פּאָליטיק

דעם ערשטן אויגוסט 1982, מיט 25 יאָר צוריק, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי, אין פֿאַרלויף פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, אײַנגענומען דעם פֿליפֿעלד פֿון ביירוט. איך בין דאַן געווען אַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און געדענק זייער גוט די דאַטע; און איך באַטראַכט זי ווי איינע פֿון די דעצידירנדיקסטע דאַטע אין דעם וואָס עס פּאַסירט ביזן הײַנטיקן טאָג צווישן אונדז און די פּאַלעסטינער. קען זײַן, אַז וואָס איך שרײַב איצט איז אַ חכמה אחר־המעשׂה, אָבער איך האָב גוטע סיבות אַזוי צו טראַכטן.

אויב נישט דאָס אײַננעמען דאָס ביירוטער פֿליפֿעלד — וואָס אַראַפֿאַט האָט געוואָלט אויסמײַדן וואָלט ער אפֿשר גע­בליבן אין לבֿנון ווי אַלע אַנדערע פּאַלעסטינער פּליטים דאָרט. דאָס אײַננעמען דאָס ביירוטער פֿליפֿעלד האָט געבראַכט צו זײַן אַנטלויפֿן קיין גריכנלאַנד און פֿון דאָרטן — קיין טוניס, פֿון וואַנען ישׂראל האָט אים געבראַכט מיט אירע אייגענע הענט — ווען ער איז געווען אין דער שוואַכסטער און נידעריקסטער פּאָזיציע — קיין "מוקאַטאַ" אין ראַמאַלאַ און די נאָכווייען פֿון דער אַקציע לײַדן מיר ביזן הײַנטיקן טאָג.

איך געדענק גוט אַראַפֿאַטס בקשה צו בעגינען — דורכן רומענישן פּרעזידענט ניקאָלײַ טשאַושעסקו — אַז ישׂראלס אַרמיי זאָל זיך צוריקציִען 7־8 קילאָמעטער פֿון ביירוט און זייער פּלאַץ זאָלן פֿאַרנעמען די אינטערנאַציאָנאַלע מיליטערישע איינ­הייטן, דאַן וועלן די פּאַלעסטינער זיך צוריקציִען צו זייערע פּאָזיציעס אין מערבֿ־ביירוט. בעגין איז געווען אין פֿאַרבינדונג מיט באַשיר דזשומאַיל, וועלכער איז אַ פּאָר וואָכן שפּעטער אויסגעקליבן געוואָרן פּרעזידענט פֿון לבֿנון; און ער האָט גע­ענטפֿערט אַראַפֿאַטן, אַז אַלע "פּל״אָ"־מיט­גלידער מוזן פֿאַרלאָזן ביירוט און לבֿנון, דורך דער יבשה אָדער דורכן ים. דעם 30סטן אויגוסט 1982, איז די לבֿנונישע אַרמיי ווידער אַרײַן, נאָך זיבן יאָר, אין מערבֿ־ביירוט און אַראַפֿאַט איז אַנטלאָפֿן קיין גריכנלאַנד.

בעגינס נעגאַטיווער ענטפֿער צו אַראַ­פֿאַטן איז נישט געווען קיין צופֿע­לי­קער. דער געדאַנק זיך צו פֿאַרבינדן מיט די קריסטן אין לבֿנון האָט שטענדיק עקזיס­טירט בײַ די פֿירער פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל און מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה — בײַ אירע פֿירער. שוין אין דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה פֿון 1948, האָט ישׂראל אָנגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט מאַראָנישע פֿירער, ווען די אַרמיי האָט אָקופּירט די דערפֿער אין דרום־לבֿנון. די פֿירער פֿון ישׂראל האָבן געטענהט, אַז לבֿנון וועט זײַן די צווייטע אַראַבישע מדינה וואָס וועט אונטערשרײַבן אַ שלום מיט ישׂראל.

די אָפֿיציעלע סיבה פֿאַר דער ערשטער לבֿנון־מלחמה איז געווען דער אַטענטאַט אין לאָנדאָן פֿון דער פּאַלעסטינער טע­ראָריסטישער גרופּע פֿון אַבו נידאַל קעגן דעם ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין ענגלאַנד, שלמה אַרגוב, דעם 3טן יוני 1982. כאָטש די טעראָריסטישע גרופּע פֿון אַבו נידאַל איז געווען קעגן דער הערשאַפֿט פֿון "פֿאַטאַך" (אַראַפֿאַטס גרופּע) אין "פּל״אָ" און געשטיצט האָט זי איראַק, האָט דער ישׂראלדיקער קאַמאַנדיר פֿון דער אַרמיי, גענעראַל רפֿאל איתן, זיך אויסגעדריקט אַזוי: "אַבו נידאַל, אַבו שמידאַל, מען דאַרף ליקווידירן ׳פּל״אָ׳".

