און טעלעוויזיע. עס האָט דעמאָלט דאָמינירט אַ חבֿרה יונגוואַרג אויפֿן האַליוווּדער עקראַן, צווישן זיי מיקי רוני און דזשודי גאַרלאַנד, עליזאַבעט טיילאָר און דזשיין פּאַועל.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

איך האָב זייער ליב וואָס מע רופֿט אין אַמעריקע אַ רומענישן (און אַ מאָל — רוסישן) פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, אָבער כאָטש איך האָב יאָרן לאַנג אויס­געפּרוּווט פֿאַרשידענע רעצעפּטן, האָט עס קיין מאָל נישט געהאַט דעם טעם פֿון דעם אויסערגעוויינטלעכן פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, וואָס איך האָב פֿאַרזוכט בײַ מײַנע רוסישע פֿרײַנד, אָדער אין די רעסטאָראַנען און אויף שׂימחות. כ׳האָב אָנגעהויבן צו פֿילן ווי דער קעניג אַרטור, וואָס זוכט אָן אויפֿהער דעם הייליקן גראַל.