דער אמתער ציל פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַע אָרדענונג אין לבֿנון וואָס וועט זײַן באַזירט אויף אַ בונד מיט די קריסטן. דעם 1טן סעפּטעמבער 1982 האָט זיך בעגין געטראָפֿן אין נהריה מיט פּרעזידענט באַשיר דזשומאַיל און באַהאַנדלט די צוקונפֿטיקע באַציִונגען צווישן לבֿנון און ישׂראל. און טאַקע, דעם 17טן מײַ 1983, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אַ ישׂראל־לבֿנונער הסכּם. אָבער דעם 14טן סעפּטעמבער איז באַשיר דזשומאַיל דערמאָרדערט געוואָרן און די ישׂראלדיקע אַרמיי איז אַרײַן אין מערבֿ־ביירוט. אין די טעג פֿון 16־18טן סעפּטעמבער האָבן באַשיר דזשומאַילס פֿאַלאַנגעס אַרײַנגעדרונגען אין די פּאַלעס­טינער פּליטים־לאַגערן סאַבראַ און שאַ­טילאַ און דערמאָרדערט הונדערטער פּאַ­לעסטינער פּליטים.

איראַן האָט באַצייכנט דעם מאָרד פֿון באַשיר דזשומאַיל ווי "אַ טאָג וואָס איז מבֿשׂר גוטס", און אונטערן דרוק פֿון טעהעראַן און די סיריער האָבן די לבֿנונער אַנולירט דעם 5טן מערץ 1984 זייער הסכּם מיט ישׂראל. אין דרום־לבֿנון איז אַנטשטאַנען דאָס "כעזבאָלאַ־לאַנד", וואָס האָט געהאַנדלט לויט די באַפֿעלן פֿון טעהעראַן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מען ווייסט ווי מען גייט אַרײַן אין אַ מלחמה, אָבער נישט ווי מען גייט פֿון איר אַרויס. דער ציל צו שאַפֿן אַ נײַע אָרדענונג אין לבֿנון האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַן אומדערגרײַכלעכער, און לבֿנון איז געוואָרן אַ שווערער זומפּ, און דעם פּרײַז פֿאַר דעם צאָלן מיר אויס ביזן הײַנטיקן טאָג.

ווי איך האָב שוין אָנגעוויזן, אַז דער ישׂראל־אַרמיי איז געלונגען אַרויסצוטרײַבן די "פּל״אָ" מיליציעס פֿון גאַנץ לבֿנון נאָכדעם, ווי זי האָט אײַנגענומען דעם ביירוטער פֿליפֿעלד, און בעגין האָט אָפּגעוואָרפֿן אַראַפֿאַטס ביטע. ישׂראל האָט באַטראַכט דאָס אַרויסטרײַבן די "פּל״אָ" ווי אַ פּאָזיטיוון רעזולטאַט פֿון דער מלחמה און האָט נישט פֿאַרשטאַנען, אַז מיט איר פּאָליטיק האָט זי אָפּגעשוואַכט די רעלאַטיוו־מעסיקע "אַמאָל" אָרגאַניזאַציע און געשטאַרקט "כעזבאָלאַ", וועמענס צוועק עס איז געווען קעמפֿן קעגן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע, מיט דער הילף פֿון סיריע און איראַן.

די ישׂראל־קרבנות אין דער מלחמה זענען געווען 670 סאָלדאַטן אין יאָר 1982 און נאָך 1,216 סאָלדאַטן צווישן 1982 און מײַ 2000, ווען ישׂראל האָט פֿאַרלאָזט לבֿנון. די מלחמה האָט אויך געבראַכט צו דער באַפֿרײַונג פֿון טויזנטער טעראָריסטן בשעת דאָס אויסטוישן זיך מיט געפֿאַנגענע. דעם 23סטן נאָוועמבער 1983 האָט ישׂראל באַפֿרײַט 4,700 פּאַלעסטינער פֿאַר 6 געפֿאַנגענע ישׂראלדיקע סאָלדאַטן. דעם 28סטן יוני 1984 האָט סיריע באַפֿרײַט 6 געפֿאַנגענע — 3 סאָלדאַטן און דרײַ ציווילע — פֿאַר 291 סירישע סאָלדאַטן, 13 ציווילע און 74 קערפּערס פֿון סירישע סאָלדאַטן. דעם 20סטן מײַ 1985, איז פֿאָרגעקומען די "דזשיבריל טראַנזאַקציע", אין וועלכער ישׂראל האָט באַפֿרײַט 1,150 טעראָריסטן פֿאַר דרײַ געפֿאַנגענע.

ווי פּועל־יוצא פֿון דער מלחמה איז געבליבן אַ טיפֿע שפּאַלטונג אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט און אַ שטענדיקע דראָונג פֿון "כעזבאָלאַ" קעגן ישׂראל, ווײַל די לבֿנונער רעגירונג האָט זיך אויפֿגעפֿירט פּאַסיוו, ווען אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע האָט איבערגענומען די פֿולע הערשאַפֿט איבער דרום־לבֿנון. אָבער ערגער פֿון אַלץ איז דער אײַנדרוק, אַז דער מעכטיקער צה״ל איז אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון לבֿנון דורך אַ קליינער, קעמפֿערישער "כעזבאָלאַ". נאָך אַ טרויערדיקער רעזולטאַט פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה איז געווען דאָס, וואָס אין דער דאָזיקער מלחמה האָט זיך אויפֿגעדעקט אין דער אַרמיי דער פֿענאָמען פֿון אַנטקעגנשטעלן זיך די באַפֿעלן. עס איז אַפֿילו דערגאַנגען צום ראַנג פֿון אַ קאָלאָנעל. אַפֿילו אַ בריגאַדיר־קאָמאַנדיר האָט זיך קעגנגעשטעלט צו געבן אַ באַפֿעל זײַנע סאָלדאַטן ממשיך צו זײַן אַ קאַמפּיין, און מען האָט אים באַזײַטיקט.

ווי געזאָגט, עקזיסטירט אַ שפּאַלטונג, אַ טיפֿע מחלוקת אין דער געזעלשאַפֿט, אַז ישׂראל האָט געבויט אירע באַציִונגען מיט לבֿנון אויף אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג — די קריסטן, און געשאַפֿן אין דרום־לבֿנון אַ זיכערהייטס לאַנד־פּאַס אונטער דער הערשאַפֿט פֿון צד״ל (צבֿא דרום לבֿנון — דרום־לבֿנונענדיקע מיליטער), וועמענס ערשטער קאָמאַנדיר איז געווען דער מאַיאָר סאַאַד כאַדאַד, און נאָך זײַן טויט — גענעראַל אַנטואַן לאַכעד. דער יסוד פֿון צד״ל איז באַשטאַנען פֿון קריסטלעכע סאָלדאַטן, און דער אָנהייב פֿון דעם זענען געווען די קאָנטאַקטן צווישן דעם געהיים־דינסט פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי און דעם "מוסד" מיט די אָפֿיצירן פֿונעם לבֿנונישן מיליטער.

אַ חוץ דער אַקטיוויטעט פֿון "גוטן צוים" אין מטולה — דער דורכגאַנג איבער דער גרענעץ צווישן ישׂראל און לבֿנון — זענען די אַנדערע קאָנטאַקטן געווען געהיימע. אָבער ווען די "יו־ען" האָט געשאַפֿן אין יאָר 1978 דעם "יוניפֿיל", דעם כּוח פֿון "יו־ען", כּדי אַכטונג צו געבן אין דרום־לבֿנון, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי פֿאַרלאָזט דעם שטח און אָפֿיציעל געשאַפֿן דאָרט דעם צד״ל. דאָס שאַפֿן אַ זיכערהייט־לאַנד־פּאַס און צד״ל האָט טאַקע דערווײַטערט דעם צפֿון־ישׂראל פֿון קאַטיושאַס־דיסטאַנץ, אָבער די קאַטיושאַס האָבן זיך אין גאַנצן נישט אײַנגעשטילט.

די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, צוזאַמען מיט די צד״ל סאָלדאַטן, זענען אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין גרויסע קאָנפֿראָנטאַציעס מיט "כעזבאָלאַ", וואָס האָט זיך געשטאַרקט פֿון טאָג צו טאָג. צוויי מאָל האָט ישׂראל פּרובירט צו פֿאַרניכטן "כעזבאָלאַ": אין יאָר 1993 און אין יאָר 1996, אָבער די קרבנות זענען געווען גרויסע. אין דער אַלגעמיינער מיינונג האָט זיך געשטאַרקט דער פֿאַרלאַנג צו פֿאַרלאָזן לבֿנון. עס האָט זיך געשאַפֿן די אָרגאַניזאַציע פֿון "פֿיר מאַמעס" און ישׂראל האָט ענדלעך, נאָך 18 יאָר, פֿאַרלאָזט לבֿנון דעם 24סטן מײַ 2000. ווען די ישׂראלדיקע אַרמיי איז פֿון דאָרט אַוועק, איז זיך דער צד״ל צעפֿאַלן. מער ווי 2,000 צד״ל־סאָלדאַטן, בראָש מיט גענעראַל לאַכעד, זענען אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל.

דעם 7טן דעצעמבער 2004, פֿיר יאָר נאָכן פֿאַרלאָזן לבֿנון, האָט די כּנסת אָנגענומען אַ געזעץ וואָס אָנערקענט די צד״ל־סאָלדאַטן און זייערע פֿאַמיליעס ווי ישׂראלדיקע בירגער. אַ טייל פֿון די צד״ל־סאָלדאַטן האָבן עמיגרירט קיין אייראָפּע, ספּעציעל קיין דײַטשלאַנד. אַ טייל האָבן זיך צוריקגעקערט צו זייערע הײַזער אין דרום־לבֿנון. מיט אַ יאָר צוריק, אין יולי 2006, איז די ישׂראלדיקע אַרמיי צוריקגעקומען קיין לבֿנון און אין די צענדליקער אַר­טיקלען, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן צו באַצייכענען אַ יאָר נאָך דער מלחמה, איז קיין קלאָרער ענטפֿער נישט געגעבן געוואָרן צו דער דיסקוסיע: צי האָט די צווייטע לבֿנון־מלחמה דערגרייכט איר ציל, און אויב יאָ — וואָס איז דער ציל געווען?